בלאט 1 פון 2

רבנים רייך ווי קורח מיט ריעל עסטעיט און מעלאנעס אין באנק

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 9:21 am
דורך קרעקער
אין א אנדערע אשכול האב איך ארויסגעברענגט א פוינט אז דע רבנים זענען עשירים וואס פאשטייען נישט דעם פשוטען יונגעמאן וואס ארבעט ביטער שווער צו קענען באצאלען די טייערע רענט פאר א פיצעלע לעכעל וואס גייט אין טאש פון דע זעלבע רבנים לענדלארס.. און זיי גייען אינז קומען איינטיילען וואסערע וועש אינדזערע פרויען זאלען גיין אנגעטון און אנדערע תקנות און חרמות
וויל איך עפענען א אשכול וואס זאל זיין די פארבס ליסטע פון גרעסטע עשירים רבנים צו באשרייבען די רבנים מיליאנערען (נאר היימישע) און אויסרעכענען זייער ריעל עסטעיט =בענק אקאונטס =טייערע קארס =ווילעס אין מיאמי =אנדערע לוקסוס און פארשווענדערישע זאכען ווי זיי לעבען

כהאב דערמאנט 3 רבנים
גריבוב רבי האט ריעל עסטעיט אין ב"פ אין ווערט פון צענליגע מיליאנען, ווער ווייסט וויפעל איז דע טשעק וואס ער פיקט אויף יעדע חודש פון דוען ריעד פארמאסי? און ער איז מקפיד אליינס צו גיין אויפיקען די רענט פון אלע טענענטס סיי ווייל ער האט נישט בעסערס וואס צו טוהן מיטען טאג און סיי אלס מצוה בו יותר משלוחו, ער מיט אלע קינדער און קלמן זענען פארזיכערט מיט פרנסה פאר עטליסט 100 יאהר

ר' יעקל האראוויץ פאר דע וואס ווייסען האט ריעל עסטעיט אין ב"פ און אין גאנץ בראקלין, ער קויפט מיט אינוועסטערס ריזען פראפעטיס און כאטשיג ער איז א רב גייט ער אליינטס אראפ קוקען די בילדינגס פארען קויפען, ביי עם אין ישיבה האט מען נישט געצאלט די מגי"ש 7 חדשים כאטשיג ער האט מיליאנען אין באנק, מיט אפאהר יאהר ציריק ווען ער האט פארקויפט א בילדינג פאר ראחמעסטריווקא האט ער נישט געוואלט זיי זאלען וויסען אז ער איז די באלבוס ווייל ער האט געבעטען א געשוואלענע פרייז ער האט זיך געשעמט, זיי האבען צים סוף אויסגעפינען אז ער איז דער שגץ און זיי האבען עם אריינגעלייגט א גרויסען עד אין צייטינג א שכוח, ער האט זיך געשעמט צו ארויסגיין אין גאס פאר אפאהר וואכען

ר' בנציון שטראסער וואס גייט רעדען ווייל זיין ברידער דער טיפש געט 50000$ פאר די אסיפה האט דעם גרעסטע הויז אין ב"פ וכו

בורשטינער רבי האט די צווייטע גרעסטע הויז אין שטאט, די קיטשען אליינטס האט געקאסט אכציג אלפים!!!!, אלעס פון געשנארעטע געלט פין אינז שוטים

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 9:57 am
דורך קאווע טרינקער
רבנים זענען בארעכטיגט צו זיין רייך. נקודה.
טענות אויף רבי'ס וואס שנארן פאר א מלכות'דיגע קיך איז א צווייטע נושא, אבער וואס איז הרב שטראסער שולדיג אז זיין ברודער איז א זבולון? האט ער אמאל גענומען געלט ביי איינעם?

דער גריבוב'ער, וועמען שטייט ער אין וועג? איז עס זיין שולד אז איינע פון זיינע 18 קינדער לעבט אויף עסקנות און שטאט-איבערדרייעריי?

בד"וו, פון וועלכע רב הורוויץ רעדט מען דא, דער וואס זיין ווייב דרייווט?

