בלאט 1 פון 6

בחורים אין ישיבת מיר

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 8:27 pm
דורך באס רבי
איך בין ניי דא איך ליין שוין א לאנגע צייט דא ביים שטיבעל איך טראכט שוין א לאנגע צייט איבער דעם טעמע איך האב א זוהן אין מיר איך האב אלץ געמיינט אז משטייגט אבער איך הער אנדערע זאגען אז סממש געפערלעך בפרט אז איך האב געליינט אין די מעגעזין ווי ער לייגט עס אראפ ממש ווי ווי דאס ערגסטע וויל איך וויסען וואס די חכמי השטיבעל האבען צו זאגען סיי פון עקספיריענס אדער פון סתם ידועות

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 8:30 pm
דורך איך אויך
שלום עליכם.
וועלכע מעגעזין?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 8:54 pm
דורך שמעקעדיג
ווען איך בין געגאנגען וויזיטן ישיבת מיר (עטליכע באזוכן) האב איך בלויז געזעהן בחורים זיצן און הארעווען אין די גמרא. וואס קען זיין בעסער?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 9:01 pm
דורך שמו יגער
איך אויך האט געשריבן:שלום עליכם.
וועלכע מעגעזין?

לכאורה מיינט ער עפעס אן ארטיקל וואס איז געווען אין די עמי מעגעזין א שטיק צייט צוריק
יענע ארטיקל איז געווען פאר א ביזנעס איינער האט געוואלט אז אויב די שיקסט דיין זון קיין מיר אין די ווייסט נישט ווי, אין מיט וועמען ער דרייט זיך זאגן זיי אונז וועלן אים שוין שאפן דירות,חברותות אין שיעורים ועוד ועוד
אויב זיי האבן א פאוינט? אוודאי!
יעדע ווייסט אז אויב מען שיקט א דורכשניטליכע בחור קיין מיר דארף מען פרעגן א נביא ווי אזוי וועט דער בחור צוריקקומען ברוחניות(בגשמיות ווענט זיך וויפיל געלט מען שיקט אים.....)?
קענען די משגיחים פאר די רייט פרייס העלפן א בחור?
דארף מען אפשר גאר זיי נאכקוקען........

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 9:06 pm
דורך באס רבי
אנטשולדיגט איך רעד פון די עמי מעגעזין וואס קומט אייביג מיט זייער חכמות איבער קאנטרעווירסיאלע טעמעס

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 9:07 pm
דורך outspoken
פונקט געפרעגט א חתן פון קר''י ישיבה ווי אזוי די מצב איז דארט, זאגט ער,ווען ער האט גע'חזרט הלכות שבת פארן פארהער האט די ישיבה געקאכט אין לערנען, נאכן PAGE אינם בלאט האט זיך די ישבה בארואיגט, יעצט חתן'ט די ישיבה...

ווענט זיך וואספארא גלעזער די טראגסט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 9:22 pm
דורך באס רבי
outspoken האט געשריבן:פונקט געפרעגט א חתן פון קר''י ישיבה ווי אזוי די מצב איז דארט, זאגט ער,ווען ער האט גע'חזרט הלכות שבת פארן פארהער האט די ישיבה געקאכט אין לערנען, נאכן PAGE אינם בלאט האט זיך די ישבה בארואיגט, יעצט חתן'ט די ישיבה...

ווענט זיך וואספארא גלעזער די טראגסט

אנטשולדיגט מיר איך וייס נישט פון וועלכע נושא דו רעדסט איך האב נישט גערעדט פון חתנים און נישט פון ק‏"י און וואס האט גלעזער מיט די פרשה‏?‏ ‏

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 9:29 pm
דורך שטילע אינגערמאן
אנטשולדיגט [tag]באס רבי[/tag] פאר טוישען די שמועס אבער ביזטו די באס רבי אויף [tag]berlbalaguleh[/tag] באס?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 9:38 pm
דורך באס רבי
שכוח פארן זיך אנטשולדיגן די נאמען באס רבי בין איך זיך סומך אויפן אשכול איבער געשמאקע מענטשען וואס האבען א מעגליכקייט צו ווערען א באס רבי

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:12 pm
דורך zurich
יא מירער ישיבה ווערט מען זעלבשטענדיג. ווילסט זאגן אז זעלבשטענדיג איז א פרבלעים פאר א צוואנציג יעריגער בחור?

