טערעריזעם במחנינו!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 816 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 850 מאל

טערעריזעם במחנינו!

שליחה דורך מצטמק ויפה »

אין די לעצטע טעג האט זיך געשאפען אשכולות דא אין שטיבעל, ווי שוועמליך נאך א רעגן, אלעס אראפ צו רייסען די חשובע רבנים פון שטאט וואס כל אחד בשמו יבורך.

איז לאמיר אויפמערקזאם מאכ'ן אויף א קליינע נקודה. די נושא איז א לאנגער און א ברייטער, אבער איך וויל שמוסען פון אפאר נקודות, און יעדער זאל צולייגען כפי הבנתו בהענין.
עס איז טאקע זייער אנגעווייטאגט די מצב וואס קומט פאר מדי יום ביומו, אבער איך מיין לעניות דעתי זענען נישט די רבנים אינגאנצען שולדיג, וויל ליידער איז די מצב אזוי, אז רבנים קענען היינט נישט זאגען וואס זיי ווילען, נאר זיי זענען געבינדען צו די פּאר טערעריסטען וואס פירען אונזער שטאט.

לאמיר אביסעל צירוק מישען דעם זייגער, און זען זייער א אינטערסאנטע זאך; און די לעצטע פּאר יאר איז פארגעקומען עטליכע הלכה שאלות וואס האט געהאט קאנטערווערשעל אישות ביי כלל ישראל, אזוי ווי, עירוב, ווערים אין די וואסער, צומות הגידין, אריזאנע ווייץ, וכו' וכו', און קען מיך איינער מסביר זיין פארוואס אין די וועלט זענען ביי די אלע שאלות, אלע רבנים פון א' ביז ת', מיט געגאנגען מיט די שטראם פון זייער קהילה??, קענסט מיך מסביר זיין פארוואס ביי די עירוב איז נישט דא קיין איין סאטמערע דיין מו"ץ וואס זאל האבן געשריבן אז מען מעג? עס איז דאך באמת א גרויסע שאלה אין די אחרונים, איז פארוואס איז נישט דא קיין איינער וואס זאל זאגען פארקערט?? און מען רעדט דאך דא פון באמת ערליכע אידען פארוואס טוען זיי דאס? אוו נאכמער, פארגעס פון סאטמער, פארוואס היינט שוין איבער צען יאר זייט עס איז דא א עירוב אין ווילאמסבורג און עס איז נישט דא קיין איינער וואס שרייט קלאר אז ער איז דער בעל מכשיר אויפ'ן עירוב??!!,
פארוואס ווען עס קומט א שאלה פון אריזאנע ווייץ, צומות הגידין, זענען אלע רבנים אין איינקלאנג מיט זייער פארטיי? וואס גייט דא פאר? מען רעדט דאך דא פון באמת ערליכע רבנים, ר' געציל בערקאוויטש, ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן, ר' שלמה לייב וויינבערגער, ר' זלמן לייב פילאפף, וכו', די זענען נישט קיין חדר יונגלעך, זענען אידען תלמידי חכמים,
נאר וואס דען?

איך וועל ענק פארציילען נאך עפעס, אויב האט איר געמיינט אז נאר רבנים וואס זענען אונ'ם טשאלענט זענען משעובד צו די פארטיי, דאן הערטס א מעשה,

עס איז דא א חשובע דיין אין בארא פארק, וואס האט סך הכל געלערנט אין סענס סטריט, אבער האט שוין היינט נישט צו פיהל מיט סאטמער, און ער איז געווען לעצטענס אויף אפּרוה אין איינע פון די ווארעמע ערטער. און אזוי ווי ער איז בקי שוין יאר'ן און דיני עירוב'ן, און טוט אסאך און קאנטריס וכדומה, האט מען איהם געבעטן אז ער זאל באקוקען די עירוב דארט, און ליידער האט עס געהאט אסאך מכשולות, ( און דארט האבן געטראגען אלע שבת שרייער'ס פונ'ם הייליגען שטאט ווילאמסבורג, אן אפילו פרעגן ווער איז דער בעל מכשיר פונ'ם עירוב, ) עכ"פ דער דיין איז ארום געגאנגען אפאר שעה און פארראכטן אלע פראבלעמען, נאכ'ן אלעס פאררעכטען האט איהם דער חב"ד רב געבעטן ער זאל שרייבן א הכשר אויפן עירוב, האט איהם דער דיין געזאגט זייט מיר מוחל אבער איך קען נישט ווייל ווי נישט ווי באלאנג איך צו סאטמער, און איך קען נישט, אויב די ווילסט קען איך שרייבען אז די צורת הפתח איז גוט, אבער נישט אז מען מעג טראגען.

"או לדור שכך עלתה בימינו" א מין חוצפה, א איד א תלמוד חכם קען נישט זאגן זיין דעת תורה, וועגען אפאר טערעריסטען??!, די גאנצע תורה איז תלוי אין אפאר רוצחים? אין פאליטיג? ,דאס איז תורה?.

איז רבותי הערטס אויף אזוי קאכען אויף די רבנים וואס זענען זיי נעבעך שולדיג, יעדער און זייער פלאץ וואלט אזוי געטוען נעבעך; מען הייסט אינטערשרייבען, שרייבט מען אינטער, יעצט זאגט מען ניין, איז נישט; יעצט מאכט מען א אסיפה, מאכט מען א אסיפה, און אזוי דרייט זיך אלעס ארום די פאר טערעריסטען.
און עס דארף דא דערמאנט ווערן לטובה, הגאון הגדול ר יחזקאל רוטה שליט"א וואס האט נישט מורא געהאט פאר די רוצחים נאר געזאגט זיין אמת'ע דעת תורה בנוגע די עירוב. אבער פון די צווייטע זייט קוק וואס עס האט איהם געקאסט? ער איז היינט א אויסגעשפילטע מענטש, און די צייט, וואס פאר די עירוב איז ער געווען פון די גרעסטע פוסקים און שטאט, און ימים נוראים האט מען זיך נישט געקענט רירען ביי איהם אין בית המדרש, אין וואס איז היינט? גארנישט מיט נישט, קיינער קוקט אויף זיין זייט, אלעס ווייל סטמער האט איהם געמאכט פאר וועלטס משוגענער. יא יא עס קאסט א ביטערע פרייז צו זאגן דעם אמת, נאר נישט יעדער קען דאס דערהייבען.
איז לאמיר זיך נישט עסן אויף די רבנים, לאמיר ענדערש אויסשרייען אונזער וויי צו די פאר טערעריסטען פון שטאט, און איינמאל פאר אלעמאל פטור ווערן פון זיי, און מען וועט שוין קענען וויסען די אמת'ע דעת תורה אויף יעדע זאך.
ובשם השם נעשה ונצליח!

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר