בלאט 1 פון 13
פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 10:46 am
דורך אפטעמיסט
מען זאגט "ס'איז אכט אזייגער", פארוואס זאגט מען נישט אויך "ס'איז אכט דרייסיג אזייגער"?
די זעלבע פראגע האב איך אין דאס ענגליש'ע שפראך.
נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:21 am
דורך גאלד
השערה,
ווייל איינמאל מ'איז מוסיף דער ציפער 30 איז שטארק בולט אז דער מדובר איז פון א זייגער (ווייל דער זייגער לויפט אויף 60ער), ממילא דער ווארט "אזייגער" קוקט שוין אויס למותר,
אבער אינה"נ ע"פ דיקדוק וואלט אפשר געווען פאסענד דער "אזייגער"
משא"כ בלויז 8, קען מיינען 8 דאלער, 8 דעגרי, וכו'
נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:53 am
דורך גאלד
ואת"ל אז אפשר שטימט עס יא ע"פ דיקדוק, אבער מ'דארף צולייגן קאפ,
בעצם א נומער איז א "עדזשעקטיוו" דאס מיינט א ווארט וואס איז מצייר א "אבזשעקט",
דאס מיינט ווען איינער זאגט א נומער איז חובה עליו צו זאגן וואס דו ביסט מצייר,
דאס מיינט ווען מען זאגט 8, איז 8 וואס?
יעצט ווען איינער זאגט, 8, און נאכער איז ער מוסיף דער ווארט דרייסיג, איז טראץ וואס 30 איז דאך למעשה אויך א ציפער,
אבער בכגון דא איז דער 30 א פירוש פארן 8,
איז היות דער 30'ער ווערט שוין עטוואס געניצט פאר א פירוש קען עס שוין - ע"פ כללי הדיקדוק - עס אויך געניצט ווערן צו מצייר זיין די גאנצע סענטענס,
איך וואלט נישט סורפרייזד געווארן אז ס'דא א אבן עזרא מיט דער רעיון,
ודו"ק
נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:21 pm
דורך געפילטע פיש
[left]O'clock
(modifying a numeral, one to twelve) In conjunction with a numeral, indicates the time within a twelve hour period (midnight to noon or noon to midnight), specifically the time when the hour hand of a clock points precisely to the symbol or marking corresponding to the designated numeral.[/left]
זעט אויס אז "אזייגער", אדער o'clock מיינט ווען די זייגער קלאפט 3 (למשל), הייסט אז די ווייזער ווייזט פונקט אויפן דריי, און נישט פארדעם אדער נאכדעם.
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 1:16 am
דורך אפטעמיסט
כמעט איבעראל זעהט מען שטיין מי שנכנס אדר מרבין בשמחה, אבער אין געוויסע ערטער (למשל באבוב און נאך) שרייבט מען דווקא "מרבים". וואס איז ריכטיג?
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 1:24 am
דורך רויטע וואנצעס
די -ין ביים עק פון ווארט שטאמט פון אראמיש אזוי ווי מ'טרעפט אסאך מאל אין די גמרא, -ים איז על פי רוב די לשון המקרא.
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 1:52 am
דורך אפטעמיסט
אויב איז "ין" אראמיש, דאן פארוואס טאקע שרייבט מען "מרבין" ווען די גאנצע מימרא איז לשה"ק? בכלל יש לעיין אין וואס דו זאגסט, ווייל ווערטער ווי "נישואין" און "גירושין" זענען לשה"ק ווערטער און כ'זעה אז זיי ענדיגן זיך מיט א "ין".
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 2:35 am
דורך רויטע וואנצעס
אפטעמיסט האט געשריבן:אויב איז "ין" אראמיש, דאן פארוואס טאקע שרייבט מען "מרבין" ווען די גאנצע מימרא איז לשה"ק? בכלל יש לעיין אין וואס דו זאגסט, ווייל ווערטער ווי "נישואין" און "גירושין" זענען לשה"ק ווערטער און כ'זעה אז זיי ענדיגן זיך מיט א "ין".
דיין קשיא פ"וו מ'שרייבט אזוי איז אויף די גמרא. די לשון הגמרא אין תענית איז, משנכנס אדר מרבין בשמחה. די תשובה איז פשוט, גאנץ תלמוד בבלי איז א געמישעכטץ פון ארמיש מיט לשון קודש, פונקט ווי אונז רעדן היינט געמישט ענגליש לשה"ק מיט אידיש.
די וועטער נישואין וכדומה זענען נישט באמת ריינע ארגינעלע לשה"ק ווערטער. עס ווערט נישט דערמאנט אין תנ"ך. די חכמי המשנה האבן גענומען די שורש פון די ווערטער פון לשה"ק אבער די -ין איז אראמישע גראמאטיק.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 2:30 pm
דורך ברסלבער
וואס איז די ריכטיגע אויסדרוק אין אידיש אויף 'selfish'?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 2:34 pm
דורך I'm back
ברסלבער האט געשריבן:וואס איז די ריכטיגע אויסדרוק אין אידיש אויף 'selfish'?
