בלאט 1 פון 1
סאטמאר: חסידות צי קהילה. היינט און אמאל
נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:01 pm
דורך kremenchunger
ערשטנס, א גוטן צו אלעמען און ברוכים הנמצאים!
דאס איז מיין ערשטע מעלדונג דא, און איך האף אז איך און אייך וועלן הנאה האבן צוזאמען.
[איך בין דא אנגעקומען ווייל אייוועלט האט צנזיר געטאן אלץ וואס האט זיי נישט געשמעקט גוט. איך האף אז דא וועט זיין אנדערש]
ולגופו של ענין: דאס איז א זאך וואס איך האב געטראכט וועגן דעם אפאר מאל, אבער מצד דעם וואס איך לעב נישט ממש לעבן א סאטמערע קהילה איז אביסל שווער פאר מיר צו קומען צו א קלארע מסקנה...
בעיסיקלי, וואס האלט איר, איז סאטמאר א קהילה צי א חסידות? וואס וועגן די דברי יואל'ס סאטמאר, ר' משה'ס און וואס וועגן היינטיגע? [לכאורה קען מען זאגן אז דאס איז די אונטערשייד צווישן ארונים און זאלונים, אבער איך וויל הערן וואס איר האלט]
יישר כח.
נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:14 pm
דורך לאליפאפ
דיין נושא באלאנגט לכאורה אין צימעס, וויבאלד דו האסט נישט קלאר ארויסגעשריבן פארקערט, און דאס איז נאטורליך וואס גייט פאסירן, טאמער ווייסטו נישט וואס די העק איך וויל פון דיין לעבן דאן
ליין דאס.
נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:27 pm
דורך דריידל
בסך הכל האט ער זיך פאר'צימעס'ט אין די לעצטע שורה ווי ער דערמאנט די שתי מחנות, אבער בעצם איז דאס א נושא וואס קען, און ברויך, געהעריג אויסגעשמיעסט ווערן.
איינער האט געהאט א שטיקעלע באשרייבונג איבער א ספר ווי ער גייט דורך דעם ענין באריכות.
נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:41 pm
דורך לאליפאפ
דריידי, דו ווייסט קלאר אז ווען א פותח האשכול רעדט וועגן סאטמאר, פון אמאל צו פון היינט, און ער בעט זיך נישט זיבן מאל אז מ'זאל עס נישט פארצימעסן איז עס צימעס. וקל וחומר בעני...
נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:42 pm
דורך דער (פינטעל) איד
לאליפאפ האט געשריבן:דריידי, דו ווייסט קלאר אז ווען א פותח האשכול רעדט וועגן סאטמאר, פון אמאל צו פון היינט, און ער בעט זיך נישט זיבן מאל אז מ'זאל עס נישט פארצימעסן איז עס צימעס. וקל וחומר בעני...
ליין איבער זיי מוחל, ער בעט נישט אפילו איין מאל
נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:45 pm
דורך לאליפאפ
פינטעלע, דו ביסט אדער דו מאכסט דיך?
נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:46 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ביידע, איך מאך זיך ווי איך בין. איך פארשטיי נישט וואס האסט געשריבן
נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:48 pm
דורך לאליפאפ
לאליפאפ האט געשריבן:דריידי, דו ווייסט קלאר אז ווען א פותח האשכול רעדט וועגן סאטמאר, פון אמאל צו פון היינט, און ער בעט זיך נישט זיבן מאל אז מ'זאל עס נישט פארצימעסן איז עס צימעס. וקל וחומר בעני...
לכבוד פינטעלע וועל איך ממשיך זיין: וקל וחומר ווען דער פותח האט אפילו נישט געבעטן איינמאל אז מ'זאל עס נישט פארצימעסן וועט עס זיכער גראד אריינפארן אין צימעס. פארשטיייייייייסט??
נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:49 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אה פאני. איך האב געהאלטן אז דו זאגסט גאר עפעס אנדערש... געוועענליך ווען איינער בעט מ'זאל נישט פאר'צימעס'ן וויל יענער באמת יא צימעס.
אזוי האב איך געמיינט אז דו פארשטייסט עס אויך. סארי
נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:51 pm
דורך לאליפאפ
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:אה פאני. איך האב געהאלטן אז דו זאגסט גאר עפעס אנדערש... געוועענליך ווען איינער בעט מ'זאל נישט פאר'צימעס'ן וויל יענער באמת יא צימעס.
אזוי האב איך געמיינט אז דו פארשטייסט עס אויך. סארי
געווענדליך?? איפכא מסתברא'ניק
נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:30 pm
דורך kremenchunger
לאליפאפ האט געשריבן:דיין נושא באלאנגט לכאורה אין צימעס, וויבאלד דו האסט נישט קלאר ארויסגעשריבן פארקערט, און דאס איז נאטורליך וואס גייט פאסירן, טאמער ווייסטו נישט וואס די העק איך וויל פון דיין לעבן דאן
ליין דאס.
א גוטן, ערשטנס א דאנק פאר מיר לאזן וויסן וועגן דערויף. איך האב דערפון נישט געוואוסט.
אבער ווי דריידל האט געשריבן, מיין כונה איז כלל וכלל נישט די פאליטיקס וכו'. נאר פשוט אנאליזן די נושא. און איך האף אז ס'זיינען דא מענטשן וואס קענען שרייבן וועגן די אונטערשיידן צווישן די צוויי טיילן פון סאטמאר. טאמער נישט, לאמיר פאקוסן אין די פארגאנג...
נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:31 pm
דורך kremenchunger
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:אה פאני. איך האב געהאלטן אז דו זאגסט גאר עפעס אנדערש... געוועענליך ווען איינער בעט מ'זאל נישט פאר'צימעס'ן וויל יענער באמת יא צימעס.
אזוי האב איך געמיינט אז דו פארשטייסט עס אויך. סארי
נאר צו מאכן קלאר נאכאמאל: דאס איז כלל נישט מיין כונה. איך וויל הערן פון אנאליזן ע"פ שכל פון דער ענין.
נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:33 pm
דורך kremenchunger
דריידל האט געשריבן:
איינערהאט געהאט א שטיקעלע באשרייבונג איבער א ספר ווי ער גייט דורך דעם ענין באריכות.
איך האב נישט פארשטאנען וואס דו האסט דא געשריבן. אפשר קענסט עס זאגן אין א שפראך וואס אני הק' קען פארשטיין
נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:40 pm
דורך איך אויך
שלום עליכם א איד פון קרעמענטשיג ,האמיר שוין נאך א פליט פון די אייוועלט צענזור (כאטשיק אין דעם פאל קען מען זיי נישט אינגאנצן באשולדיגן ,כ'מיין מען קען נישט קומען האקן פעך און שוועבל אויפן מלאך מכוח עפעס א סיפור בשם ר' יהודא חיטריק און עקספעקטן אז זיי גייען עס אדורכלאזן).
שאלה גדולה מאוד שאלת און ווען דו וועסט דורכטוהן דעם ענין בעיון ווערט נתבהר ווערן צענדליגע צו אפשר גאר הונדערטע ענינים ושאלות בהנהגת הסאטמורים די לעצטע זיבעציג אכציג יאר.
נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:48 pm
דורך kremenchunger
איך אויך האט געשריבן:שלום עליכם א איד פון קרעמענטשיג עליכם השלום!,האמיר שוין נאך א פליט פון די אייוועלט צענזור (כאטשיק אין דעם פאל קען מען זיי נישט אינגאנצן באשולדיגן ,כ'מיין מען קען נישט קומען האקן פעך און שוועבל אויפן מלאך מכוח עפעס א סיפור בשם ר' יהודא חיטריק און עקספעקטן אז זיי גייען עס אדורכלאזן).
דא איז נישט די נושא אויף דערויף. איך האב וואס צו ענטפערן אויב דו שרייבסט מיר פערזענלעך
שאלה גדולה מאוד שאלת און ווען דו וועסט דורכטוהן דעם ענין בעיון ווערט נתבהר ווערן צענדליגע צו אפשר גאר הונדערטע ענינים ושאלות בהנהגת הסאטמורים די לעצטע זיבעציג אכציג יאר.
קריינא דאיגרתא איהו להוי פרווקנא. ס'קוקט אויס ווי די האסט א קלארע דיעה אויף דערויף, אפשר קענסט זיך איינטיילן מיט אונז?
א דאנק
נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:00 am
דורך דריידל
kremenchunger האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:
איינער האט געהאט א שטיקעלע באשרייבונג איבער א ספר ווי ער גייט דורך דעם ענין באריכות.
איך האב נישט פארשטאנען וואס דו האסט דא געשריבן. אפשר קענסט עס זאגן אין א שפראך וואס אני הק' קען פארשטיין
viewtopic.php?f=5&t=4577&hilit=%D7%94%D7%91%D7%A8%D7%99+%D7%95%D7%94%D7%A9%D7%9E%D7%90
נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:11 am
דורך איך אויך
דארף מען ווארטן אויף איינעם וואס האט א בעסערע פעדער ווי מיר (אפשר בענדשי אדער איש עברי וואלטן געווען גוטע קאנדידאטן).
ווי געזאגט דיין שאלה רירט אן די עצם יסודות און פייבער פון סאטמאר. אז מען וועט פארשטיין די היסטאריע פון די רבנות ביז א חסידות און איבערשרייבונג/פאלסיפיקאציע פון היסטאריע לגבי די רבנות ווערסוס חסידות. אז איר וועט דאס פארשטיין וועט גאר אסאך ענינים זיין מער פארשטענליך ווי למשל
די מחלוקת פון ר' אביש'ל
די כח פון די רבנית און אירע מענטשן
רוב סאטמארע מחלוקת אין אמעריקע
די ז טובים
אז דער רבי דארף זיך מתייעץ זיין און מורא האבען פון די ראשי הקהל (מיט דעם זענט איר לכאורה גערעכט אז ביי רז"ל און דאס היבש מער בולט ווי ביי ר"א).
ועוד ועוד.
נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:31 am
דורך kremenchunger
איר קען אנפאנגן און יבאו אחרים וישלימו... גראדע איר שרייבט נישט שלעכט.
[ווער איז ר' אבישל און וואס איז די תמצית פון די מחלוקת?]
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 6:23 pm
דורך שעפטל
גראדע גאנץ א גוטע אשכול צו זיין דער פותח ווען ס'דא א טשאנס אז ס'זאל דא ווערן איינע פון די גרעסטע אשכולות.
נאר צוויי זאכן,
איינס, אנצוהייבן אזא אשכול דארף מען מער שרייבן וואס מ'וויל און אליינס אנהייבן מיט א גוטע קרישקעלע... סתם קשיות פרעגן גייט דאס פירן אקוראט ווי עס איז אנגעקומען ביז דא...
צווייטענס כ'זעה ממש נישט אז צווישן די הונדערטע נייע בלעטער דא וועט עס נישט אריינפאלן אין צימעס....
באוט עניוועיס, שלום עליכם און הייב אן שרייבן, ס'וועט זיך אפשר עפעס וועבן
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:09 pm
דורך berlbalaguleh