בלאט 1 פון 2

מניעת הריון ביי יונגע קאפלס

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 5:42 pm
דורך ראש הישיבה
איך וויל פארלייגן א שאלה לפני הקהל:
צי א יונגע קאפל מעג נעמען מניעת הריון?

איך רעד (טעארעטיש) פון א היימישע קאפל, זיי האבן חתונה, זיי קענען זיך נישט. זיי ווילן אויפבויען א קשר. זיי האבן נישט קיין ספיקות, נאר זיי פילן אז אויב זי ווערט גלייך מעוברת איז זי נישט ביי זיך, ולכן ווילן זיי אז זי זאל נעמן ב"ק, אזוי אז זיי וועלן האבן די ערשטע תקופה (6 חדשים אדער א יאהר) צו אויף בויען די קשר כדבעי. מעג זי נעמען מניעת הריון?

השתא אז מען האט מברר געוועהן אז עס איז נישט קיין חשש ז"ל, נאר א שאלה פון מדחה זיין פריה ורביה, אולי וואלטן מיר זיי דאס געקענט מתיר זיין?

מיר זעהען אז מען מוז נישט חתונה האבן גלייך ביי די בר מצוה ווייל לצורך ללמוד תורה קען מען מדחה זיין. יעדער ווייסט אז מען מוז נישט טוהן די ערשטע אוועליבעל שידוך, ווייל צוליב א בעסערע שידוך (וואס וועט אולי קומען) מעד מען מדחה זיין פו"ר.
מיר זעהען אז מען מוז נישט דאווענען גלייך צופרי, נאר נוהגין אז מען קען לערנען פארן דאווענען.

לכאורה, ווען א קאפל וויל אויפבויען די קשר איז עס לצורך פו"ר, אולי וואלטן מיר געקענט מתיר זיין פאר קאפלס צו נעמן ב"ק לתקופה קצרה?
די צד האיסור וואס איך זעה איז אז ווילאנג א מענטש האט נישט קיין פרוי מעג ער עס מדחה זיין, אבער איינמאהל ער האט א פרוי טאהר ער נישט.
די שאלה איז אי תימא הכי מהיכא דנתני?
דו קענסט נישט זאגן ווייל חז"ל האבן נישט מתיר געוועהן, ווייל דעמאלס איז נישט געוועהן קיין עצה פון ב"ק בלי חשש ז"ל.
ירא הקהל ויחוו דעתם בענין זה.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 5:54 pm
דורך מ גפני
איך ווייס פון א פאל וואס ווייל מיהאט גענומען ב"ק אין די ערשט יאר צוויי נאך די חתונה (אפשר אן שכל וואס און וועלכע איז געזונט צו נוצן און וועלעכע נישט) האבן זיי זיך אפגעהרג'ט די סיסטעם און היינט יארן שפעטער זענען זיי נאכאלס נישט געהאלפן געווארן מיט קינדער

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 6:04 pm
דורך געפילטע פיש
מ'זעט דאך אז אפילו ווען מ'האט שוין געטראפן די "ריכטיגע" שידוך איז מען נישט מחוייב גלייך מקיים צו זיין מצוות פרי' ורבי'. נאר מ'קען ווארטן א יאר ביז די אומשטענדן ארבעטן זיך אויס. איז יעצט וועגן ער האט געלייגט א רינגל אויף איר פינגער מוז ער גלייך לויפן מאכן קינדער?

לדעתי מוז יעדע קאפל זיין אויף ב"ק פאר די ערשטע צוויי יאר, אז מ'גייט זיי נישט לאזן באקענען בעפארן חתונה האבן, לפחות זאלן זיי קענען די מענטש מיט וועם זיי פלאנען צו ברענגן קינדער אויפן וועלט פאר ס'איז צו שפעט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 6:05 pm
דורך הוגה
ב"ק הרג'ט נישט אפ קיין סיסטעמס, מיליאנען נישט-חרדישע נעמען ב"ק פאר לאנגע יארן בלי שום פגע. עס האט געמוזט זיין עפעס אנדערש אדער האט די קאפל סתם אזוי געהאט א פערטיליטי פראבלעם.

בנוגע די שאלה. איך האב שוין לאנג געטראכט פון דער סברא. עס איז קלאר אז רוב קאפעלס קענען נישט געהעריג קאנעקטן אין די ערשטע פאר יאר פון די חתונה צוליב דעם ווייל מען ווערט באלד טראגעדיג. די תוצאות זענען נעגאטיוו סיי בגשמיות און סיי ברויחניות, וד"ל. איך האב אבער א פראקטישע שאלה. איך וויל אז מיינע קינדער זאלן ווארטן לכה"פ א האלבע יאר אדער א יאר. ווי אזוי ווייס איך אבער אויב די צד השני וועט מסכים זיין? אויסנעמען א תנאי איז נישט עטיש. וואס טוט מען?