נישט דא אזא זאך ביי אידן.
אידן זענען נישט סעלפיש.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 2:37 pm
דורך בן תמליון
ברסלבער האט געשריבן:וואס איז די ריכטיגע אויסדרוק אין אידיש אויף 'selfish'?
עגאיסטיש איז די נענסטע דוכט זיך.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 2:45 pm
דורך ברסלבער
בן תמליון האט געשריבן:עגאיסטיש איז די נענסטע דוכט זיך.
זעהט אויס גוט. אבער איך זוך מער א פשוט'ערע ווארט.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 3:02 pm
דורך נאטרוליסט
בן תמליון האט געשריבן:ברסלבער האט געשריבן:וואס איז די ריכטיגע אויסדרוק אין אידיש אויף 'selfish'?
עגאיסטיש איז די נענסטע דוכט זיך.
עגאאיסטיסש איז א געמיינערע מדה ווי סעלפיש.
ווען איך שיק א קינד אין גראסערי קויפן א גוטע זאך פאר זיך און זיין שוועסטערל, אבער ער קויפט נאר פאר זיך, איז ער סעלפיש. אבער נישט קיין עגאאיסט.
אן עגאאיסט איז טייטש ווען ער וועט באגראבן אנדערע, כדי זיין כבוד זאל שטייגן. דאס איז אן עגאאיסט.
איך קלער אז אין די משנה וועט סעלפיש אפגעטייטשט אלץ "עין רע".
נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 3:15 pm
דורך אפטעמיסט
איך וואלט לכאורה געניצט דאס ווארט "אומפארגינער".
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 1:18 pm
דורך אפטעמיסט
א קליין שטריכל (כזה: "-") הייסט אין ענגליש א hyphen, דערנאך דארף צו זיין א לענגערע שטריכל וואס ווערט אנגערופן א dash; פארוואס האב איך נישט דעם dash אויף מיין קיבארד? אין די מאגאזינען זעהט מען אסאך דעם dash, אבער דא, ביי אונז אין ק"ש, ניצט מען בלית ברירה צוויי hyphens (כזה: "--"). איך זוך שוין א לענגערע צייט דעם dash, אבער אן ערפאלג. וואס איז פשט? נישט יעדע קיבארד קומט דערמיט?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 1:43 pm
דורך ברסלבער
מען קען דאס מאכן מיטן דרוקן Alt+0151. (כזה: "—").
די קיבארד דארף זיין אויף ענגליש אז עס זאל ארבעטן.
[tag]אפטעמיסט[/tag]
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 1:55 pm
דורך אפטעמיסט
אה, א גרויסן ייש"כ. אבער גייסט מיר זאגן אז יעדעס מאל א שרייבער אין א מאגאזין מאכט א dash איז עס אזא קאפ וויי?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:13 pm
דורך ברסלבער
אין ווארד ווערט א הייפון אוטאמאטיש קארעקטעד צו א דעהש, אויב מען שרייבט א ווארד מיט א ספעיס דערנאך.
נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 12:11 am
דורך נהורא נפישא
כ'האב לעצטענס באמערקט אזאך וואס כ'האב קיינמאל נישט אין אכט גענומען, אז ווי באקאנט די העבראישע ווארט "כל" וואס מיינט אלעס, איעדע, אינגאנצען, וואס געוואנדן צו מרעדט צו א גוף שני נוכח (יחיד או רבים) זאגט מען דאן "כולך"(כל + אותך) "כולכם" (כל+ אתכם) ווידעראום פאר א גוף שני נסתר זאגט מען " כולו"(כל אותו) "כולם". (כל אותם)
האב איך באמערקט אז אין מאדערן העברעאיש זאגט מען בגוף ראשון " כולי"( כל+אותי) "לדוגמא אני כל כולי בעד המבצע".
וואס איך וואונדער זיך איז, צו טרעפט מען אויך אין פריערדיגע מקורות זיך באנוצן מיט די ווארט כולי ?
וויאזוי זאגט מען באמת 'קאלערוואר'
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 8:56 pm
דורך מנשה לוסטיג
כ'וויל וויסן וויאזוי דריקט מען אויס מיטן אמת'ע נאמען פון א 'קאלערוואר' אויסברוך.
ס'דא א אויסדרוק 'פיל-דעי' אבער כ'מיין ס'נישט די ריכטיגע נאמען. אויף ענגליש צו סיי וועלכע שפראך אפילו אויף העברעיאיש
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 8:58 pm
דורך משולם שטיינפעלד
עס איז דא color war
און עס איז דא field day
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 9:01 pm
דורך מנשה לוסטיג
וואס איז די חילוק, און וואס מיינט וואס
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 9:03 pm
דורך ישראל קאפקע
איך מיין מען זאגט עס 'נאך תשע באב'