איי זאגסט דאך אז מען פארט אפ די מצואות איז אז די יעניגע וואס פארן אפ וואלטן ממילה אפגעפארן גם בלי מיר. ס'האט גארנישט מיט מיר איינגעשטויסן! די בחור האט שוין געהאט פייגלעך אין קאפ נאך אין אמעריקע נאר ס' 'פלאצט' ווען ער ווערט אינדעפענדענט!!

צדיקים ילכו בם ורשעים.....

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:24 pm
דורך טיטאניק
איך האב געטין דערין, יא ליידער איז די מצב זייער הפקר'דיג

פון 10 בחורים וואס פארען קיין מיר וועלען אפשר צוויי ריכטיג זיצען און לערנען
די אנדערע איז צוטיילט אין 2, איין גרופ לויפט ארים און אקערט אויס דאס לאנד פון איין עק ביזען צווייטען און זאפען זיך אן מיט די טומאה וואס די פרייע גאס שטעלט צי אויף א אום-דערהערטע פארנעם, טאטעס האבען נישט קיין השגה וואס זייערע תכשיטים טיען דארט, ווייל ווען זיי וואלטען ווען געוויסט וואלטען זיי געזיצען שבעה (אדער די קינדער וואלטען געזיצען אויפען טאטען נאכען כאפען א הארץ אטאקע).

יא יא עובדא ידענא אז בחורים זענען דארט עובר אויף אלע עבירות, און אין ארץ ישראל זענען אסאך עבירות אסאך ארגער פשוט ווייל זיי זענען אידען (מער פרטים איז מאחורי ענינים וד"ל),
עס גייט אזוי ווייט אז בחורים וואס דארפען אפאר עקסטערע דאלער זאגען דעם טאטען אז זיי דארפען חיזוק און זיי ווילען אז א יונגערמאן זאל צולערנען מיט זיי, דער יונגערמאן קאסט דאך געלט! שיקט דער טאטע ערליך דאס געלט, דער בחור הייבט נישט אן צו לערנען מיט דעם יונגערמאן, און דאס געלט גייט פאר די שוואוילטאג פון דער בחור, און דער בחור ווארפט צי א ביינדל פאר דער כלומפערשטע חברותא אז ער זאל מיטשפילען די געים,

עס איז א פחד וואס גייט דארט פאר, כאפט נאר א שמועס מיט א עני בחור אדער פארט אריבער קיין ארץ ישראל,

די לעצטע פאר יאר איז דא נאך א חורבן ווען מירע בחורים פארן ארום מיט אמעריקאנע מיידלעך וואס לערנען אין די סעמינארען אין ארץ ישראל, ווי מאן און ווייב וד"ל, א שאד סתם אריינצוגיין אין פרטים אבער עס איז א פחד,
און איך רעד ווייל איך ווייס עס פון די נאנט!!!!

טאטע זיסער, דיין בחור איז שוין אויסגעוואקסען די לאקאלע ישיבה? שיק אים אין כולל אונטער דיין פיס דא אין וומס"ב אדער אין ב"פ, אדער שיק אים ארבעטן, שיק אים בשום אופן נישט קיין ישראל, דארט וועט ער טון אזויפיל עבירות וואס דו באווייזט נישט צו טון אין 200 יאר!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:43 pm
דורך געפילטע פיש
אבי גערעדט, ס'וועט גארנישט געשעהן מיט א בחור אויב ער וועט אביסל ארומפארן, זיך עפענען אביסל, יא, פארדעם זענען די טינעידזש יארן געמאכט געווארן, צו עקספערימענטן און אויספיגערן ווער מ'איז. נאך אלעם קומען רוב בחורים ארויס זעלבסשטענדיג, האבן פיין חתונה, און סעטלען זיך געהעריג, אבער ס'איז הימל און ערד צווישן זיי און זייערע חברים וואס זענען געבליבן אין א שטרענגע מסגרת ביז מ'מיירעט זיי איין מיט א ווייב און קינדער.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:58 pm
דורך its me
I don't no much about but my friend told me when he went to mir he had a girlfriend

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 11:00 pm
דורך zurich
טיטאניק דו רעדסט פון ווייטאג טוה מיר א טובה פליעז

