בלאט 1 פון 1

א פראבלעם אין זיין חינוך, אדער זיין נאטור?

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 2:09 pm
דורך פארוואס?
איז one track minded א חינוך פראבלעם אדער א נאטור?

מאכט זיך צומאל מיר טרעפן זיך אן מיט א ידיד און מ׳ציהט זיך אריין אין א געשמאקע שמועס, און מען רעדט על דא ועל הא.
דער ידיד פאנגט אהן צו רעדן פון די פרומאקעס, די שלעכטע מענטשן, וואס האלטן ביי גארנישט, זיי גייען קאפ אין וואנט אריין, זיי קענען נישט פארשטיין אז עס זענען דא אנדערע וועלכע האבן אויך א דעה, עס אינטרעסירט זיי בכלל נישט אויב זייערע פאדערונגען זענען מעגליך אויסצופיהרן אדער נישט, זיי פייניגן אויס זייערע אייגענע קינדער, אן קיין טראפ רחמנות, זיי מאכן זיכער אז זייערע קינדער זאלן דווקא אויס זעהן אנדערש פון זייער ארום, און זיי זענען זיכער אז עס ווארט זיי אפ דערפאר א גן-עדן צו אריינפרעסן אין אלע באקן, ווייל זיי מיינען דאך נישט קיינעם חוץ פונעם הייליגן באשעפער אליינס.

עס גייט נישט אריבער קיין פאר מינוט, און עס קומט ארויף אויפן שמועס צו רעדן פון די יעניגע, די וועלכע זענען נישט פון אונזער חדר, די וועלכע זענען נאר busy נישט צו רעדן לשון-הרע, און אויסער דעם שלאגן זיי כפרות מיט די גאנצע תורה, ווייל קודם כל זיי שטרענגען זיך גארנישט אן פאר אידישקייט, זיי טוהן נאר וואס ס׳קומט זיי אן גרינג, זיי לאזן זייערע קינדער טוהן וואס עס שמעקט זיי, זיי פראבירן וואס מער צו אויס זעהן אזוי ווי דער גוי, און לאכן אין גרויסן פון אונזער שטרענגער חינוך, זיי זענען אזוי פראסט און נידעריג.

איך גלייב אז יעדער איינער קען אזא מענטש, און מיין שאלה איז צו דאס קומט פון חינוך? ווייל מ׳האט איהם מחנך געווען אז דאס וואס ער האט צוגעזעהן דאס איז דער ריכטיגער דרך הממוצע, און אויב איינער איז א משהו רעכטס איז ער אן עקסטרעמיסט, אויב לינקס איז ער א פראסטער שייגעץ. אדער איז דאס פשוט א נאטור פונעם מענטש וואס קען נישט פארשטיין אז אנדערע האבן אויך א דרך, און אז די רעכטע קענען נוצן אויף איהם די זעלבע דרשה וואס ער נוצט אויף די לינקע, און די זעלבע פארקערט, די לינקע קענען נוצן אויף איהם די זעלבע דרשה וואס ער נוצט אויף די רעכטע.

דאס מוז נישט זיין דוקא בנוגע אידישקייט און פארשידענע אידאולאגיעס, עס קען זיין אויך אין פאליטיק, אדער און יעדע אנדערע קאנטרעווערסיאלע אישו.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 2:16 pm
דורך venus
There's a difference between being critical and being a critical thinker.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 3:44 pm
דורך [NAMELESS]
איך מיין אז אזוי זענען רוב מענטשען. עס האט גארנישט מיט זיין א איד וכדומה. רוב מענטשען האלטן אז זיי זענען פינקט נארמאל

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 3:47 pm
דורך ראש הישיבה
עס קען זיין אז ער איז self centered

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:18 pm
דורך טאמבל סאס
ס'איז ביידע אפשר.
ווייל ס'האט זיך אנגעהויבן מיט נאטור, ד.ה. עמיצער האט אריינגעברענגט דעם סארט וועג, גיין מער רעכטס אדער ציען מער צו לינקס, און דאס זעלביגע דער צוגאנג פון טראכטן אז "וויאזוי מיר פירן זיך איז די איינציגע ריכטיגע וועג". דערנאך איז עס געווארן א טייל פון די חינוך, דערנאך קען נאר די שכל, [וואס ליגט אויך אינעם נאטור] קומען און טוישן דעם אנגענומענעם וועג.
פשט אז כדי עמיצער זאל זיך כאפן דאס דער סארט מהלך המחשבה איז ראנג, דארף זיין נאטור (און חינוך/ענווייראמענט) זיין אנדערש ווי אלע אנדערע.