בלאט 1 פון 3

פאלשע קלאנגען

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 9:44 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ס'דרייט זיך ארום רומערס אז פאפא מיט צעלים קומען ארויס מיט אן אייגענע וועכנטליכע צייטונג "פאפא-צעהלים" צייטונג. "פארוואס דארפן אלע אידישע צייטונגען באלאנגען פאר סאטמאר" הערט מען מענצער פרעגן דעם צעהלימער ראש הקהל, אוון מיט רעכט. אבער ווי געזאגט איז עס פאלשע מעשיות.
נאך א קלאנג אז רבנים קומען ארויס מיט א איסור קעגן גריכישע יאגורטען. ס'הייבט זיך נישט אן.


.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 10:46 pm
דורך משה געציל
אנדערע ווייסן צו באריכטן אז צו דאס צופרידנהייט פון געוויסע האט 'דער פינטעל איד' געטראפן א דזשאב, ווי געזאגט איז דאס פאלטשע מעשיות...

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 10:55 pm
דורך רויטע וואנצעס
ס'דרייט זיך ארום רומער אז כוונת הלב מיט יאוואזשנע, וועלן היי יאר נעמען ווייץ פון גריכלאנד פאר מצות באקן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 7:46 am
דורך פלעין יודיש
ס'דרייט זיך ארים א קלאנג
אז די בראדוועי מצות זענען מצה גזולה

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:46 am
דורך נאר,,פרייליך
רומער'ס טייטלען אויף נאך עטליכע רעזיגנאציעס,
דר'עולם זאל עס גלייבען פונקט ווי די ערשטע צוויי.
גענוג ליצנות געמאכט פינעם ציבור.

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:51 am
דורך קאווע טרינקער
שווער צו גלייבן, אבער מאנכע זאגן אז מ'קען שוין מער נישט באקומען די שמחה ואורה סידורים.

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:53 am
דורך הוגה
קאווע טרינקער האט געשריבן:שווער צו גלייבן, אבער מאנכע זאגן אז מ'קען שוין מער נישט באקומען די שמחה ואורה סידורים.


שטותים! זיי האבן סך הכל געמירדזשד מיט 'תפלת כל פה'.


.

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:56 am
דורך נאר,,פרייליך
הוגה האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:שווער צו גלייבן, אבער מאנכע זאגן אז מ'קען שוין מער נישט באקומען די שמחה ואורה סידורים.


שטותים! זיי האבן סך הכל געמירדזשד מיט 'תפלת כל פה'.


.

אין וויליאמסבורג אינאך דא ביידע.

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 2:25 pm
דורך טיטאניק
ס'דרייט זיך א שמועה אז כולל חבת ירושלים און כולל שומרי החומות געבען געלט פאר ארימעלייט אין ארץ ישראל

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 2:26 pm
דורך טיטאניק
ס'דרייט זיך א שמועה אז איך בין א עושר

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 2:43 pm
דורך היסטאריקער
וויאזוי זינגט ר׳ יו״ט ערליך ע״ה "ניט אמת ניט אמת

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 3:07 pm
דורך מ גפני
מיהאט ארעסטירט דעם מערדער פון שטארק!!!
שוין צום ווילפטן מאל?

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 11:33 pm
דורך דער (פינטעל) איד
פאלשע קלאנגען קורסירען אז דער מארגנדיגער צניעות אסיפה איז געקענסעלט. שקר וכזב, ס'גייט געהעריג ווייטער אן על אפתי ועל חמתי

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 12:41 am
דורך דריידל
קלאנגען גייען ארום אז ביי די צניעות אסיפה גייט מען אינדארסירן קאווע שטיבל וואס לאזט נישט צו קיין אומאיידעלע בילדער

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 1:28 am
דורך טיטאניק
שמועות פורחות אז רבנים גייען פארליינען ארטיקלען פון מאחורי
אויב יא קים איך צי לויפען אויף אלע פיר (פינף)

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 3:38 am
דורך לאליפאפ
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:על אפתי ועל חמתי

דו שרייבסט אפשר אין דער בלאט?? :lol: :lol:

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 12:55 pm
דורך Ben-Shishim
There is a rummer that Halfbrains is looking for guidance to do Tshuva, be sure it aint gonna happen

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 1:10 pm
דורך דער (פינטעל) איד
גייט ארום א קלאנג אז ביים כפים דינער היינט נאכט גייט זיין א הוקעפ ווידיע פונעם צניעות אסיפה
נישט אמת

נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 9:22 am
דורך פלעין יודיש
אחשוורוש זיכט א נייע כלה

נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 1:26 pm
דורך פליקער
קלאנגען קארסירן אז איך טי תשובה

נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 3:20 pm
דורך מ גפני
מ'האט געטראפן דעם פארלוירענעם מאעלעיזער פליגער גאנצערהייט אין א פריוואטער עירפארט נעבן וואשינגטאן, די צוויי (אדער פיר - ווענד זיך לויט וועלעכע גירסא) חברה וואס זענען ארויף אויפ'ן פליגער מיט גע'גנב'עטע פאספארטן זענען אינ'אמת'ן אריין סי.איי.עי. אגענטן וואס האבן געהיידזשעקט דעם פליגער און געברענגט קיין וואשינגטאן צוליב אן אומבאקנטן סיבה, די סוד איז אבער פריצייטיג געבראכן געווארן דורך סנאודען.
(רבותי איך בין נאך היפנאטיזירט נאכן לייענען [tag]חזקיהו המלך[/tag]'ס "מיין קאמף מיט די עמלקים" אויף #קאווע בלעטער)

נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 4:57 pm
דורך שמעקעדיג
MY GOD !!!!!!!!!!!!!!

נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 10:16 am
דורך דער שכן
הוגה האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:שווער צו גלייבן, אבער מאנכע זאגן אז מ'קען שוין מער נישט באקומען די שמחה ואורה סידורים.


שטותים! זיי האבן סך הכל געמירדזשד מיט 'תפלת כל פה'.


.


קרבן אשר סידור מיט׳ן בית יעקב סידור גייען אפשר נישט מערדזשן...