בלאט 1 פון 1
רבי' שמעון בן יוחאי/יוחי/יוחא
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 11:55 pm
דורך משה געציל
רוב מאל אין ש"ס וואו עס ווערט דערמאנט רשב"י שטייט יוחי נישט יוחאי, למעשה ווערט ער אנגערופען יוחאי, אין מסכת מעילה דף י"ז: וואס דארט ווערט פארציילט ווי אזוי רשב"י האט מבטל געווען די גזירות מיט די הילף פון בן תמליון, שרייבט דער יעב"ץ אין זיינע הגהות אויפען פלאץ אז מען דארף גורס זיין יוחא אן דער יו"ד צום סוף, איך האב געזיכט א מקור אויף דעם אין נישט געקענט טרעפען, אויב איינער ווייסט עפעס א מקור ביטע לאזט אייך הערען.
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 12:01 am
דורך לאדיך אפ
אינטערעסאנט. כ'האב אלס געמיינט אז יוחי איז לשון קודש און יוחאי אראמיש.
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:13 am
דורך גלות יוד
אין דברי הימים שטייט יוחא
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:55 pm
דורך משה געציל
גלות יוד האט געשריבן:אין דברי הימים שטייט יוחא
וואו אין דברי הימים ווערט דערמאנט דער נאמען?
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 2:19 pm
דורך יידל
יוחי און יוחאי זענען די זעלבע זאך. יוחי שרייבט מען מיט א פתח אונטערן חי"ת "יוחַי" און דעריבער, ווען מ'וויל עס שרייבן מלא שרייבט מען יוחאי. (אגב, די ריכטיגע וועג וויאזוי מען זאגט די נאמען איז יוֹחַאי. נישט יוֹחָאִי אדער יוֹחאֹי).
אז מ'רעדט שוין - די וועלט זאגט "לכבוד התנא האלוקַי" מיט א פתח אונטערן קוף. קודם כל, עס איז בכלל נישט אויסגעהאלטן גראמאטיש. אפילו ווען יא, איז עס דברי נאצה ווייל "אלוקַי" מיינט "מיין גאט" ("האלוקי" וואלט ווען געמיינט "די מיין גאט" אבער, ווי געזאגט, איז עס נישט אויסגעהאלטן גראמאטיש.) די רעכטע וועג וויאזוי מען זאגט עס איז "האלוקִי" וואס מיינט "דער געטליכער".
אין דברי הימים א, ח, ט"ז ווערט דערמאנט יוחא, אבער איך זע נישט וואס איז די שייכות מיטן נאמען "יוחי".
נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 8:50 pm
דורך ישבב הסופר
"יוחי" היא הצורה הארצישראלית של כתיבת השם - בלי אלף, ופתח מתחת לחית. "יוחאי" היא הצורה הבבלית.
למשל השם "ינאי" הוא כדרך הבבליים, בארץ ישראל כתבו "יניי".
ולגבי הניקוד השגוי [ועוד איך] של התנא האלוקי עם פתח מתחת לקוף, שמובנו "אלוקים שלי" ח"ו ח"ו, כבר כתבתי על כך בשנה שעברה בפורום אוצה"ח
http://www.otzar.org/forums/viewtopic.p ... 552#p40552
נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 9:16 pm
דורך יידל
ישבב הסופר האט געשריבן:"יוחי" היא הצורה הארצישראלית של כתיבת השם - בלי אלף, ופתח מתחת לחית. "יוחאי" היא הצורה הבבלית.
למשל השם "ינאי" הוא כדרך הבבליים, בארץ ישראל כתבו "יניי".
ישר כוחכם לגבי די ידיעה איבער די חילוק אין שרייבן צווישן די ארץ-ישראל'דיגער און די בבל'ישער.