.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 6:08 pm
דורך הוגה
חרדי'שע רבנים וועלן דאס קיינמאל מתיר זיין. ווייל איינמאל זיי זענען דאס מתיר קענסטו זאגן ביי ביי צו א גרויסע פראצענט פון חרדים. כידוע לכל מבין אז פרי האבן קינדער איז איינער פון די זאכן אריינגעבויט אין חרדיזם צו האלטן די עולם געבונדען צום סיסטעם.



.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 6:10 pm
דורך ראש הישיבה
מ גפני האט געשריבן:איך ווייס פון א פאל וואס ווייל מיהאט גענומען ב"ק אין די ערשט יאר צוויי נאך די חתונה (אפשר אן שכל וואס און וועלכע איז געזונט צו נוצן און וועלעכע נישט) האבן זיי זיך אפגעהרג'ט די סיסטעם און היינט יארן שפעטער זענען זיי נאכאלס נישט געהאלפן געווארן מיט קינדער

איך קען אויך פרויען וואס האבן צומישט זייערע סיסטעם פאר לענגערע צייט צוליב כלה פילס. ולכן, וועסטו וועגן א מעשה יחידה פסק'נן למעשה פאר יעדן?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 6:10 pm
דורך געפילטע פיש
הוגה האט געשריבן:חרדי'שע רבנים וועלן דאס קיינמאל מתיר זיין.


ווער פרעגט זיי, דו? איך? מ'רעדט דאך דא פון אונזערע קינדער!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 6:12 pm
דורך ראש הישיבה
געפילטע פיש האט געשריבן:מ'זעט דאך אז אפילו ווען מ'האט שוין געטראפן די "ריכטיגע" שידוך איז מען נישט מחוייב גלייך מקיים צו זיין מצוות פרי' ורבי'. נאר מ'קען ווארטן א יאר ביז די אומשטענדן ארבעטן זיך אויס. איז יעצט וועגן ער האט געלייגט א רינגל אויף איר פינגער מוז ער גלייך לויפן מאכן קינדער?

לדעתי מוז יעדע קאפל זיין אויף ב"ק פאר די ערשטע צוויי יאר, אז מ'גייט זיי נישט לאזן באקענען בעפארן חתונה האבן, לפחות זאלן זיי קענען די מענטש מיט וועם זיי פלאנען צו ברענגן קינדער אויפן וועלט פאר ס'איז צו שפעט.

דו נעמטסט עס צו די צווייטע שטאפל, אז מען זאל ווארטן ביז מען איז זיכער אז they are here to stay. אבער איך רעד נישט פון קיין ספיקות, איך רעד פון געבן צייט צו אויפבויען די קשר געהעריג.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 6:15 pm
דורך גאלד
געהער אין מאחורי, לפענ"ד

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 6:15 pm
דורך געפילטע פיש
איך רעד פון ביידע חלקים, איינס נישט אריינצוברענגען קינדער ווילאנג ס'נישט דא קיין שטארקע יסוד, צוויי אז די פארפאלק זאל האבן צייט צו "דעיטן" זיך צו באקענען, בויען א קשר, אן דאגות פון קינדער און די עול הפרנסה וואס קינדער ברענגן.
די צוויי חלקים זענען זייער נאנטע קרובים.


גאלד האקט, אה ב"ה די מאחורי פאליציי איז שוין דא.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 6:21 pm
דורך מ גפני
גאלד האט געשריבן:געהער אין מאחורי, לפענ"ד

בחור'ל שפירסט דיך פרעמד אין די נושא, מיזט נישט דא זיין.....

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 6:25 pm
דורך אי איתמר
איך ווייס פון א פאהל וואס די פרוי האט אנגעהאלטען מיט די ב.ק.
די ערשטע צוויי יאר נאך די חתונה ווייל זי איז נישט געווען זעכער
אויב זו האט אים עכט ליהב..,
אין למעשה האט זי אפגעמאכט אז זי האט אים נישט עכט ליהב..
סאיז נישט שייך קיין כלליתדיגע תירוץ,
אין זעכער אויב עפיס איז נישט כשורה זענען די רבנים מתיר/מחייב צו נעמען ב.ק.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 7:03 pm
דורך נולד מאוחר
מ גפני האט געשריבן:איך ווייס פון א פאל וואס ווייל מיהאט גענומען ב"ק אין די ערשט יאר צוויי נאך די חתונה (אפשר אן שכל וואס און וועלכע איז געזונט צו נוצן און וועלעכע נישט) האבן זיי זיך אפגעהרג'ט די סיסטעם און היינט יארן שפעטער זענען זיי נאכאלס נישט געהאלפן געווארן מיט קינדער

כווייס פןן מער ווי איין קיעס וואס וויבאלד מ'האט געהעט צישנעל אסאך קינדער איז דאס נערווען אפגעהרגט און טאר מער קיינמאל נישט האבן קינדער.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 7:32 pm
דורך קאווע טרינקער
איך ווייס פון א פאל ווי מ'האט נישט גענומען ב"ק און זי איז גלייך טראגעדיג געווארן און נאך איידער דאס קינד איז געבוירען געווארן איז שוין די טאטע געווען א חתן צום צווייטען מאל.

