בלאט 1 פון 1

על 'כפים' ישאונך

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 2:56 pm
דורך דער (פינטעל) איד
מארגן נאכט קומט פאר א מסיבה פאר דעם ארג. 'כפים'. נאר איינמאל בעפאר יעצט האב איך געהערט פון כפים אבער נישט געוויסט וואס זיי טון פונקטליך. היינט זאגט מיר א אינגעמאן ר' ב. ל. לפי תומו:
ווייסט וואס כפים איז? מיין קרוב האט א קינד מיט יענע מחלה ל"ע און כפים האט איבערגענומען דעם גאנצן שטוב, וואלונטירן קומען און גייען איינער קאכט איינער בוד דע קינדער, איינער באקט און א צווייטער קויפט גראסערי, גויטעס קומען און קלינען, א פערטער לייגט שלאפן דע קינדער, א פיפטער טראגט אין שולע. דע עלטערן קענען זיך אפגעבן געהעריג מיט'ן נישט געזונט קינד אן קיין שום דאגות, דאס שטוב ראנט געהעריג! גארנישט פעלט!


און אלעס טוט 'כפים' אן א טשארדזש און אזוי שטול וואס קוים מ'ווייסט פון זיי, און מ'זאל טאקע נישט דארפן וויסן פון זיי.

יעצט מאכן זיי צום ערשטן מאל א דינער זיך צו קענען אביסל קאווערן וואס ס'קאסט אפ אזא אפעראציע. אין רענעסאנס האלל אין בארע פארק. ס'קומט פאר דאנשטיג נאכט.

ס'אויך א גוטע געלעגענהייט פאר מענטשן וואס זענען קעגן דעם אינטערנעט אסיפה צו ווייזן זייער קעגרענשאפט בקום ועשה. סתם זיצן אינדערהיים זאגט נישט גארנישט, אז מ'גייט ארויס פון הויז און אנשטאט גיין צו עטרת חיה גייט מען צו רעאנאסענס איז דאס א שטארקע פראטעסט! איז ערווארטעט צו זען א גרויסער עולם גיין מיט פעסטע טריט יום ה' פקודי שטיצן אזא גוטע ארג.

נקי כפים ובר לבב

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 3:14 pm
דורך שמעקעדיג
כאב דיר געוואלט לייקן מיט אלע מיינע ניקס אבער די לעצטע (פינטעל) שטאך האט מיר צוריקגעהאלטן.
חבל על דאבדין.

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 3:15 pm
דורך שעפטל
נאדער א קליפ/ניגון פאר כפיים

קאמפאזער און אראנדזשירט דורך: אברמי בערקאו
געזינגן בי: שלמה טויסיג מיטן וואונדער קינד איצי ראזינגער
קאווייער: ידידים קאור

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Bm8Hfs9KBgQ[/youtube]

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 3:47 pm
דורך דער (פינטעל) איד
שמעקעדיג האט געשריבן:כאב דיר געוואלט לייקן מיט אלע מיינע ניקס אבער די לעצטע (פינטעל) שטאך האט מיר צוריקגעהאלטן.
חבל על דאבדין.

גראדע נישט געמיינט צו שטעכן, איך אליין וואלט אויך נישט געגאנגען צום אסיפה, איך בין דערקעגן.
עניוועי קוק אויך דא

viewtopic.php?p=184214#p184214

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 1:30 pm
דורך סאו וואט
כפים איז גאר א וויכטיגע און מורא'דיגע ארגענעזעישען.

כ'האב א ברודער זז"ג וואס האט געדארפט זיין מיט זיין טאכטער פאר א וואך צייט און מיימונידעס שפיטאל.
אונדערצייט וואס מ'האט נישט געזעהן יד אפרים פאר דו אויגען, האט מען כפים זיך יא ארומגעדרייט און
געוואלט העלפן מיט וואס זיי קענען נאר,
איינע פון וואלונטירערס האבען געשפיעלט אגאנצע וואך מיט זיין טאכטער, אונדערצייט וואס מיין ברודער
האט געדארפט זיין ביים ארבעט, און מיין שוועגרין האט געדארפט ערלעידיגען שטוב זאכען, הגם זיי האבען
גע'אפערט צו קומען צו זיי אונדערהיים אויך, אבער זיי האבען עס אפגעזאגט.

קומט היינט באנאכט געבן שטיצע פאר "כפים" מיט "נשיאת כפים".

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 1:39 pm
דורך אפטעמיסט
סאו וואט האט געשריבן:
איינע פון וואלונטירערס האבען געשפיעלט אגאנצע וואך מיט זיין טאכטער

וואס איז נייעס. איך מיין איך פאנג אויך אן וואלאונטירן פאר זיי...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 5:31 pm
דורך berlbalaguleh
אפטעמיסט האט געשריבן:
סאו וואט האט געשריבן:
איינע פון וואלונטירערס האבען געשפיעלט אגאנצע וואך מיט זיין טאכטער

וואס איז נייעס. איך מיין איך פאנג אויך אן וואלאונטירן פאר זיי...

אם כן, אז דו ביסט א איד א צדיק. בעיט איך דיך זאלסט קומען שפילן מיט מיינע אייניקלעך אויך. זייער טאטע-מאמע גייען צו א שבע ברכות אין די משפחה....ייש"כ.. אויף שמחות... 8-) :lol: :D :) ;) :roll: :x :o