בלאט 1 פון 1
וועלכע הכשר? וועלכע מאטריאל? ערלויבט ביים פייערונג
נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 3:43 pm
דורך נאר,,פרייליך
ווי שוין ערווענט דא:
דורכ'ן גבאי ה'שטיבעלגרייט מען זיך אין עטליכע טעג ארום צו גרויסע פייערונגען, היות כ'וויל גיין שאפינג פאר די גרויסע מסיבה וויל'ך פרעגן, וואסי ערלויבט מטעם ההנהלה ומטעם אנ''ש? פייערקרעקערס? אויב יא וועלכע סארט?
סנעפס איז ערלויבט?
וועלכע הכשר לאזט מען אריין עדה? נייע הכשר מבד''ץ היראים? התאחדות ? וואלאווע? יאקע? או יו? סטאר קעי?
ביטע אנווייזען אינסטרוקציעס מטעם די באהערדע ומטעם די קוראי ה'קאווע ושותי'.
נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 4:04 pm
דורך שעפטל
צוליב די חשש אז פראדוקטן קענען קומען פון בית שמש וואס דאס איז א ביין אין האלז ביי טייל שרייבערס דאהי אין שטיבל איז פראטעקאלירט געווארן אז אלע עסנווארג מיזן דייקא האבן די "רבני איחוד היראים" הכשר, אזוי אויך ווערט אראנדזשירט אז די מוזיק זאלן זיין אויסגעהאלטענע נישט וואס מ'האט געטאנצן אויף שטחים מימות השופטים.
נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 4:10 pm
דורך נאר,,פרייליך
מאנכע ווילען דייקא די דבש וואס האט אמאל גיהאט אויכעט איטליכע מיני טשיז פראדוקטען להגדיל ה'כשרות, ווער ס'האט ביטע בריינגען
אויכעט ווער ס'פארמאגט נאך לב מילך מיטען הכשר קראנהייטס ובד''ץ וומ''ס
און קעי דזשעי און קעי דזשי פלייש ערלויבט.
ביטע עסן אפגעריקט איטליכע טישען צווישען די שותי לב ואוכלי קעי דזשי וקעי דזשעי.
נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:24 pm
דורך שמעקעדיג
היות מען פלאנט צו באיקאטירן מדינת.ישראל עסנווארג צוליב זייערע גזירות אויף כלל ישראל, ע"כ נישט ברענגען פון דארטן קיין עסן.
נאר,, דו עסט פלייש פונעם בעלזאעאי?
נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:16 pm
דורך דריידל
איך ציטער אז איך וועל דארפן ציקוקען ווי מיין שכן בייסט אריין אין א שטיקל צומת הגידין.
די אחראים זאלן נעמען די זאך אין די האנט אריין באצייטענס און אראפשטעלן גדרים ווייל אז נישט קען זיך נאך איינער אנריקן מיט פינקל פלייש.
נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:41 pm
דורך קאווע טרינקער
נאר,,פרייליך האט געשריבן:
גרייט מען זיך אין עטליכע טעג ארום צו גרויסע פייערונגען, היות כ'וויל גיין שאפינג פאר די גרויסע מסיבה וויל'ך פרעגן, וואסי ערלויבט מטעם ההנהלה ומטעם אנ''ש? פייערקרעקערס? אויב יא וועלכע סארט?
סנעפס איז ערלויבט?
וועלכע הכשר לאזט מען אריין עדה?
איך וואלט אייך סערווירט ברוינע צימעס, כאשר עשה כן יעשה לו.
נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:55 pm
דורך רויטע וואנצעס
נאר,,פרייליך האט געשריבן:
וועלכע הכשר לאזט מען אריין עדה?
איז צו פרום.
נייע הכשר מבד''ץ היראים?
יראים איז צו מקיל.
התאחדות ?
איז צו טייער.
וואלאווע?
איז נישט גוט לויט מאגרוב.
יאקע?
איז טרייף.
או יו?
איז נאר פאר'ן ערעפלאן.
סטאר קעי?
איז נאר גוט אין כינע.
נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:36 am
דורך על טהרת הקודש
נאר [tag]על טהרת הקודש[/tag] ערלויבט.
נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:38 am
דורך פלעין יודיש
כדי אלעמען ציציפרידען שטעלן וועט מען מיזען צישטעלן נאר טיי
קרעדיט פון דעי געדאנק קימט זיך פאר די הויכגעשעצער שטיב מענטשען בבית מהר''א מסאטמאר והאדמו''ר מבעלזא
זיי האבען זיך זייער גיט אן עצה געגעבן מיט דעם, קענען מיר טרייען דאס נאכציטין
טיי שטיבעל
נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:43 am
דורך על טהרת הקודש
אין אייוועלט באניצט מען זיך שוין מיט דעם, דא איז עס אסור בתכלית.
נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 1:25 pm
דורך I'm back
ווער האט אימפארטירט די אלע סיקריקים דא?