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 10:13 am
דורך הוגה
יא, עס איז נישט ריכטיג צו בארעדן רבנים נאר ווייל זיי האבן געלט און ביזנעס. עס איז די לאנד פון אפערטוניטי פאר יעדעם. דאס אז א גרויסע טייל רבנים זענען איגנארענט צו די מצב פון די פשוטי עם און זיי פארשטייען בכלל נישט די געפילן און נסיונות וואס א איד וואס מוטשעט זיך על המחיה ועל הכלכלה איז א ריכטיגע נקודה. וואס פארשטייען זיי צו א יונגערמאן וואס מוטשעט זיך מן הבקר עד הערב און מיט דעם אלעם האט ער אסאך מאל נישט קיין דאלער אין טאש? און אויב פארשטייען זיי נישט, ווי האבן זיי א רעכט צו גוזר זיין גזירות. זייט גוזר גזירות אויף אייער'ס גלייכן.



.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 10:18 am
דורך נולד מאוחר
א רב וואס איז רייך נישט פון א ירושה נאר פון זיין אייגנע הארוואניע, איז חשובער ווי די רב וואס טוט ארבעט בכלל נישט.
אבער א רב וואס איז רייך מיינט דאס אז ער געט אוועק צייט פון זיין טאג פאר גשמיות און תאות. קען ער זיך נישט אויפשטעלן דערנאך און מעורר זיין דעם ציבור איבער מותרת און ממאס זיין אין עולם הזה.
כווינדער מיר טאקע די תנאים און אמוראים וואס זענען געווען רייך, פארוואס האבן זיי ווייטער געארבעט? האסט געניג געלט, זיי עוסק און עבודת השם?

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 10:27 am
דורך קאווע טרינקער
זה דעתך. ודעתי להיפך.

מאכן גרויסע געשעפטן - און אפילו פארן אויף וויקאציע - מיינט נישט "ליגן אין עולם הזה" ור' הערשל שרייבער יוכיח.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 10:42 am
דורך דריידל
עס איז נישט ריכטיג צו באשילדיגן אלע רבנים. עס זענען דא א שיינע פאר רבנים עשירים וואס פליען נישט אין הימל. דא האט עטץ א שטיקל ליסטע:
אדמו"ר מ'ליזענסק ב"פ
גאב"ד דמשק אליעזר וומ"ס
גאב"ד בראד וומ"ס

ווער עס ווייסט נאך איז מכובד צוצולייגן

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 10:48 am
דורך דולה ומשקה
קאווע טרינקער האט געשריבן:בד"וו, פון וועלכע רב הורוויץ רעדט מען דא, דער וואס זיין ווייב דרייווט?


יא ער האט עס געמאכט צו דעם רשימה - אדמורי"ם בעלי עגלה
viewtopic.php?f=24&t=5388

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 10:55 am
דורך אי איתמר
נולד מאוחר האט געשריבן:א רב וואס איז רייך נישט פון א ירושה נאר פון זיין אייגנע הארוואניע, איז חשובער ווי די רב וואס טוט ארבעט בכלל נישט.
אבער א רב וואס איז רייך מיינט דאס אז ער געט אוועק צייט פון זיין טאג פאר גשמיות און תאות. קען ער זיך נישט אויפשטעלן דערנאך און מעורר זיין דעם ציבור איבער מותרת און ממאס זיין אין עולם הזה.
כווינדער מיר טאקע די תנאים און אמוראים וואס זענען געווען רייך, פארוואס האבן זיי ווייטער געארבעט? האסט געניג געלט, זיי עוסק און עבודת השם?

