בלאט 1 פון 1

היסטארישע מועצת פארזאמלונג!!!!

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 5:24 pm
דורך טיטאניק
היינט איז געשען א היסטארישע זאך וואס איז נאך נישט געווען ביז היינט
עס האבען זיך ציזאמען גענימען אינטער איין דאך די 3 מועצות, חסידים ספרדים און ליטאים
ווי מען האט גערעדעט אין פלאנירט א פראטעסט קעגען די גזירת גיוס

עס איז דא צי שרייבען דערויף יאמען מיט אנוליזען און לשון הרע'לעך און סתם צימעס
אבער איך וועל ארויס ברענגען כמה טיפות מן הים, ואידך פירושא איז דער עולם מכובד אריינציקאכען דערינען

קודם איינס האט דער בעלזער רב זיכער געמאכט אז מען ווארט אויף עם, ווי נישט ווי האט ער דאס ליב, און ב"ה עס איז געלינגען מען האט טאקע געווארט אויף עם

דערנאך איז כדאי צי באמערקען אז ר' שמואל אויערבאך האט זיך אנגעריקט צים אסיפה כאטש די ליטווישע האלטען עם פאר א זקן ממרא, אבער עס הייסט אז ער איז געלאדענט געווארען דארך די חסידישיע גדולים
אבער ער איז געזיצען ווי א מצורע אליינס קיינער האט נישט געוואלט זיצען לעבען עם

דער סאדיגורא רבי האט סתם געווינען א לאטערי און כאטש ער האט קוים 4 מנינים אידען אין בית המדרש געבט מען עם די כבוד בזכות אבותיו צי דזשויען די קלאב

א נייע כוכב איז אפיר געקימען דאס איז דער באסטענער רבי, וועלכע האט געטענהט אז עם קימט אויך א זיץ אין מועצת ווייל זיין טאטע האט געהאט דארט א בענקל, די חורבן איז אז זיין טאטע האט כאטש פרעזענטירט עפעס אבער ער איז ליידער סך הכל א משמש בקודש אלץ פורים רב און ביי די לעצטע פאר זיצונגען האט מען עם געשיקט ליפטערען, און עם נישט אריינגעלאזט אבער משום מה האט ער יא באוויזען דאס מאל זיך אריינצישווערצען אויבענאן, אז דער סאדיגורער מעג פארוואס זאל ער נישט מעגען, מען רעדט דאך בסך הכל א חילוק פון פערציג מענטשען.....

וכל המרבהב לספר ביציאת מוצעת הרי זה משובח

דער באסטאנער רבי ביים מועצת

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 5:30 pm
דורך טיטאניק
תמונות קודש ווי דער רבי באטייליגט זיך ביים מועצת

ר' שמואל אויערבאך

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 5:31 pm
דורך טיטאניק
איכה ישבה בדד

סתם בילדער

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 5:31 pm
דורך טיטאניק
וויזניצער רבי שמיסעט אן רשות

א צייכען אז רביס זענען דא

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 5:42 pm
דורך טיטאניק
פאטאגראפערס......................

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 5:42 pm
דורך לעמיל
טיטאניק האט געשריבן:
א נייע כוכב איז אפיר געקימען דאס איז דער באסטענער רבי, וועלכע האט געטענהט אז עם קימט אויך א זיץ אין מועצת ווייל זיין טאטע האט געהאט דארט א בענקל, די חורבן איז אז זיין טאטע האט כאטש פרעזענטירט עפעס אבער ער איז ליידער סך הכל א משמש בקודש אלץ פורים רב און ביי די לעצטע פאר זיצונגען האט מען עם געשיקט ליפטערען,

דו האסט א טעות ער איז געוועין ביי א יעדע מועצת איינמאל האט איינער פון די גארדס געמאכט א טעות און נישט וויסענדיג ווער דעיס איז האט ער אים נישט אריין געלאזט איז די באסטענער גלייך אוועק געגאנגען אבער חוץ פון דעין איז ער געוועין ביי יעדע מועצת

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 5:53 pm
דורך טיטאניק
כהאב הנאה אז ער נעמט קעיר פון כלל ישראל

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:18 am
דורך על טהרת הקודש
נו? גייט שוין עפעס ווערן 'למעשה' נאכען היסטארישער זיצונג, אדער אלעס בלייבט ביים אלטען?

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 8:37 am
דורך שרייבער
טיטאניק האט געשריבן:כהאב הנאה אז ער נעמט קעיר פון כלל ישראל

כ'האב הנאה אז די מועצות נעמט קער פון כלל ישראל
מ'מאכט אסיפות'ער אויף אסיפות'ער, מ'פארט יא קיין אמעריקא מ'פארט נישט קיין אמעריקא, יא עצרת נישט עצרת, בו בזמן וואס ס'ברענט א פייער וואס ס'גייט זיי אלע בארירן, אבי מ'וועט זיך נישט אוועקריקן א סוס כל שהוא און חלילה מוחה זיין קעגן די מדינה וואס מ'איז א עצם מעצמו ווייל ס'קען חלילה אויסקוקן ווי א חילול השם
ווי האט דער וואוידיסלאובער רב ז"ל געזאגט, ס'איז א חילול השם, די שאלה איז נאר וועמענס שם

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 9:10 am
דורך איחוד פעלד
פארוואס איז טאקע ר' אהרן נישט געגאנגען צום אסיפה?

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 9:48 am
דורך גם כי אלך
וואס איז פשט אז רבי שמואל אויבערבאך זיצט ווי א מצורע און קיינער שטייט נישט אין זיינע דלת אמות ? דאס איז א נקמה אקציע פון די שטיינמאן חסידים ?

שכח טיטאניק פאר די מאדנע בילדער, סמערסטע איז מיר געפאלן ווי דער וויזניצער שמועסט אן רשות... סארא שיין דור מיט אזעלכע מנהיגים וואס זעצן זיך צוזאם שמועסן פארנט פון די פאטאגרעפירער.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:14 am
דורך ברוך שאמר
איחוד פעלד האט געשריבן:פארוואס איז טאקע ר' אהרן נישט געגאנגען צום אסיפה?

אין די האסט איין הוו"א אז מען האט איהם געריפן ?

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:40 am
דורך על טהרת הקודש
ברוך שאמר האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:פארוואס איז טאקע ר' אהרן נישט געגאנגען צום אסיפה?

אין די האסט איין הוו"א אז מען האט איהם געריפן ?

די האסט א הו''א אז ווען מען רופט אים גייט ער?

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:54 am
דורך טיטאניק
איחוד פעלד האט געשריבן:פארוואס איז טאקע ר' אהרן נישט געגאנגען צום אסיפה?

זייער א גיטע קאשע
מעפארשים פרעגען דאס
איך וועל דיר מארגען בלי נעדער ענפערען :lol: :lol: :lol:

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:58 pm
דורך על טהרת הקודש
מחאות זענען דארט פארגעקומען אין גרויסען

ליינט די שילדען ! דערלעבט !!