"עוז והדר" פאבלישינג רייט אויפן סאטמאר'ן תמימות'דיגן עולם
נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 3:06 pm
[justify]א ידיד מיינע, וואס דענקט מיר מגיב זיין אין ארטסקראל .vs מתיבתא עוז והדר אשכול, לאו דוקא לויב ווערטער אויף די "עוז והדר" אויפגעבלאזענע אומ-קלאסישע פבלישיניג לשם-שמים קאמפאני, האט מיר היינט צוגעשיקט א שאקירענדע נייעס, וואס ער האט געליינט אין "בקהילה-פלוס" מאגאזין פארגאנגענע וואך.
די עלטערע צווישען אונז וועלן געדענקן וויאזוי עוז והדר בראשות הגאון הצדיק וכו' וכו' - נאך איידער זיי האבן זיך גענומען אויפן אור החיים הקדוש, און האבן פארמאגט א גמרא אויף בלויז עטליכע מסכתות - האט געפירט א מערכת קודש קעגען אנדערע הוצאות ספרים, ווי למשל מאזנים. נישט חלילה א ביזנעס מלחמה, נאר ענדערשט א מחלוקה לשם שמים, ווארום די ש"ס מהדורת נהרדעא פון מאזנים האט ל"ע מכניס צלם געווען אין היכל, נוצענדיג עטליכע מאל דורכאויס דעם נייעם קאלום "לעזי רש"י" העברעישע ווערטער וואס אידן אין ארץ ישראל באנוצען זיך.
עוז והדר, זעהנדיג אז דר'עולם גולם עולם קויפט דאס גוט אפ, מ'איז ווארים פאר די ענינים, האט געטוהן א פשוטע ביזנעס שריט, און זיך אהערגעשטעלט אלץ א "טהרת הקודש" פאבלישינג, און די געלט האט זיך גענומען פליסען. ס'טייטש? נאך אזויפיל יארן פון הצלחת הסטרא אחרא, ווי נישט היימישע פאבלישערס, א שטייגער ווי מוסד הרב קוק, ארטסקרול, מכון ירושלים, יד הרב הרצוג, יד הרב ניסים, פעלדהיים, שזר און נאך אזוי גערופענע מכון'ס און אינסטיטוציעס אשר אין רוח סלתה ושמנה נוחה הימנו, וועט ענדליך די וועלט הנאה האבן פון ספרי קודש על טהרת הקודש, א געווינס וואס מאכט זיך נישט יעדען טאג!
ס'גייט אזוי ווייט, אז עוז והדר האט א "סעיל" ביומא דהילולא קדישא אין עיה"ק מאנראו תובב"א - ווען דען זאל אזא הייליגע פאבלישער אפהאלטן א סעיל אויב נישט אינעם יארצייט טאג פון דער לוחם אקעגען די מאזנים גמרות, כידוע. - אין זייער בראשור לכבוד די יומא דהילולא קדישא, לייגן זיי א בילד פון א מאזנים גמרא, מיט א גרויסע X
צו מאכן א לאנגע ביזנעס מלחמה קורץ, פארגאנגענע וואך האט די שטארק-רעכט-מזרח'יסטשע "מוסדות אריאל" אפגעראכטן אין ישרטול-ים-סוף האטעל אין עיה"ק אילת א דריי טאג'איגע פאנעל איבער די נושא פון "קירוב רחוקים וקרובים והגשמת החזון של ויעשו כולם אגודה אחת", צווישען אנדערע אנפירערס פונעם פאנעל - אלע מזרחי'שע מנהיגים, איז געווען דער נייער רב הראשי הרב דוד לאו (דא אויף פעיסבוק).
אפאר ווערטער פון וויקיפדיה ווען מכון אריאל
ס'איז דערפאר געווען מער ווי א שטיקל חידוש אז איינע פון די אנפירערס פונעם "פאנעל" איז געווען נישט מער נישט ווייניגער א פארטרעטער פון "עוז והדר"!
דער פאבלישינג וואס שרייט "התבדלות" איז גאר דער וואס זיצט אויף איין טיש, פאר דריי טעג, און פלאנירט סטראטעגיעס פון "צוזאמענ-ארבייט" מיט די ציונים, מזרחי'ניקעס, רע-בנים רשעיים! אוי לדור שכל עלתה בימיו!
פארדעם האבן אונז סאטמערע געשמירט געלטער?!
מ'האט אונז פארראטן!!![/justify]

ראשיתו של מכון אריאל ב"מכון הרי פישל לדרישת התלמוד" שנוסד בסוף שנת תרצ"ב (1932), ביוזמתו של הרב אברהם יצחק הכהן קוק ובמימון הנדיב ישראל אהרן פישל. ראשו ומנהלו היה הרב דב הכהן קוק, אחיו של הראי"ה קוק. הראי"ה קוק בחר להקמת המכון בעשרה מתלמידיו המובחרים ביותר ובעיקר מישיבת מרכז הרב וביניהם הרבנים אליהו יצחק פריסמן, שמעון סטרליץ, שלום אליהו ננקנסקי, שמואל אליעזרי, משה דוד בקשט ובנימין צבי יהודה רבינוביץ' תאומים שהיה תלמיד הרב קוק אך לא למד בישיבת "מרכז הרב". לאחר שהקים הרב יצחק אייזיק הלוי הרצוג את "מכון משפט התורה", במסגרת "מכון הרי פישל", שמו המלא של המכון הורחב ל"מכון הרי פישל לדרישת התלמוד ומשפט התורה". היום מכון זה הוא אחד מ"מוסדות אריאל".
כיום המכון מורכב מבית מדרש לרבנים ולדיינים, תוכנית הכשרה למוסמכי כשרות מטעם הרבנות הראשית לישראל, תוכנית השתלמות לרבני קהילות מצרפת, הוצאה לאור העוסקת בספרי יסוד בהגות ובהלכה, ו"מכון הרי פישל לדרישת התלמוד ומשפט התורה" המוציא לאור כתבי ראשונים על פי כתבי יד עם הגהות, ציוני מקורות, ביאורים והערות[1]. בנוסף מקיים המכון ימי עיון לרבנים.