הרה"ק רבי יצחק מאיר אלתר זצוק"ל מ'גור, חידושי הרי"ם ומשפחתו

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2864 מאל

הרה"ק רבי יצחק מאיר אלתר זצוק"ל מ'גור, חידושי הרי"ם ומשפחתו

שליחה דורך שעפטל »

‏היינט -כ"ג אדר- איז די 148'סטע יארצייט פונעם מייסד החסידות גור, הרב הקדוש, הגאון המפורסם, ‏רבי יצחק מאיר אלתר זצוק"ל, מ'גור, דער בעל חידושי הרי"ם.

רבי איטשע מאיר -ווי מען האט אים גערופן- איז געבוירן אין יאר תקנ"ט אין שטאט מגנישוב צו זיינע עלטערן, הרה"צ רבי ישראל ראטענבערג זצ"ל, רב פון מגנישוב אין גור, און זיין מאמע מרת חי' שרה ע"ה.

פארוואס ער האט געהייסן יצחק מאיר, איז אינטערסאנט צו ערווענען, אז זיין מאמע איז געווען א יתומה יונגערהייט, און איז אויפגעצויגן געווארן ביים קאזניצער מגיד זי"ע, ווען זי האט זיך פארעלטערט, זיך וועהלענדיג מיט שידוכים אלס גרויסער יחסן, האט איר דער קאזניצער מגיד אנגעטראגן רבי ישראל, וואס איז שוין געווען רב אין מגנישוב, און איז געווען א אלמן, אבער האט געבעטן אז ר' ישראל זאל זיך אינטערנעמען צו געבן פאר די כלה מיידל 300 רענדלעך, למעשה איז ר' ישראל געווען א ביטערע ארעמאן און ס'איז געקומען צום זמן החתונה האט ער גארנישט געקענט געבן, האט דער קאזניצער מגיד געזאגט פארן כלה, ‏אז וויבאלד זי האט חתונה לשם שמים, און צו א תלמוד חכם און נישט פאר די געלט, וועט זי האבן א קינד וואס וועט באלייכטן די וועלט, ווען דאס קינד איז געבארן האבן זיי געוואלט געבן די נאמען "מאיר" וואס טייטשט "באלייכטן", למעשה האט זיך דער טאטע גע'חלום'ט א נאכט פארן ברית, ווי רבי לוי יצחק בארדיטשוב'ער -וואס האט נאך גראדע געלעבט- איז געקומען צו אים אין חלום אז ער זאל א נאמען נאך אים, האט דער טאטע געגעבן ווייטער 'מאיר' אבער צוגעלייגט 'יצחק'.

ביי די ניין יאר איז ער א חתן געווארן צו זיין רביצין מרת פייגא, די טאכטער פון הרב משה ליפשיץ - חלפן. און ווען ער איז אלט געווען 13 יאר האט ער חתונה געהאט.

ער האט געלערנט ביים גאון רבי ארי' לייב צינץ פון פלוצק. און איז נתקרב געווארן צו חסידות דורכ'ן הרה"ק רבי ישראל הופשטיין זצו"ק, דער קאזניצער מגיד, דערנאך איז ער געווען נאנט מיט זיין זון ‏רבי משה אליקים בריעה זצ"ל, דער באר משה, און צו הרה"ק רבי שמחה בונם בונהרד זצוק"ל פון פרשיסחא, און צו הרה"ק רבי מנחם מענדל מארגענשטערן זצוק"ל דער קאצקער רבי.

דער חידושי הרי"ם האט געוואוינט נאך די חתונה אין ווארשא, ער האט דארט געהאט א ישיבה. נאכן פטירה פונעם קאצקער, האבן רוב תלמידים זיך אנגעהאנגן אין רבי איטשע מאיר, און איז טאקע געווארן רב אין קאצק. פון דארט האט מען אים גערופן אויף עטליכע פלעצער צו ווערן רב, אבער ער האט אויסדערוועלט גור, דארט ווי זיין טאטע איז געווען רב. ‏

