[center]די אידישע חלוקה[/center]
אין די אידישע מסורה זענען דא דריי חלוקות אין תנ"ך:
די עיקר חלוקה – און זי איז געגעבן געווארן למשה מסיני – רופט זיך 'פרשיות', א פרשה איז א כמו פאראגראף וואס האט א ליידיגע פלאץ פאר און נאך זיך, און עס זענען דא צוויי סארט פרשיות, פתוחות און סתומות, א פתוחה וועט זיך אנהייבן אויף א נייע שורה אזוי אז זי איז 'אפן', און א סתומה וועט נאר לאזן ליידיג אפאר אותיות נאך די פריערדיגע פרשה און ווייטער ממשיך זיין אויף די זעלבע שורה, אין די היינטיגע חומשים ווערן זיי באצייכענט מיט א 'פ' [פתוחה] און א 'ס' [סתומה].
די חלוקה אין תורה לויפט געווענטליך לויט די תוכן הענין, וואו עס הייבט זיך אהן און וואו עס ענדיגט זיך, אין נ"ך איז עס אבער נישט אזוי, אין די הקדמה פון תנ"ך קורן ברענגען זיי אן אינטערעסאנטע השערה פון ר' שאול קוסובסקי, די מספר פון פרשיות אין נ"ך איז 293 וואס דאס איז די מספר פון ימי חול אין א יאהר, קען זיין אז עס איז געווען א געוויסע סדר פון ענדיגן נ"ך אין א יאהר, פרשה ליום פרשה ליום.
די צווייטע חלוקה איז אין די סדר הקריאה, אין ארץ ישראל [ווי א טייל פון נוסח ארץ ישראל] האט מען צוטייילט די תורה אויף 154 סדרים, יעדע וואך האט מען געליינט איין סדר, און מען האט גענדיגט די תורה איין מאל אין דריי יאהר, דער סדר איז געווען אין באנוץ ביז בערך 900 יאהר צוריק.
די דריטע חלוקה איז וועלכע מיר נוצן היינט און דאס איז די בבלי'שע חלוקה, מען צוטיילט די תורה אין 54 סדרים, און מען ענדיגט די תורה איין מאל א יאהר.
[center]די נוצרישע חלוקה[/center]
די חלוקה פון 'קאפיטלן' און די נומערן פון די פסוקים מיט וואס מיר באנוצן זיך היינט האט זיך ערשט אנגעהויבן אין מיטל-אלטער, זי איז מיוחס צו אן ענגלישן גלח Stephen Langton וועלכער האט אין יאהר 1205 איינגעטיילט די תורה און להבדיל דעם ברית החדשה אויף קאפיטלן און גענומערט די פסוקים.
דער ערשטער עס אריינצוברענגן ביי אידן איז לכאורה געווען ר' שלמה בן ישמעאל וועלכער האט, אין יאהר 1330 בערך, אנגעהויבן צושרייבן די מספר הקאפיטל אונטער יעדן עמוד בכתבי יד התנ"ך [דער דרוק איז נאכנישט געווען אין באנוץ].
גאר אינטערעסאנט איז דער טעם וואס ער גיבט אהן אויף דעם:
אלו הן פרקי הגוים, הנקראים 'קפיטולש', של ארבעה ועשרים ספרים ושמות כל ספר וספר בלשונם, והעתקתים מהספר שלהם, שיוכל אדם להשיב להם תשובה מהרה על שאלותם שהם שואלים לנו בכל יום על עניין אמונתנו ותורתנו הקדושה ומביאים ראיות מפסוקי התורה, הן מנביאים או מספרים אחרים ואומרים לנו: 'ראה וקרא בפסוק פלוני שהוא בספר פלוני, בכך וכך קפיטולש מהספרים, ואין אנו יודעים מהו הקפיטולש ולהשיב להם מהרה תשובה, לכן העתקתים פה ספר בראשית, נקרא בלשונם גֶינישי (=גנסיס), פרק ראשון 'בראשית ברא אלהים', שני 'ויכלו השמים' וגו'.
[center]די חלוקה אין די געדרוקטע תנ"כים[/center]
ביז 1517 האט מען אלעס געדרוקט לויט די אידישע חלוקה פון פרשיות [פתוחות וסתומות] אהן דערמאנען בכלל די נוצרישע חלוקה פון קאפיטלן, אין דעם דערמאנטן יאהר האבן נוצרים געדרוקט דעם תנ"ך זייט ביי זייט מיט א גריכישע און לאטיינישע איבערזעצונג, און כדי זיי צו פארגלייכן האבן זיי אויסגעלאזט די אידישע חלוקה און אנגעצייכענט די מספר הקאפיטלן אונטער די עמודים מיט לאטיינישע אותיות.
דער ערשטער זיך צו באנוצען מיט אידישע אותיות צו אנצייכענען די קאפיטלן איז געווען דניאל באמבערג הידוע [א גוי], וועלכער האט אין דעם אויבן-דערמאנטן יאהר געדרוקט א תנ"ך אין וועניציע וואו ער האט אנגעצייכענט די קאפיטלן מיט אידישע אותיות אונטער די עמודים, ער האט אבער אויך אנגעהאלטן די אידישע חלוקה פון פרשיות, דער סדר האט אנגעהאלטן ביז 1570.
