בלאט 1 פון 2
וואס גייט איר זיך פארשטעלן דאס יאר פורים?
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 3:23 pm
דורך I'm back
איך עפען אן אשכול, ווי יעדער קען שרייבן וואס זיי וועלן זיך פארשטעלן דאס יאר פורים.
עס איז ערלויבט צו שרייבן וואס די קינדער וועלן זיך פארשטעלן אויך.
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 3:24 pm
דורך I'm back
איך וועל אנהייבן.
איך פלאן זיך צו פארשטעלן ווי א בית שמש קבר דאס יאר.
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 3:29 pm
דורך מ גפני
איך קען נישט פארציילן וואס מיינע קינדער פארשטעלן זיך משום חשש גילו, ווייל קיין איינער אין מיין גלילות וועט נישט גיין דערמיט
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 3:42 pm
דורך טיטאניק
איך גיי מיר פארשטעלען ווי א ערליכע היימישע פרוי לויט די תקנות פון די אסקאנעם האלבערשטאם און האראוויץ
דאס מיינט מיט א גרויסע שווארצע זאק פון די קנעכל ביז די קאפ מיט בלויז איין לאך פאר בלויז פאר איין אויג
איך בין א מאנספערזאן האלט איך אז עפ"י הלכה איז עס נישט קיין פראבלעם ווייל זייערע גייט נישט אריין בגדר לא תלבש בכלל
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 3:48 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איך גיי זיך פארשטעלן ווי א sunbar
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 5:41 pm
דורך פלעין יודיש
איך האב אין פלאן זיך צי פארשטעלן ווי שעפטיל
מ'דארף נאר אביסעל איינבייגען די ליפען און פארטיג
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 5:45 pm
דורך טיטאניק
שמועה שמעתי אז "דער פינטעלע איד" גייט זיך באמת פארשטעלען פאר "די פינטעלע בלאט"
און רויטע וואנצעס גייט פארבען זיינע וואנצעס צי געהל
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 6:11 pm
דורך שמעקעדיג
אריין אין "פאלשע קלאנגען" אשכול.
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 6:26 pm
דורך רויטע וואנצעס
טיטאניק האט געשריבן:און רויטע וואנצעס גייט פארבען זיינע וואנצעס צי געהל
נישט קיין שלעכטע איידיע, א געלע זעהט אויס גאנץ גוט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 6:33 pm
דורך געפילטע פיש
איך גיי מיך פארשטעלן ווי א שיינע מיידל, כ'וועל זיך אנטוהן א רויטע בענדל...
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 7:35 pm
דורך גנדי
איך וויל זיך פארשטעלן ווי יואלי צימערמאן.
וואס דארף איך טוהן?
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 7:45 pm
דורך טיטאניק
גנדי האט געשריבן:איך וויל זיך פארשטעלן ווי יואלי צימערמאן.
וואס דארף איך טוהן?
זיך גיט אנטרינקען
אריין גיין אין א סוער מיט די היט אין רעקל
ארויס קימען און מיט ריזיגע צעטלעך און טעיפ
און שרייען איין ווארט "פוי"
לכתחילה איז גיט אויך צי כאפען אפאר גיטע פעטש....
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 7:47 pm
דורך איך אויך
האסט פארגעסן פון די גלעזער.
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 7:54 pm
דורך טיטאניק
איך אויך האט געשריבן:האסט פארגעסן פון די גלעזער.
אבער נאר בולעט פראף גלעזער!
עס וועט ציגעבען אסאך אויב וועסטי אהנטיען א לאנגע געדרייטע נאז
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 7:59 pm
דורך איך אויך
איין הענטל אראפגעבראכן/ צוגעקלעבט פעלט נישט אויס?
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:17 pm
דורך רויטע וואנצעס
גנדי האט געשריבן:איך וויל זיך פארשטעלן ווי יואלי צימערמאן.
וואס דארף איך טוהן?
גוטע איידיעס אויבן. אויב דו ווילסט עס אבער האלטן אין בודזשעט קענסטו קויפן די
one piece.
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:20 pm
דורך טיטאניק
רויטע וואנצעס האט געשריבן:גנדי האט געשריבן:איך וויל זיך פארשטעלן ווי יואלי צימערמאן.
וואס דארף איך טוהן?
גוטע איידיעס אויבן. אויב דו ווילסט עס אבער האלטן אין בודזשעט קענסטו קויפן די
one piece.
עס איז דא ציבקימען די זעלבע זאך מיט רויטע וואנצעס?
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:22 pm
דורך סאו וואט
--
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:23 pm
דורך רויטע וואנצעס
ניין. כ'וועל רעדן מיט [tag]אפטעמיסט[/tag] ער זאל עס ערלעדיגן נעקסטע מאל ער פארט צו טשיינע.
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:25 pm
דורך רויטע וואנצעס
טיטאניק האט געשריבן:איך גיי מיר פארשטעלען ווי א ערליכע היימישע פרוי
טיטאניק מיינט ער איז נאך אויפן טיטאניק. אזוי האבן די מענער דארט געטוהן.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 1:38 am
דורך טיטאניק
אין ארץ ישראל האבען די רעבעס (דזיקוב, וואס האלב פון די וויזניצע משפחה האט געדינט אין מיליטער ואכהמ"ל) זיך ציווילדעוועט און געשריגען אז מען טאר נישט לאזען די קינדער זיך פארשטעלען פאר חיילי צה"ל ווייל מען ווייזט זיי שטיצע מיט דעם פארשטעלאכץ
לויט דעם האלט איך ביים ארויסגעבען א ערנסטע איסור זיך צי פארשטעלען אין ניו יארק אויף "רבנים ואדמורים" ווייל לדעתי זענען זיי אסאך מער געפארפיל פאר כלל ישראל ווי לפיד מיט זיין מיליטער אינאיינעם
לפיד וועט למעשה קיינמאל נישט מצליח זיין, ווייל ווער עס וויל גיין אין צהל וועט מילא גיין און ווער נישט נישט אבער די אדמורים ורבנים דאהי זענען אסאך מער מצליח ליידער און די פאקטישע חרבונות זענען סאך גערסער און ערגער
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 1:39 am
דורך טיטאניק
איך גיי מיר פארשטעלען מיט די קליידער וואס די זיידעס פון רוב רבנים זענען געגאנגען געקליידעט פארען קריג
און מיין ווייב אזוי ווי זייערע מאמעס און באבעס האבען זיך געקליידעט ביז 50 יאר ציריק
איך מיין אז איך וועל זיין די הייסטע קאפעל אין ניו יארק!!!!!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 1:04 pm
דורך Ben-Shishim
איך גיי מיך פארשטעלען פאר העלללללבראנדס
עם איי פאטינג מיי לייף עט דענזשער?