גשמיות תאות..???
דו האלסט נישט אז יעדע מענטש דארף זעהן/ארבעטען
צו האבען גענוג געלט? [וויפעל איז גענוג..?]
כוואונדער מיר אויב ס'איז בכלל געווען תאנאים ואמוראים וואס האבען נישט געארבעט,
(חוץ מיחידי סגולה כמבואר ברמב''ם)

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 10:57 am
דורך רויטע וואנצעס
ס'איז א גרויסע חילוק צווישן א רב וואס האט גרויס געלט פון ביזנעס אדער ירושה, צו א רב וואס פרעסט אויס די ארימע עולם, צו זעטיגן זיינע תאות.(אין נאמען פון די הייליגע מוסדות פארשטייט זיך)

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:13 am
דורך גם כי אלך
ווען א רב ארבעט נישט נאר זיצט אויפן ציבור, מאכט זיך חתונה פון טיי אווענטס וכו', שרייט מען, ליידיגייער גיי ארבעטן, טרעט אראפ פון די מענטשהייט.
ווען א רב ארבעט יא און איז גראדע מצליח צו שארן מעלאנעס, טומלט מען ווייטער, וואס פארשטייט ער צו די ליידן פון די פשוטע ארבעטער...

אבער ס'איז נישט ממש אזוי, די עכטע פראבלעם זענען די רבנים וואס האןב ריעל עסטעיט אין די היימישע געגנטער און רייסן אויס די טאשן פון ארעמע אידן ביי די רענט, דאס איז שוין א אמת'ע עולה און א פארברעך.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:16 am
דורך דולה ומשקה
די רבנים מעגן ארבעטן זיי מעגן ווערן מיליאנערן, אבער איין זאך, אין דיין פריוואטע לעבן טוסטו וואס דו ווילסט, לאז יענעם אויך.
ווייל די האסט א מיאוסע פרוי אדער במשך די יארן איז איהר שיינקייט איז שוין א פארגאנגענהייט איז קיינער נישט שולדיק.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:23 am
דורך טיטאניק
דריידל האט געשריבן:עס איז נישט ריכטיג צו באשילדיגן אלע רבנים. עס זענען דא א שיינע פאר רבנים עשירים וואס פליען נישט אין הימל. דא האט עטץ א שטיקל ליסטע:
אדמו"ר מ'ליזענסק ב"פ
גאב"ד דמשק אליעזר וומ"ס
גאב"ד בראד וומ"ס

ווער עס ווייסט נאך איז מכובד צוצולייגן

די עצם זאך אז די דריי פראסטע אידען ריפען זיך רבנים און זיצען אויבענאן דאס אליינס איז א עוולה
אבער היינט ווער איז בעסער
נאר פניה דור כפני הכלב
אין די אלטע היים (כלומר מיט 70 יאר פאר די קריג) זענען אלע רבנים געווען אידען וואס די אנשי העיר האבען אים מכתיר געווען אלץ רב און האט זיך נישט אליינס געקרוינט, און די אלע רבנים האבען געהאט הוראה און גיט געקאנט לערנען, זיי זענען נישט געפארען אויף "קור ערטער" נאר געזיצען ווי משה רבינו בשעתו און עוסק געווען מיטען "פירען די שטאט", פירען מיינט ענפערען שאלות מן הבוקר עד הערב, פירען דיני תורות, עוסק זיין אין שלום בית און אין חינוך, לעמוד בפרץ, פירען אלע צדקה חבורות אין שטאט, אט דאס האט געמיינט א רב
היינט א רב, לערנען? דאווענען? יראת שמים? ענפערען שאלות? פירען דיני תורות? טיען אין שלום בית? חינוך? וואט עי פ, ניקס גארנישט,
ער האט אפאר דאלער, (אדער זיין טאטע האט נאך געהאט) ער קרוינט זיך אלץ א רבי אדער רב, נישט קיין נפק"מ ביידע פאדערט גארנישט, ער נעמט אויף א דיין וואס פסקנט שאלות מן הבוקר עד הערב, ער נעמט אויף א מגיד שיעור, און ער פארט אויף וועיקעישאן זימער ווינטער, בייטאג איז מען ביזי מיט באקישע "ביקורים" אהין אין ציריק וויי רעטייערטע באבעס, איי וואס האסטי מיט דער סלאנימער רבי פון יאהאפעץ? ביינאכט מאכט מען א רייד מיט די קעדילעק און מען פארט טאנצען ווי קאטשקעס (נישט פענגווין חלילה) צי שמחות,
דערנאך מאכט מען זיכער אז די בילדער ווערען שיין געדעקט אין אלע צייטונגען (כבוד פון די זיידעס, לייען: גראביאנען פון די אלטע היים) און די עיקר אז מען האט נישט קיין צייט פאר קיין איין ציבראכענע יונגערמאן מיט זיינע פראבלעמען, ווייל דער רבי איז משוגע ביזי,