פאר א יאר איז נישט כדאי צו אנזייען.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 8:46 pm
דורך נולד מאוחר
אויב מיר טרעפען א היתר. וויאזוי מאכט מען דאס געשען?
די החלטה דארףן זיי מאכן צווישען זיך די נאכט פון די חתונה מיט א מאן/ווייב צוויי וויילד פרעמדע מענטשען,וואס איינער האט נישט קיין מושג וואס דער צווייטער האלט איבער די נושא. איז עס נישט ריסקי ארויפברענגען זאלכע האקלע נושאים אזוי פרי?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 8:46 pm
דורך איחוד פעלד
געפילטע פיש האט געשריבן:מ'זעט דאך אז אפילו ווען מ'האט שוין געטראפן די "ריכטיגע" שידוך איז מען נישט מחוייב גלייך מקיים צו זיין מצוות פרי' ורבי'. נאר מ'קען ווארטן א יאר ביז די אומשטענדן ארבעטן זיך אויס. איז יעצט וועגן ער האט געלייגט א רינגל אויף איר פינגער מוז ער גלייך לויפן מאכן קינדער?

לדעתי מוז יעדע קאפל זיין אויף ב"ק פאר די ערשטע צוויי יאר, אז מ'גייט זיי נישט לאזן באקענען בעפארן חתונה האבן, לפחות זאלן זיי קענען די מענטש מיט וועם זיי פלאנען צו ברענגן קינדער אויפן וועלט פאר ס'איז צו שפעט.


און ביי זיווג שני, אויך צוויי יאר?
(פארגעס נישט, עס וועלען זיין גיטין ווי די שוואמען ודו"ק).

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 8:55 pm
דורך געפילטע פיש
און?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 8:59 pm
דורך געפילטע פיש
נולד מאוחר האט געשריבן:אויב מיר טרעפען א היתר. וויאזוי מאכט מען דאס געשען?
די החלטה דארףן זיי מאכן צווישען זיך די נאכט פון די חתונה מיט א מאן/ווייב צוויי וויילד פרעמדע מענטשען,וואס איינער האט נישט קיין מושג וואס דער צווייטער האלט איבער די נושא. איז עס נישט ריסקי ארויפברענגען זאלכע האקלע נושאים אזוי פרי?

א היתר דארף מען נאר טרעפן אויף א זאך וואס איז אסור, איך ווארט נאך צו הערן די איסור.

די סעלושען איז אז דער בחור\מיידל זאל זיין גענוג אויפגעקלערט פארן צוגיין צום שידוך, אז אויב גייען זיי יא מיט מיטן בעשוי סיסטעם, זאלן זיי וויסען וואס זיך דורכצורעדן, און נישט פרעגן אין וועלכע ישיבה קטנה ער איז געגאנגען אדער אויב זי האט ליב מער משה גאלדמאן אדער ירמי' דמן, נאר מ'זאל האבן אביסל שכל און רעדן פון זאכן וואס מאכן טאקע אויס, ווי למשל אויב זי גייט איין אויף צוויי יאר ב"ק.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 9:31 pm
דורך its me
IN THEORY YOU GUYS ARE RIGHT ABOUT NOT GETTING PREGNANT RIGHT AWAY, HOWEVER, UNLESS YOU CAN FIND A HETER FOR A CONDOM (WHICH I DOUBT ANY RABBI WOULD GIVE) I WOULD BE VERY WORRIED NOT TO RUIN THE SYSTEM WITH PHARMACEUTICALS. LIKE MR GAFNI SUGGESTED

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:19 pm
דורך געפילטע פיש
Please check if your caps lock key is broken.

Thanks

פארוואס קען איך נישט טרעפן די פאוסט וואס האט היינט געשריבן אז ביי אונז איז anecdotal evidence גענוג אפצופסקנ'ן ב"ק מיטלען וואס מיליאנען מענטשען ארום די גארע וועלט נעמען?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:28 pm
דורך its me
געפילטע פיש האט געשריבן:Please check if your caps lock key is broken.

Thanks

פארוואס קען איך נישט טרעפן די פאוסט וואס האט היינט געשריבן אז ביי אונז איז anecdotal evidence גענוג אפצופסקנ'ן ב"ק מיטלען וואס מיליאנען מענטשען ארום די גארע וועלט נעמען?

I thought it was easier to read like this.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:33 pm
דורך געפילטע פיש
.Well , it's not. It looks like you're screaming

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:34 pm
דורך its me
I'll try to stay calm and follow your avatar...