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 11:02 pm
דורך zurich
מאכן מעשות קען איך אויך !
איך האב געהערט אין לוינטש ראם פון ישיבה דרייען זיך מיידלעך...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 11:11 pm
דורך געפילטע פיש
העי, מאך נישט אינגאנצן אוועק, ס'דא בחורים וואס דרייען זיך מיט מיידלעך, סיי אין ירושלים, סיי אין וויליאמסבורג, אבער ס'איז א מיעוט, און מ'מוז נישט גיין ביז מיר דאס צו טוהן. רוב עוורידזש בחורים לערנען א חלק טאג, און ס'איבעריגע אדער פוילעצט מען, אדער הוליעט מען. מ'פארט אויף מקומות הקדושים, און מקומות המוקדשים, אבער די זעלבסשטענדיגקייט אנטוויקעלט א מענטש און ס'איז גאר וויכטיג פארן טינעידזשער צו האבן דעם פרייהייט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 11:29 pm
דורך דריידל
שמעקעדיג האט געשריבן:ווען איך בין געגאנגען וויזיטן ישיבת מיר (עטליכע באזוכן) האב איך בלויז געזעהן בחורים זיצן און הארעווען אין די גמרא. וואס קען זיין בעסער?

געגאנגן באזיכן ווי? אה אין ישיבה. נו אוודאי האסטי געזעהן דער עולם לערענט. די פראבלעם איז אבער מיט די בחורים וואס למחצה לשליש ולרביע דרייען זיי זיך מחוץ לכותלי הישיבה, דאס האסטי נישט געזעהן.
אפילו דער בחור וואס ברענגט אן די טאג בכל מה שלבו חפץ, ווען ער קומט אין ישיבה וועט ער לערנען פשוט ווייל די מקום ברענגט אריין א חשק דערצי. אבער ביז ער קומט אן אהין אדער נאכן סדר הלימוד איז אן אדערע מעשה.
איי וועסטי פרעגן אויב האלט ער נישט ביים לערנען וואס קומט ער בכלל אין ישיבה? אויף דעם איז די תירוץ פשוט אז ער טוט דאס ווייל אויב מ'פרעגט זיך נאך אויף אים זאל מען קענען זאגן אז ער לערנען אין מיר.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 11:38 pm
דורך דריידל
its me האט געשריבן:I don't no much about but my friend told me when he went to mir he had a girlfriend

דאס איז נישט קיין שאלה אז אויב איינער וויל שקאצעריי קען ער דאס באקימען. די רעדע איז צי מ'דארף חושש זיין אויף סתם א בחור אז ער וועט דארט גליטשן

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 12:06 am
דורך אבגד
.

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 12:33 am
דורך אי איתמר
עס איז זייער געזונט פאר רוב נערמאלע בחורים וואס קומען פון נערמאלע שטיבער
צו גיין לערנען אויף א''י,
חוץ אז דו ביזט באמת חושש אז ער האט פייגלעך אין קאפ וכ'ו
פון דעים וואס @טיטאניק רעדט איז א מיעוט המצוי וואס א נערמאלע בחור שטייט ווייט פון זיי
פשוט ווייל זיי זענען MESSED UP...

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 3:35 am
דורך סמיילי
געפילטע פיש האט געשריבן:העי, מאך נישט אינגאנצן אוועק, ס'דא בחורים וואס דרייען זיך מיט מיידלעך, סיי אין ירושלים, סיי אין וויליאמסבורג, אבער ס'איז א מיעוט, און מ'מוז נישט גיין ביז מיר דאס צו טוהן. רוב עוורידזש בחורים לערנען א חלק טאג, און ס'איבעריגע אדער פוילעצט מען, אדער הוליעט מען. מ'פארט אויף מקומות הקדושים, און מקומות המוקדשים, אבער די זעלבסשטענדיקייט אנוויקעלט א מענטש און ס'איז גאר וויכטיג פארן טינעידזשער צו האבן דעם פרייהייט.

גוט געזאגט
בחורים און מיידלעך איז דא און די גאנצע וועלט
די זעלבסשטענדיקייט וואס מען באקומט און ישראל איז זייער וויכטיג פאר יעדעם, מען קען עס זעהן נאך די חתונה זייער אסאך מאל

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 3:51 am
דורך שמעקעדיג
וועלכע זעלבסטשטענדיגקייט? וואס קען מען באקומען אין מירע ישיבה מער ווי סיי וועלכע ישיבה אוועק פון די עלטערן און שלאפן אין א דארמיטארי?

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 4:00 am
דורך שמעקעדיג
לויט די תגובות דא איז משמע אז אויב איינער וויל זיין א הפקר יונג קען ער דאס טון בכל מקום, און עס איז טאקע ריכטיג, נאר לכאורה אין דער פרעמד בכלל איז עס פיל גרינגער, ובפרט אין ארץ הקודש מאכן זיך מער די סארט פראבלעמען, און מען האט שוין געשמועסט דערוועגן אין מאחורי, עס איז נישט קיין סוד אז דער מצב דארט איז ליידער נידריגער ווי אין אנדערע מקומות.