העי, פארגעסען! מען חתמעט אויף אלע קול קורא, אבער מען איז זיך "נוהג" נאר צי ליינען די אינטערשטע חלק פון דער קול קורא (ווער עס חתמ'עט, צי דער ברידער פעטער נעפיו) אבער די אויבערשטע חלק גייט זיי אן ווי די גאנצע תורה

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:25 am
דורך טיטאניק
אי איתמר האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:א רב וואס איז רייך נישט פון א ירושה נאר פון זיין אייגנע הארוואניע, איז חשובער ווי די רב וואס טוט ארבעט בכלל נישט.
אבער א רב וואס איז רייך מיינט דאס אז ער געט אוועק צייט פון זיין טאג פאר גשמיות און תאות. קען ער זיך נישט אויפשטעלן דערנאך און מעורר זיין דעם ציבור איבער מותרת און ממאס זיין אין עולם הזה.
כווינדער מיר טאקע די תנאים און אמוראים וואס זענען געווען רייך, פארוואס האבן זיי ווייטער געארבעט? האסט געניג געלט, זיי עוסק און עבודת השם?

גשמיות תאות..???
דו האלסט נישט אז יעדע מענטש דארף זעהן/ארבעטען
צו האבען גענוג געלט? [וויפעל איז גענוג..?]
כוואונדער מיר אויב ס'איז בכלל געווען תאנאים ואמוראים וואס האבען נישט געארבעט,
(חוץ מיחידי סגולה כמבואר ברמב''ם)

על פי דברי חז"ל דארף א איד זיין ביזי מיט צוויי זאכען "מיט לערנען תורה און איר היטען" און "עוסק זיין בישובו של עולם, אויפטאן פאר די וועלט דאס מיינט טיען געשעפטען"
רוב רייכע תנאים ואמוראים זענען געווען רייך בירושה אדער במתנה

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:28 am
דורך signout
אפשר זאל מען אויך מאכען א ליסט פין רבנים וואס האבען נישט קיין לכם לאכול אין מען שנאר פאר זייער טאג טעגליכע ברויט אין אפגערעדט פאר זייער קינדער חתונות (אפי' פין די וואס ארבייטן יא)

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:33 am
דורך אי איתמר
טיטאניק האט געשריבן:
אי איתמר האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:א רב וואס איז רייך נישט פון א ירושה נאר פון זיין אייגנע הארוואניע, איז חשובער ווי די רב וואס טוט ארבעט בכלל נישט.
אבער א רב וואס איז רייך מיינט דאס אז ער געט אוועק צייט פון זיין טאג פאר גשמיות און תאות. קען ער זיך נישט אויפשטעלן דערנאך און מעורר זיין דעם ציבור איבער מותרת און ממאס זיין אין עולם הזה.
כווינדער מיר טאקע די תנאים און אמוראים וואס זענען געווען רייך, פארוואס האבן זיי ווייטער געארבעט? האסט געניג געלט, זיי עוסק און עבודת השם?

גשמיות תאות..???
דו האלסט נישט אז יעדע מענטש דארף זעהן/ארבעטען
צו האבען גענוג געלט? [וויפעל איז גענוג..?]
כוואונדער מיר אויב ס'איז בכלל געווען תאנאים ואמוראים וואס האבען נישט געארבעט,
(חוץ מיחידי סגולה כמבואר ברמב''ם)

על פי דברי חז"ל דארף א איד זיין ביזי מיט צוויי זאכען "מיט לערנען תורה און איר היטען" און "עוסק זיין בישובו של עולם, אויפטאן פאר די וועלט דאס מיינט טיען געשעפטען"
רוב רייכע תנאים ואמוראים זענען געווען רייך בירושה אדער במתנה

מקור?
וואס איז דאס מתנה..?

