בלאט 1 פון 1

אהין

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 3:59 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
פארלוירן אין ווייטע וויסטענישן פון ריזיגן גלות. צוויי-טויזנט-יאר גרויסער צער, פארשטופט אין הארץ איינגעשרימפן פון פיין.

ארויס וויל איך. נעם דיר די פאלאצן די גרויסע. האלט זיך מיט די בנינים צום הימל פארריסענע. גיב מיר אנשטאט א קליין הייזקע, מיט ספק יסודות, בדיעבד געבויט, אויף משופע'דיג בארג.

נעם זיך ברייטע טאטוארן. א שמאלער, שלעכט-ברוקירט שטעגל אין גליל איז מיין גן-עדן מהלך.

ווער דארף שטאלצע מעטראפאליעס? א קליין ירושלימ'על, ווילד און פאנאטיש, איז מיר חשוב'ער.

צפת און טברי', טאלן פון יהודה און בערג פון שומרון -- דאס איז מיינס. זאלן אנדערע קוועלן און הוליען אין די גאסן פון לאס אנדזשעלעס און מאנהעטן.

דאס לענדל דאס קליינטשיגס, ארעם אין אוצרות, צעשראקן און אומזיכער -- דאס וויל איך. כ'דארף נישט קיין גרויסמאכטן. לאז דעם דאלאר-גלית ווייטער לעסטערן פשטות און תמימות.

דא איז צו גרויס פאר מיין הארץ צו וואקסן, מיין נשמה צו בענקען. אוועק אהין ווילן זיי -- וואו ס'איז קליין און פשוט גענוג, פאר מיך, גארנישט שבגארנישט, צו לעבן און קוועלן.

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 4:42 pm
דורך הוגה
זייער שיין! מלא געגועים. וויסן זאלסטו אז מיין רבי זאגט אלץ, "מען קען וואוינען אין אמעריקא און לעבן אין ארץ ישראל, בשעת אנדערע וואוינען דארט אבער לעבן אין גלות".

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 4:49 pm
דורך דער (פינטעל) איד
יא גענוי אזוי פשוט ק. זייער שיין. אבער פארגעס נישט, מיר ווילן אהין גיין און דא לאזן וואטסעפפ און קלוגע פאונס, אהין גיין און דא לאזן פעיסבוק און דע לעצטע מאדעל קאר, אהין גיין און דא לאזן אלע גשמיות. אהין גיין און דינען ה' אחד.

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 4:59 pm
דורך אפטעמיסט
אוי, מורא'דיג! אזש ביז טרערן.
וואס איז טאקע פשט אז אידן בענקן אזוי נאך ארץ ישראל? איך מיין ס'איז די רצון און הרגשה צו זיין זעלבסטשטענדיג, און זיך צוריק קערן צו אונזער צוגעזאגטן לאנד. אבער אויב אזוי, וואס איז פשט אז די ריליגיעזע ציונים- וואס געניסן שוין פון אן אייגן לאנד- ווארטען אויך אויף די גאולה? וואס ליגט אונטער די ליבשאפט און געגועים? ביטע מיר אויסקלארן, אויב מעגליך.

