בלאט 1 פון 1
חינוך געדאנקען פון הרב ל. י. גרינבערג
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 5:08 pm
דורך ראש הישיבה
לעצטענס באקום איך פון איינער אין email חינוך שמועסן פון הרב גרינבערג. אין די email שטייט אז ער האט אן ארגענאזאציע
מגן ומושיע. איך בין נישט באקאנט וואס דאס איז, אבער די ארטיקלעך זענען גאנץ גוט. איך האב געטראכט אז לתועלת הציבור וועל איך עס פאסטען בשמו.
ער געבט ער ארויס אין אידיש און אין ענגליש. איך וועל בל"נ לייגן די אידישער שמועס.
פרשת תרומה:פרשת תצוהפרשת כי תשאפרשת ויקהלאויב איינער ווייסט וויאזוי צו לייגן די גאנצע פיילס אין די אשכול, ביטע זיי מוחל און לייג עס לתועלת הציבור.
יישר כח
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 5:24 pm
דורך [NAMELESS]
איך קען נישט עפענען די פייל'ס
נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:23 pm
דורך ראש הישיבה
נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 11:11 pm
דורך דריידל
ישר כח כבוד [tag]ראש הישיבה[/tag] פאר צושטעלן די לינקס. פונקט ווי אלע עלטערן בין איך אייביג נייגעריג צו ליינען און הערן בעניני חינוך און בויען א נאנטע קשר מיט די קינדער. דאס איז גאר א הייסע טאפיק, לעצטענס מער ווי אמאל. מ'זעט טאקע אז ביי אסאך דינערס און מלוה מלכה'ס ווי מ'זוכט צו כאפן אן עולם, פראקלאמירט מען אז ס'וועט זיין א דרשה פון א בארימטע בעל מחנך אדער א חינוך פאנעל. די סיבה פארוואס דער עולם כאפט זיך אזוי דערצו איז ווייל חינוך איז פון די וויכסטיגסטע, אויב נישט די וויכטיגסטע, זאכן ביי מענטשן, און ס'כמעט נישט דא איינער וואס זאל זיך שפירן אז ער איז מסודר מיט דעם.
און מיט רעכט!
לענ"ד איז נישט דא אן אויסגעטרעטענע מהלך וואס א מענטש קען נאכגיין ווען עס קומט צו חינוך. והא ראי' אז די גרעסטע בעל מחנכים האבן אסאך פון זיי אליינס נישט מצליח געווען ביי זייערע אייגענע קינדער. אוודאי בכלליות קען מען זאגן טו אזוי און יענס זאלסטי נישט טון, אבער ווען עס קומט למעשה שטעלט זיך עס נישט אויס אזוי גלאטיג ווי דער חינוך בעל דרשן האט עס אראפגעלייגט.
איך קען נישט דעם רב גרינבערג וואס שרייבט די בלעטער וואס די צייכענסט צו אבער איך זעה אז זיין געשרייבאכץ איז מער ווייניגער מיט די זעלבע מהלך ווי רוב אנדערע מחנכים, דהיינו אז זיי אדרעסירן נישט דעם פראבלעם מיט א לעזונג וויאזוי דאס צו פארעכטן נאר רעדן וועגן וואס מ'וואלט נישט געדארפט טון.
איך האלט נאכאלץ אז ס'איז וויכטיג צו ליינען פשוט ווייל עס געט אביסול צו פארשטיין וויאזוי א קינד'ס מהלך המחשבה גייט, וואס דאס העלפט אסאך ארויס. אבער זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אז מיט זיין באהאווענט בעניני חינוך קען ער זיך מיט אלעס אן עצה געבן.
נשלח: פרייטאג מערץ 07, 2014 2:42 am
דורך הדד בן בדד
הרב גרינבערג הייסט ר' לוי יצחק, ער איז אמאל געווען מנהל אין באבוב'ער חדר אין מאנסי, היינט פארנעמט ער זיך מער מיט פריוואט לערנען מיט קינדער, און דערפאר גיט ער ארויס די דאזיגע גליונות אויף צו ציען אויפמערקזאמקייט צו זיך און זיין עקספערטיז.
נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 2:41 pm
דורך ראש הישיבה
די עצה צו האבן פרייליכע קינדער
נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 4:28 pm
דורך ראש הישיבה
די עצה צו האבן פרייליכע קינדער (חלק ב')
נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:57 pm
דורך ראש הישיבה
חומרות אהן אהנגעצויגנקייט
נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 6:35 pm
דורך ראש הישיבה