חסידי אוה"ע! יוגאנדער פרעזידענט קעגן חוקי תועבה!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1432 מאל

חסידי אוה"ע! יוגאנדער פרעזידענט קעגן חוקי תועבה!

שליחה דורך גאלד »

דער רמב"ם זאגט אז דער אפטייטש פון א חסיד אומות העולם איז נישט די וואס געבן פוד-סטעמפס און מעדיקעיד, נאר א רעגירונג וואס איז מקיים די שבע מצוות בני נח,

אשר ע"כ וויל איך איבערגעבן דערקוויקענדע נייעס פאר חברי השטיבל הי"ו, אז דער געערטער פרעזידענט פון יוגאנדע, מר. יאווערי מוסעוועני יר"ה האט היינט מאנטאג אונטערגעשריבן א נייער געזעץ אז כל איש ואשה במלכות יוגאנדא וואס וועט זיך דערוואגן צו פראקטיצירן תועבה איז אחת דתו און וועט פאראורטיילט ווערן צו לעבנסלענגליכע טורמע.

"דער געזעץ האט זיך אויסגעפעלט צוליב די געמיינע השפעה די מערב לענדער פרובירן צו פארדארבן אפריקע" האט ערקלערט פרעזידענט מוסעוועני

בילד
דער געערטער פרעזידענט שרייבט אונטער דער געזעץ, אן קיין מורא!

"זיי זענען עקלהאפטיג. וואספארא סארט מענטשן זענען זיי?" האט ער געזאגט. "איך האב קיינמאל געוויסט וואס זיי טוען. מ'האט מיר איבערגעגעבן לעצטנס אז וואס זיי טוען איז שרעקליך. עקלדיג. אבער איך בין געווען גרייט דאס צו איגנארירן אויב עס וואלט געווען באווייז אז דאס איז וויזוי ער איז געבוירן, נישט נארמאל. אבער דער באווייז איז נישטא."

ממנו ילמדו!

זעה "גוגל נייעס" פאר נאך

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר