בלאט 1 פון 1

זאכן וואס וועט אייך מאכן אראפפאלן פון בענקל!

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:42 pm
דורך אפטעמיסט
איך קען נישט טרעפן קיין פאסיגער אשכול פאר דעם, מוז איך בלית ברירה עפענען א נייער.

כאפט אייך שטארק אן -- האלט אייך דאס אטעם, ווייל וואס איר גייט אצינד זעהן/ טוען, קען ארויף שיסן אייער בליט דרוק, און אייך לאנדען אין שפיטאל.
איינמאל איר זענט עמאציענאל סטאביל, און גרייט צוריק צו דרייען דעם זייגער צעהן פופצן יאר, זאגט הנני מוכן, און דריקט דעם לינק

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:46 pm
דורך דער (פינטעל) איד

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:52 am
דורך דריידל
איך טרעף מיך אן מיט אן אשכול מיט אזא ציענדען קעפל און איך גרייט מיך אויפ'ס בעסטע. אבער ווי יעדע גיטע זאך וואס קומט אן שווער, איז דא אויך פארהאן א גאנצע פראצעדור וואס מען דארף דורכגיין בעפאר מען קען א קוועטש טאן אויפ'ן לינק. און אז אפטעמיסט הייסט, פרעגט מען נישט קיין קשיות.
נאכן מאכן די ריכטיגע הכנות טוט מען זיך אן די גארטל און מ'זאגט אפ דעם הנני מוכן ומזומן ווי פארלאנגט. מיט ציטערדיגע פינגערס געט מען א דריק אויפ'ן לינק און וואס זאל איך אייך זאגן, אזא דיסאפוינטמענט האב איך שוין לאנג נישט געהאט.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:59 am
דורך אפטעמיסט
מיסתאם קומסטו פון אזא בעסערע בעל הבית'ישע שטוב, און אלס קינד האט דיין טאטע דיר ערלויבט האבן א געימבוי.
איך בין אבער פון די מער נעבעכדיגע, וואס זענען ליידער געשטאנען קופין ע"ג קופין איינער אויפן אנדערען צו זעהן וויאזוי יענער שפילט געימבוי, און כ'האב נישט זוכה געוועהן צו שפילן אליינס.
אצינד, פופצן יאר שפעטער, האב איך די פרייהייט און געלעגנהייט צו שפילן אליינס. זאל איך נישט פאלן פון בענקל?

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 2:04 am
דורך מילעך גיסער
איך טראכט אריין וואס גייט זיין אין 10-15 יאר ארום אין סאיז גאנץ מעגליך אז די היינטיגע פארגעשריטענע טכנולוגיה גייט האלטן אסאך וייטער אין אין די צייט וואס שאטל ספייס אין אירופלאנען וועלען פליען אין די לופטען מיט איין קליינע וינק אדער א לינק וועט זיין איינער וואס וועט אינז דערמענאן די אלטע צייטען פין די אייפונס אין די קאווע שטיבל וואס האט עקזיסטירט אויף אזא ״צוריקגשטענע״ אופן

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 5:50 am
דורך פלעין יודיש
און וואס מיינסטו ציזאגען מיט די פיקטשער
אפשר אז מהר''א וועט אזוי אויסקיקען אין 10 15 יאר ארים
נישט קלאר

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:43 am
דורך על טהרת הקודש
פלעין יודיש האט געשריבן:און וואס מיינסטו ציזאגען מיט די פיקטשער
אפשר אז מהר''א וועט אזוי אויסקיקען אין 10 15 יאר ארים
נישט קלאר

איך האב געזען דעם פיקטשער נעכטן, קוקט אויס עס איז שוין לאחר המעשה מיט אים.
אבער דער אמת בילדער קען מען נישט טראסטען.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:01 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אין א נייער פאוסט דעקט מארק שאפירא אויף אז סאטמאר רב זצ"ל איז געווען קעגן דרוקן דעם ''כולל ענינים'' הוצאות בית רחל, מארק דעקט אויף פון קראנטע מקורות אין יענער צייט אז סאטמאר רב האט געהאלטן אז ס'איז צו עקסטרעם און געבעטן מ'זאל עס נישט דרוקן.




.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 7:35 pm
דורך אפטעמיסט
:lol: :lol: :lol: די קאטשעניא וועט נאך וואס?!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 7:41 pm
דורך מאטי
:roll: א צובראכענע פיסל

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 8:00 pm
דורך איך אויך
ס'הייסט גאראנטירט? אז נישט נעמט זיך דער ווען אליינס טאנצן?