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:51 am
דורך berlbalaguleh
נולד מאוחר האט געשריבן:א רב וואס איז רייך נישט פון א ירושה נאר פון זיין אייגנע הארוואניע, איז חשובער ווי די רב וואס טוט ארבעט בכלל נישט.
אבער א רב וואס איז רייך מיינט דאס אז ער געט אוועק צייט פון זיין טאג פאר גשמיות און תאות. קען ער זיך נישט אויפשטעלן דערנאך און מעורר זיין דעם ציבור איבער מותרת און ממאס זיין אין עולם הזה.
כווינדער מיר טאקע די תנאים און אמוראים וואס זענען געווען רייך, פארוואס האבן זיי ווייטער געארבעט? האסט געניג געלט, זיי עוסק און עבודת השם?

וואס פארשטייסטו נישט? די אלע רבנים וועלכע דרשנ'ען אז מ'זאל ממעט זיין אין גשמיות און תאוות העולם הזה מיינען אז מ'זאל געיבן דאס געלט פאר זיי. מיין רבי אין חדר האט פארציילט א מעשה: ס'אמאל געוועין א איד אין א שטעיטל וועלכער האט פארבארגט געלט אויף פראצענט. (מיט א פעטער איסקע, פארשטייצעך.) איז אמאל געוועין א לויה פון א גרויסן עושר. האטציך דער רב אויפגעשטעלט און געזאגט מוסר פאר'ן עוילעם. "רבותי, עטץ זעיט מ'נעמט זיך גארנישט מיט אויף יענע וועלט". ווען דער פראצענט'ניק האט דאס געהערט איז ער ארומגעגאנגען צו אלע זיינע בעלי חובות און געזאגט. "עטץ הערט וואס דער רבי זאגט. אז מ'נעמט זיך גארנישט מיט. זייט מוחל און באצאלטס ענקערע חובות".... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :cry: :( :o

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:09 pm
דורך אוהב ישראל
ייש"כ פותח האשכול...........יעצט פארשטייט מען בעסער פשט אין הקנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מין העולם..........א רב האט נישט קיין רעכט צי זיין א עושר ?????...... אדרבה משה רבינו שטייט אין חז"ל איז געווען א עושר אדיר.... ביטער וואלט אים געווען ...ווען ער וואלט געדארפט ציקומען צי דתן ואבירם פאר דאאלער..........וואס האט א שייכות זיין פריוואט געלט מיט דעם צי מעג ער רעדען בא א צניעות עצרת אדער נישט ??? וילסט נישט ????.... גיי עם נישט הערען ועשה מה שלבך חפץ............אין פארגלייך דיך אליינס ביטען באשעפער צי ביסטו אין דעם צניעות פראבלעם קאטאגאיע צי נישט..................אין דער עיקר איז ווער אליין א עושר אין אפשר אויך א רב אזוי וועסטו זיין ביזי מיט מאכען געלט אין געבען צניעות דרשות...............ואתכם הסליחה..................

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:14 pm
דורך טיטאניק
signout האט געשריבן:אפשר זאל מען אויך מאכען א ליסט פין רבנים וואס האבען נישט קיין לכם לאכול אין מען שנאר פאר זייער טאג טעגליכע ברויט אין אפגערעדט פאר זייער קינדער חתונות (אפי' פין די וואס ארבייטן יא)

זאלען זיי ריטיירען פון זייערע אייגען געקרוינטע רבנות און גיין ווערען א שניידער אדער א סטאלער
און אויב זייערע חסידים וועלען דאס נישט וועלען זאלען זיי עם געבען א געהעריגע געהאלט
אבער די חארבען איז אז זיי האבען קוים 7 א האלב שכינים וואס דאווענען אין זייער בית המדרש (וואס זיי וואלטען געקענט פארדינגען פאר א דירה און מאכען געלט דערפין)
סא האק א טשייניק ביי דיר אין קאך
שיק אלע שיפע טאשען גיין ארבעטען ב"ה עס איז דא אסאך ארבעט אפענינגיס פון אלעס סארט