דאן איז געקומען Arias Montanus און אין זיין תנ"ך וואס ער האט געדרוקט אין אנטווערפן בשנת 1571 האט ער אפגעטיילט די טעקסט לויט די קאפיטלן און האט אריינגעלייגט די מספר הקאפיטל אינעם טעקסט גופא, ומשם נתפשט.
שפעטער זענען שוין געווען מדפיסים וואס סוף פון א חומש האבן זיי געדרוקט רמזים אויף די צאהל קאפיטלן, ווי ר' וואלף היידענהיים רעדט זיך אפ אין זיין חומש:
לכן, מה שאמר כאן, 'ופרקיו 50', שהרצון בו על מספרי הקאפיטולי, איננו בשום דפוס קדמון גם לא במקראות כתבי יד, כי החלוקה הזאת בלתי מקובלת אצלינו ולא יפה חומש 'מאיר עינים' עשו המדפיסים האחרונים להכניס חולין בקדש.
נאכן קריג איז געדרוקט געווארן אין ארץ ישראל דער תנ"ך 'קורן' [און לכבוד דעם האבן זיי געשאפן די 'קורן' פאנט] וואו עס איז צוריק געשטעלט געווארן די אידישע חלוקה, און די נוצרישע איז אנגעצייכענט פון די זייט, אויך האבן זיי אריינגעשטעלט די חלוקת ארץ ישראל פון 154 פרשיות, אזוי אויך איז געדרוקט געווארן א תנ"ך לויטן כתר ארם צובה, וואס איז כמובן אויסגעשטעלט מיט די אידישע חלוקה.
[center]טעויות און אגענדע'ס אין די נוצרישע חלוקה[/center]
עס זענען דא פשוטע טעיות אין די נוצרישע חלוקה וועלכע שטאמען פון א שוואכע הבנה, לדוגמה: קאפיטל ד' אין שיר השירים ענדיגט זיך מיט א שמועס פון די רעיה מיט איהר דוד, דער דוד ווענדט זיך צו איהר 'עוּרִי צָפוֹן וּבוֹאִי תֵימָן הָפִיחִי גַנִּי יִזְּלוּ בְשָׂמָיו', זי ענטפערט 'יָבֹא דוֹדִי לְגַנּוֹ וְיֹאכַל פְּרִי מְגָדָיו', און דא געהערט די ענטפער פונעם דוד וואס מען האט בטעות פארשיקט צום נעקסטן קאפיטל 'בָּאתִי לְגַנִּי אֲחֹתִי כַלָּה אָרִיתִי מוֹרִי עִם-בְּשָׂמִי אָכַלְתִּי יַעְרִי עִם-דִּבְשִׁי שָׁתִיתִי יֵינִי עִם-חֲלָבִי אִכְלוּ רֵעִים שְׁתוּ וְשִׁכְרוּ דּוֹדִים'.
דערנאך זענען פארהאן פלעצער וואו זיי האבן פארדרייעט בכוונה, גלייך אנפאנג בראשית האבן זיי אפגעריסן דעם יום השבת פון די ערשטע זעקס טעג און אריינגעווארפן אין א נייע קאפיטל מיט א גאר אנדערע שמועס, כדי אוועקצונעמען די הדגשה פונעם יום השבת.
נאך א דוגמה איז די קאפיטל וואו די תורה איז מזהיר איבער דינען עבודה זרה (דברים י"ב), און דער פסוק וואס איז מסכם דעם ענין אֵת כָּל-הַדָּבָר אֲשֶׁר אָנֹכִי מְצַוֶּה אֶתְכֶם אֹתוֹ תִשְׁמְרוּ לַעֲשׂוֹת לֹא-תֹסֵף עָלָיו וְלֹא תִגְרַע מִמֶּנּוּ [און די אידישע חלוקה ענדיגט זיך טאקע נאך די פסוק] האבן זיי אריינגעלייגט אינעם נעקסטן קאפיטל וואס רעדט איבער א נביא שקר, דאס האבן זיי געטוהן כדי צו קענען טענה'ן אז די איסור ע"ז איז נאר אויף Paganism, אבער די נוצרישע הוספות ווי שילוש איז נישט קיין פראבלעם.
די פרשה פון הנה ישכיל עבדי אין ישעיהו נ"ב-נ"ג רעדט זיך איבער א שליח פונעם אייבערשטן באחרית הימים, ע"פ פשט האט נישט קיין מקום עס אפצוטיילן, די נוצרים האבן אבער אנגעהויבן א נייע קאפיטל מיט מִי הֶאֱמִין לִשְׁמֻעָתֵנוּ וּזְרוֹעַ יְהוָה עַל-מִי נִגְלָתָה, וואס ווערט אויסגעטייטשט אויפן אותו האיש אין ברית החדשה.
א יוצא מן הכלל איז ספר תהילים וואס איז יא א אידישע חלוקה לויט די צאל מזמורים וואס זי האט.