בלאט 1 פון 1

באהאלטענע ניקס

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:29 am
דורך דולה ומשקה
עס איז מיר אלס שווער געוועהן דאס ענין פון 'באהאלטענע ניקס', דהיינו מקען נישט זעהן צו זיי זענען אנליין אדער נישט. דאס גייט לכאורה אריין בגדר הסתר בתוך הסתר, ווייל דער עצם פאקט פון האבן א ניק איז שוין גענוג אלץ הסתר, וויבאלד קיינער ווייסט נישט ווער עס שטייט אונטער דעם 'ניק'. אבער אריין צו קריכן בחדר לפנים מחדר, אז דער ניק גופא זאל אויך זיין באהאלטן, איז א מדרש פליאה, ווייל וואס זאל זיין די סיבה אז איינער זאל באהאלטן זיין ניק, אז מ'זאל נישט וויסן אז ער איז דורשטיק נאך א געשמאקע גלעזל קאווע?

אני הקטן בין יעצט אנליין, והא ראי' איך שרייב יעצט, און לעבן מיין ניק שיפערהייט ליינט זיך "אנליין", דאס מיינט איך געפין זיך אין קאווע שטיבל מיט א גלעזל אין דער האנט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:46 am
דורך יידל
די סיבות צו באהאלטן זענען פיל. איינס, לדוגמא, איז ווייל מען קען זען פונקטליך וועלכע אשכול דו ליינסט ווען דו ביסט נישט באהאלטן. נו, און אויב א ניק וויל ליינען די מיסט קאסטן.... דארפסטו פונקטליך וויסן וואס ער טוט יעצט? באהאלט ער זיין אנוועזנהייט, אזוי אז דו האסט נישט קיין אהנונג וועלכע אשכול ער קוקט. אזוי אויך אויב א ניק שפירט אז ער פארברענגט דא צופיל צייט, און ער שעמט זיך דערמיט, איז דאס אויך גענוג סיבה צו ווערן א באהאלטענער.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 7:05 pm
דורך שמואל הלוי
באמערקט אז שמעקעדיג איז געווארן א "נסתר".

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 7:17 pm
דורך שמעקעדיג
נאר אויף אלול, בושתי ונכלמתי אז איך דריי מיך דא ארום אנשטאט זיצן ביים תהלימ'ל אין ביהמ"ד......

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 7:21 pm
דורך טאמבל סאס
יידל האט געשריבן:די סיבות צו באהאלטן זענען פיל. איינס, לדוגמא, איז ווייל מען קען זען פונקטליך וועלכע אשכול דו ליינסט ווען דו ביסט נישט באהאלטן. נו, און אויב א ניק וויל ליינען די מיסט קאסטן.... דארפסטו פונקטליך וויסן וואס ער טוט יעצט? באהאלט ער זיין אנוועזנהייט, אזוי אז דו האסט נישט קיין אהנונג וועלכע אשכול ער קוקט. אזוי אויך אויב א ניק שפירט אז ער פארברענגט דא צופיל צייט, און ער שעמט זיך דערמיט, איז דאס אויך גענוג סיבה צו ווערן א באהאלטענער.

אזוי אויך אויב האט עמיצער געשריבן א תגובה אויף דיר און דו האסט יעצט נישט קיין צייט (אדער סיי וועלכע אנדערע סיבה) צו מגיב זיין אויף אים, אדער אפילו אפצולייענען כדי צו קענען לייקן. ווילסטו נישט יענער זאל דיר באמערקן. באהאלטסטו זיך.
און דאס זעלבע אויב דארפסטו צוריק אישי'ען איינעם, וואס ווארט אויף א ענטפער. דאס איז נאך א סיבה זיך צו באהאלטן.
אדער אויב למשל האסטו אן אנדערע אקטיווע ניק, און דו ווילסט נישט יענער זאל כאפן אז בשעת דער ניק איז דא, איז דער אנדערער נישטא.
אדער דו האסט נישט ליב אז אנדערע זאלן דיך קענען נאכקוקן ווען ביסט לעצטע מאל געווען דא, באהאלטסו סתם אזוי וועגן דעם, דיין אנליין סטאטוס.
דארפסט נאך סיבות?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 8:57 pm
דורך ברוין
ביי אישית העלפט דאס נישט. ווייל איינמאל דו ליינסט איז עס ארויס פון יענעמס OUTBOX

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 9:00 pm
דורך זר זהב
ברוין האט געשריבן:ביי אישית העלפט דאס נישט. ווייל איינמאל דו ליינסט איז עס ארויס פון יענעמס OUTBOX

שקויעך פארן שרייבן, ס'זעלבע געטראכט