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:15 pm
דורך טיטאניק
אי איתמר האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:
אי איתמר האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:א רב וואס איז רייך נישט פון א ירושה נאר פון זיין אייגנע הארוואניע, איז חשובער ווי די רב וואס טוט ארבעט בכלל נישט.
אבער א רב וואס איז רייך מיינט דאס אז ער געט אוועק צייט פון זיין טאג פאר גשמיות און תאות. קען ער זיך נישט אויפשטעלן דערנאך און מעורר זיין דעם ציבור איבער מותרת און ממאס זיין אין עולם הזה.
כווינדער מיר טאקע די תנאים און אמוראים וואס זענען געווען רייך, פארוואס האבן זיי ווייטער געארבעט? האסט געניג געלט, זיי עוסק און עבודת השם?

גשמיות תאות..???
דו האלסט נישט אז יעדע מענטש דארף זעהן/ארבעטען
צו האבען גענוג געלט? [וויפעל איז גענוג..?]
כוואונדער מיר אויב ס'איז בכלל געווען תאנאים ואמוראים וואס האבען נישט געארבעט,
(חוץ מיחידי סגולה כמבואר ברמב''ם)

על פי דברי חז"ל דארף א איד זיין ביזי מיט צוויי זאכען "מיט לערנען תורה און איר היטען" און "עוסק זיין בישובו של עולם, אויפטאן פאר די וועלט דאס מיינט טיען געשעפטען"
רוב רייכע תנאים ואמוראים זענען געווען רייך בירושה אדער במתנה

מקור?
וואס איז דאס מתנה..?

זיך די ביאגראפיע פון אלע רייכע תנאים ואמוראים וועסטי זען
איך באקים נישט באצאלט פאר ברעגען מראי מקומות אבער איך ווייס וואס איך רעד ווייל איך בין נישט קיין רבי און איך לערען א ווארט צוויי א טאג

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:30 pm
דורך דער (פינטעל) איד
און פארגעס נישט פון יואל לעבאוויטש פעסט רב וואס האט א הערליכע הויז אין מאנסי און גייט פערזענליך ארום אויסשפרייטן זיינע סי דיס'ס אין געשעפטן און מאכט זיכער אז קיינער קאפיט נישט זיינע סידיס ער גייט אליינס אראפ אין סטודיא זיכער צו מאכן אז אלעס קלאפט אנצופילן זיינע טאשן און אונז נאכדעם מוסר זאגן פאר פורים.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 1:12 pm
דורך טיטאניק
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:און פארגעס נישט פון יואל לעבאוויטש פעסט רב וואס האט א הערליכע הויז אין מאנסי און גייט פערזענליך ארום אויסשפרייטן זיינע סי דיס'ס אין געשעפטן און מאכט זיכער אז קיינער קאפיט נישט זיינע סידיס ער גייט אליינס אראפ אין סטודיא זיכער צו מאכן אז אלעס קלאפט אנצופילן זיינע טאשן און אונז נאכדעם מוסר זאגן פאר פורים.

אויף עם רעד איך נישט
ער איז א איד א צדיק
ער חתמעט טאקע נישט קיין קול קורא'ס אויסער די לעצטיגע פון מיכאל שניצלער אבער יעדער פאלט אמאל דארעך פון איינמאל קען מען עם נישט אוועק מאכען
:lol: :lol:

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 1:34 pm
דורך יאיר
עס איז נאריש צו באשולדיגן די רבי'ס אין עשירות ווען מיר האבן זיי עס אליין געגעבן.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 1:39 pm
דורך טיטאניק
יאיר האט געשריבן:עס איז נאריש צו באשולדיגן די רבי'ס אין עשירות ווען מיר האבן זיי עס אליין געגעבן.

נישט איך!!!!!
די יא אולי אבער מיש מיר נישט אריין
איך האב אלץ געזאגט געבט זיי נישט קיין געלט! אז די האסט מיר נישט געהארכט איז עס דיין פראבלעם :like :lol: