בלאט 1 פון 2

פורים טעיפס פאר קינדער

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 8:31 pm
דורך דער (פינטעל) איד
וועלכע פורים טעיפ איז גוט פאר קינדער 5-7 יארגאנג? איז דא עפעס א נייע טעיפ?
חנוכה האב איך געקויפט עפעס און ס'האט נישט געטויגט ס'געווען צו גרויס פאר זייער יארגאנג
דאנק

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:09 pm
דורך נאטרוליסט
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:וועלכע פורים טעיפ איז גוט פאר קינדער 5-7 יארגאנג? איז דא עפעס א נייע טעיפ?
חנוכה האב איך געקויפט עפעס און ס'האט נישט געטויגט ס'געווען צו גרויס פאר זייער יארגאנג
דאנק


די מעשה פון המן איז די בעסטע ווייס פון קרית יואל
פאר גאנץ קליינע רבי רובין
פאר גרעסערע: מגילת אסתר מיט געזאנג.

דזשאוק פאר פורים: שמייכלסוויל

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:11 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ערשטע צוויי האבן מוזיק ?

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:13 pm
דורך לאליפאפ
מיין 6 יעריגס איז זיך מחיה מיט 'א בליק אין שושן', איך דארף טוישן סידיס יעדע פאר שעה פונעם ערשטן צום צווייטן חלק און צוריק.

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:44 pm
דורך קאווע טרינקער
לייבוש ליש, דער מלמד, שלאפט מיט מיינע קינדער יעדע נאכט. ס'א'מחיה.

(נחום..!!)

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:48 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איז דו מוזיק אויף ליש'ס טעיפ? אדער איז עס י.ד שלעזינגער זאכן? רעדט שוין דארט זאג מער וואס בערך איז דא אויף ליש און אויף רבי רובין

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:49 pm
דורך לאליפאפ
ליש מיינעך איז פלעין גערעדעכץ אבער לאכעדיג פאר קליינע קינדער. רובין לא מכיר.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:14 pm
דורך ברסלבער
דו רעדסט פאר פורים, אדער סתם אזוי?
"פורים מיט די אונטערן חבריא" איז געוואלדיג. מיינע קינדער קענען נישט סטאפן עס הערן.
אגב, שמייכלסוויל איז פון די נארישסטע קינדער טעיפ'ס וואס איך האב אמאל געזעהן.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 1:07 pm
דורך על טהרת הקודש
דער עיקר האט איר פארגעסן?
מי יתן לנו א לייבעל וויינשטאק וואס חלומט זיך מיר נאך היינט! די זיסע טעם זיינע בסיפור המעשה וואס איך האב געהערט מיט קרוב צו דרייסיג יאר צוריק, בימי הילדות.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 1:10 pm
דורך אפטעמיסט
'צעפראסקעט' איז לכאורה דאס בעסטע. אבער יענס מעג מען בלויז קויפן נישט חלילה קאפיען...

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 2:48 pm
דורך טעפל
נאטרוליסט האט געשריבן:
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:וועלכע פורים טעיפ איז גוט פאר קינדער 5-7 יארגאנג? איז דא עפעס א נייע טעיפ?
חנוכה האב איך געקויפט עפעס און ס'האט נישט געטויגט ס'געווען צו גרויס פאר זייער יארגאנג
דאנק


די מעשה פון המן איז די בעסטע ווייס פון קרית יואל
פאר גאנץ קליינע רבי רובין
פאר גרעסערע: מגילת אסתר מיט געזאנג.

דזשאוק פאר פורים: שמייכלסוויל

"איך האב ליעב די הייליגע יו"ט פורים", איז דאס ווייס פון קרית יואל?, מיינע קינדער זענען זיך ממש מחיה מיט דעם.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:05 pm
דורך מ גפני
אפטעמיסט האט געשריבן:'צעפראסקעט' איז לכאורה דאס בעסטע.

סארי איי דיסאגרי, ווען נישט וואס דער מחבר דרייט זיך דא וואלט איך ווען געשריבן מער דערוועגן

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:10 pm
דורך לאליפאפ
ברסלבער האט געשריבן:דו רעדסט פאר פורים, אדער סתם אזוי?
"פורים מיט די אונטערן חבריא" איז געוואלדיג. מיינע קינדער קענען נישט סטאפן עס הערן.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:12 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איך רעד יעצט פון פורים, און נישט פון א 'נאריש מאכן' אדער 'פלעי' טעיפ. סוי קרויס ארויס צעפראסקעט. איז פורים מיט חבריא א דערציילונג אדער א פלעי?

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:25 pm
דורך מצטמק ויפה
טעפל האט געשריבן:

"איך האב ליעב די הייליגע יו"ט פורים", איז דאס ווייס פון קרית יואל?, מיינע קינדער זענען זיך ממש מחיה מיט דעם.

ניין עס איז יואלי קליין פון ווילאמסבורג, עס איז זייער גוט פאר יונגערע קינדער.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:26 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ער האט טעיפס אויף אלע ימים טובים און נאך

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:28 pm
דורך טיטאניק
אזוי גלייך איך מער נייע זאכען אבער פון צוויי אלטע טעיפס קען איך נישט זאט ווערן
די צוויי זענען
מגילת אסתר מיט געזאנג
און רבי לייבעל וויינשטאק עה
איך קען עס נאך היינט הערען און זיך מחיה זייין

לדעתי נישטא בעסערס פאר פורים ווי מגילת אסתר מיט געזאנג

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:31 pm
דורך ישמעאל הכהן
ס'נישט נאר דיין דעת יעדער האלט אזוי, ס'איז א פאקט אז ס'איז "דער פורים טעיפ פון אלע צייטן", שוין 25 יאר זינט ס'איז ארויס און ס'ווערט איבערגעדרוקט יעדע יאר נאכאמאל און ס'גייט אויס.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:32 pm
דורך אבי גערעדט
ווייסט איינער צו מען קען דאונלאונדן דעם אונטערן חבריה אלבום? פאר באצאלט שטייצעך

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:34 pm
דורך טיטאניק
געקויפט היינט די חבריא סידיס
מיינע חברה זאגען אז עס ראקט

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 12:26 am
דורך מצטמק ויפה
אבי גערעדט האט געשריבן:ווייסט איינער צו מען קען דאונלאונדן דעם אונטערן חבריה אלבום? פאר באצאלט שטייצעך


פרוביר אויף yiddishplays.com, דאס איז די אונטערען סייט.

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 11:36 pm
דורך וכדומה..
טיטאניק האט געשריבן:מגילת אסתר מיט געזאנג


https://m.youtube.com/watch?v=XqHPKQoVuDA

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 11:04 am
דורך סאו וואט
מ גפני האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:'צעפראסקעט' איז לכאורה דאס בעסטע.

סארי איי דיסאגרי, ווען נישט וואס דער מחבר דרייט זיך דא וואלט איך ווען געשריבן מער דערוועגן


גפני. דער מחבר פון צופראסקעט דרייט זיך שוין מער נישטא, מיר ווארטן אויפן באריכט דערקעגן, שכויח.