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 12:48 am
דורך יאיר
מִי יַעֲשֶׂה לִי כְנָפַיִם וְאַרְחִיק נְדוֹד,
אָנִיד לְבִתְרֵי לְבָבִי בֵּין בְּתָרָיִךְ!
אֶפֹּל לְאַפַּי עֲלֵי אַרְצֵךְ וְאֶרְצֶה אֲבָ-
נַיִךְ מְאֹד וַאֲחֹנֵן אֶת-עֲפָרָיִךְ,
אַף כִּי בְעָמְדִי עֲלֵי קִבְרוֹת אֲבֹתַי וְאֶשְׁ-
תּוֹמֵם בְּחֶבְרוֹן עֲלֵי מִבְחַר קְבָרָיִךְ!
אֶעְבֹר בְּיַעְרֵךְ וְכַרְמִלֵּךְ וְאֶעְמֹד בְּגִלְ-
עָדֵךְ וְאֶשְׁתּוֹמֲמָה אֶל הַר עֲבָרָיִךְ,
הַר הָעֲבָרִים וְהֹר הָהָר, אֲשֶׁר שָׁם שְׁנֵי
אוֹרִים גְּדוֹלִים מְאִירַיִךְ וּמוֹרָיִךְ.
חַיֵּי נְשָׁמוֹת – אֲוִיר אַרְצֵךְ, וּמִמָּר דְרוֹר
אַבְקַת עֲפָרֵךְ, וְנֹפֶת צוּף – נְהָרָיִךְ!
יִנְעַם לְנַפְשִׁי הֲלֹךְ עָרֹם וְיָחֵף עֲלֵי
חָרְבוֹת שְׁמָמָה אֲשֶׁר הָיוּ דְבִירָיִךְ,
בִּמְקוֹם אֲרוֹנֵךְ אֲשֶׁר נִגְנַז, וּבִמְקוֹם כְּרוּ-
בַיִךְ אֲשֶׁר שָׁכְנוּ חַדְרֵי חֲדָרָיִךְ!

שִׁנְעָר וּפַתְרוֹס הֲיַעַרְכוּךְ בְּגָדְלָם, וְאִם
הֶבְלָם יְדַמּוּ לְתֻמַּיִךְ וְאוּרָיִךְ?
אֶל מִי יְדַמּוּ מְשִׁיחַיִךְ וְאֶל מִי נְבִי-
אַיִךְ וְאֶל מִי לְוִיַּיִךְ וְשָׁרָיִךְ?
יִשְׁנֶה וְיַחְלֹף כְּלִיל כָּל-מַמְלְכוֹת הָאֱלִיל.
חָסְנֵךְ לְעוֹלָם, לְדוֹר וָדוֹר נְזָרָיִךְ.
אִוָּךְ לְמוֹשָׁב אֱלֹהַיִךְ, וְאַשְׁרֵי אֱנוֹשׁ
יִבְחַר יְקָרֵב וְיִשְׁכֹּן בַּחֲצֵרָיִךְ!
אַשְׁרֵי מְחַכֶּה וְיַגִּיעַ וְיִרְאֶה עֲלוֹת
אוֹרֵךְ וְיִבָּקְעוּ עָלָיו שְׁחָרָיִךְ,
לִרְאוֹת בְּטוֹבַת בְּחִירַיִךְ וְלַעְלֹז בְּשִׂמְ-
חָתֵךְ בְּשׁוּבֵךְ אֱלֵי קַדְמַת נְעוּרָיִךְ!

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:06 am
דורך פישלע העררינג
[tag]יאיר[/tag], אייגענס?

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:37 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
פישל'ע העררינג האט געשריבן:[tag]יאיר[/tag], אייגענס?

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:40 am
דורך דער (פינטעל) איד

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:44 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
יישר כוח

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 4:07 pm
דורך ונבנתה העיר
פ”ק, דו ביסט א יודע מחשבות, הפלא ופלא.

יאיר, שמעתי מרב אחד דאי איישר חילי' וואלט ער איינגעפיהרט מען זאל עס זאגן במועדים לשמחה - קול יתנו בית ה' ביום מועד, והיו קינותיו שירותיו.

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 4:18 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
[tag]אפטעמיסט[/tag]

ס'איז נאטירליך פאר א מענטש צו לעכצן נאך דעם פלאץ וואו ער באלאנגט נאטירליך. די סיבות זענען אנדערש פאר אנדערע מענטשן, און יעדן ציט דאס וואס זיינע השגות זענען. געהויבענע מענטשן ציט דעם חיוב פון מצות ישוב הארץ; אנדערע שטרעבן מקיים צו זיין די מצוות התלויות בארץ; און ביי נאך אנדערע איז עס די סגולות וואס קומען מיט דינען דעם אויבערשטן אין ארץ ישראל.

וואוינען אין ארץ ישראל איז פאר א איד אויך פשוט פראקטיש. מען לעבט דארט מיט'ן אידישן לוח, און דער אוויר איז אויך אידיש.