דער חידושי הרי"ם האט זיך געטוישט דעם נאמען צו אלתר (אדער אלטר) ‏נאכדעם וואס ער האט געשטיצט פוילן ביי זייער מלחמה קעגן רוסלאנד. בחייו האט די רוסישע צאר ארויסגעגעבן עטליכע גזירות, פון די איז געווען אז מ'טאר נישט גיין מיט קיין פיאות, די חסידים האבן דאך יא געוואלט גיין מיט פיאות האבן זיי דאס באהאלטן אינטערן קאפל/הוט, פון דעם נעמט זיך דאס וואס די גערער חסידים גייען היינט אזוי מיט די פיאות. אויך האט מען גע'אסר'ט צו גיין מיט לאנגע קליידער, דער חידושי הרי"ם האט געזאגט מ'דארף יא גיין מיט לאנגע קליידער, און ס'איז ביהרג ואל יעבור, און געזאגט אז די גמרא זאגט אין סנהדרין דף ע"ד ע"א, אז בשעת ‏השמד (וואס דא האט מען עס אנגעהאנגן אז די משכילים האבן דאס אנגעדרייט) דארף מען האבן מסירות נפש אפילו אויף "ערקתא דמסאני" וואס מיינט אזא דבר קל ווי טוישן די וועג פון זיך צובינדן די שיך (איבער וויאזוי למעשה צו טוהן איז געווען א מחלוקת הצדיקים אין יענע יארן צו מ'דארף זיך טאקע מוסר נפש זיין צו נישט, דער חידושי הרי"ם, הגה"ק רבי אברהם לאנדא זצ"ל פון טשעכנוב, און הגה"ק רבי שלמה קלוגער זצ"ל האבן געהאלטן אז מ'דארף זיך מוסר נפש זיין, פון די אנדערע זייט האבן אסאך אנדערע גדולים ווי דער קאצקער, דער צמח צדק, און נאך געהאלטן אז די רוסן האבן דאס געטוהן פאר זייערע משוגעת'ן און נישו אראפצופירן ס'אידישע פאלק, איז מען נישט מחיוב במסירות נפש). דער חידושי הרי"ם מיט הרה"ק ר' יצחק פון ווארקא האבן געפירט א מערכה מבטל צו זיין די גזירה, זיי זענען געגאנגן צו הרה"ק רבי ישראל, דער ריזשינ'ער אז ער זאל ארויסהעלפן און געשיקט בריוון צום שר ר' משה מאטנפיורי ז"ל ער זאל שתדלן. למעשה איז דער גזירה געבליבן און דער חידושי הרי"ם איז ארויסגעגאנגן אויפן גאס מיט לאנגע קליידער, און מ'האט אים ארעסטירט, ס'איז געווארן א גאנצע מהומה דארט אין ווארשע, ס'זענען זיך צוזאמגעלאפן אן המון מיט אידן, דער גובערנאטאר האט מורא געהאט אז ס'וועט ווערן א רעוועלוציע האט ער געהייסן אז מ'זאל אים פריי לאזן און די גזירה איז דעמאלטס בטל געווארן!

דער חידושי הרי"ם איז באקאנט געווען אלס א וועלטס גאון. אגב, ‏דער צאנזער רב, דער דברי חיים זצוק"ל האט זיך אמאל אויסגעדריקט (אין א בריוו צום גאון מהר"י אסאד, ביים מחלוקה אין אוהעל, צווישן דער רב רבי ירמי' לעווי און די חסידים), "ווער ס'זאגט היינט אז די חסידים קענען נישט קיין לערנען איז אן אפיקורס! אין גאליציע בין איך דא, אין פוילין איז דא רבי איטשע מאיר פון ווארשע (דער חידושי הרי"ם), און אין רוסלאנד איז דא רבי מענדעלע (דער צמח צדק פון ליבאוויטש)".

דער חידושי הרי"ם איז אוועק שבת קודש אין יאר תרכ"ו, און איז געקומען למנוחתו אין גור.‏
מצבת חידושי הרים.jpg
מצבת חידושי הרים.jpg (47.12 KiB) געזען געווארן 713 מאל

דער חידושי הרי"ם האט געהאט 13 קינדער (לויט אנדערע היסטאריקער, זיבעצן). אלע חוץ איינס זענען אוועק בחייו ל"ע. פינף דערפון איז באקאנט:‏
    זיין זון הרב רבי אברהם מרדכי ז"ל, ער איז דער איינציגסטער זוהן וואס האט געהאט קינדער.
    א זוהן נחמי' (אוועק אלס קינד).‏
    א טאכטער מרת צינא פעסא, אשת‏ הרב בנימין אליעזר יוסטמן.
    א טאכטער, מרת לאה הדסה ‏הדס אשת הרב שמאול זנוויל בראדער.
    און א טאכטער מרת ‏אסתר (זי איז די איינציגסטע וואס איז אוועק נאכן טאטן) אשת הרב ישראל מאיר הכהן, פון ביאלה‏.

נאכן חידושי הרי"ם האט איבערגענומען דאס רבנות אין גור, זיין תלמוד, הרה"ק רבי חנוך העניך הכהן לוין זצ"ל, פון אלכסנדר,
און דערנאך (שנת תר"ל) זיין (דער חידושי הרי"ם'ס) אייניקל הרה"ק רבי יודא ארי' לייב זצ"ל, דער שפת אמת, זון פון הרה"ק רבי אברהם מרדכי זצ"ל.

אגב... נאכן שפת אמת (שנת תרס"ה) האט איבערגענומען זיין (עלסטע) זון הרה"ק רבי אברהם מרדכי זצ"ל, דער אמרי אמת,
נאכדעם (שנת תש"ח) זיין (דריטע) זון ‏הרה"ק ר' ישראל זצ"ל, דער בית ישראל,
דערנאך (שנת תשל"ז) זיין ברודער (דער אמרי אמת'ס נעקסטע זון) הרה"ק ר' שמחה בונם זצ"ל, דער לב שמחה,
דערנאך (שנת תשנ"ב) זיין אנדערע ברודער הרה"ק רבי פנחס מנחם זצ"ל, דער פני מנחם,
און דערנאך (שנת תשנ"ו) האט איבערגענומען האדמו"ר רבי יעקב ארי' שליט"א (דער זון פון פונעם לב שמחה ז"ל).
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר