בלאט 1 פון 3
קובץ פנינים והנהגות מהרב שטיינמן--נישט צום גלייבן!
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 7:57 pm
דורך עסקן בדברים
האט איינער געזען דעם קונטרס? איז עס עכט? יעדער צווייטער שטיקל זעהט אויס ווי ס' פון א ריפארמער אדער א גאר מאדערן ארטאדאקס רב. למשל ער האלט אין איין אוועקמאכן בין אדם למקום זאכן אריינגערעכנט לימוד התורה
https://www.dropbox.com/s/c1hh0iww76w2y ... 1%27-1.pdf
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:11 pm
דורך קאווע טרינקער
פלאי פלאים.
כ'קען הערן און פארשטיין זיין מהלך, אבער כ'קען נישט פארשטיין וויאזוי די חסידיש-געווארענע-ליטוואקען האבן אים געמאכט פאר גדול הדור, בעוד וואס זיינע שיטות זענען איין שטיק קאווע שטיבל.
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:14 pm
דורך מורינו הרב
כ'קען עס נישט גלויבן... ארויסגענומען אלע קאנטערוועסיאנאלע ענינים...
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:26 pm
דורך מורינו הרב
סא. ובשיחה לפתיחת זמן חורף תשע"ב בישיבת 'אורחות תורה' אמר רבנו,
"הנה מתחיל הזמן ולומדים מסכת גיטין וב"ה כול לומדים טוב ומה צריך לדבר?, אבל יש דבר אחד שרציתי לעורר,
לקבל תוספת שבת מוקד חצי שעה לפני השקיעה". ('גנזי המל')
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:31 pm
דורך רויטע וואנצעס
omg
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:35 pm
דורך מורינו הרב
עא. שאל רבנו "קשה שמצינו בקידושין (נ"ט ע"א) שרב חשש שמא יקדמנו אחר, ומה עם ביטחון?"
והשיב רבנו "מספרי על ר' ישראל סלנטר שהיה לו ביטחון על שעו זהב והגיע לו,
אלא שרוב העולם לאו ר' ישראל סלנטר נינהו!".
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:58 pm
דורך מורינו הרב
דא האט איר יא א פיינע זאך, קאווע שטיבל מיטגלידער דארפן מיר לייקן פארן ברענגען אזא שיינע מעשה...
קלח. כשבאו להחתים את רבנו על מכתב למנהלי חדרים שלא יקבלו ילדים שיש בבתיהם
'אינטרנט' פרוץ, גער בה רבנו "מה אשמים הילדים?"
קמו. הרב ש.ב. סורוצקי שאל את רבנו האם הוא יכול שלא לקבל לת"ת שבניהולו בעיר בית
שמש תלמיד מבית ' מודרני' שאינו מתאים לרמה הרוחנית של הת"ת, גער בו רבנו " מה אתם רוצים
שיסעו לאמריקה ללמוד? מה, שישלחו את הילד ללמוד בירח?", וכשאמרו לו שיש עוד תתי"ם בעיר
ואצלם יש אברך שחושש שבניו יתקלקלו מילדים אלו הגיב רבנו בכעס "זה רק גאוה והוא רוצה רק
גאוה! זה גאוה, גאוה גאוה, אך ורק גאוה! שלא תחשוב שזה יראת שמים, זה רק גאוה גאוה וגאוה!
זה הכל! הוא רוצה גאוה במאה אחוז!", ואמרו לרבנו שמדובר באברך חשוב ות"ח גדול, ענה רבנו
"אז הוא בעל גאוה גדול!". עוד הוסיף רבנו "הם אומרי שמתקלקלים שם. נו, ובחיידרים טובים
לא מתקלקלים? גם שם מתקלקלים."
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 9:12 pm
דורך עסקן בדברים
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 9:20 pm
דורך מורינו הרב
ריג. אברך שבא לרבנו בענין בתו שלא התקבלה לסמינר אמר לרבנו שבתו יושבת כל היום
ובוכה, אמר לו רבנו "כעת באלול זה טוב לבכות!"
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 9:24 pm
דורך מורינו הרב
רטו. בעת ניחום אבלים אצל צ"רא טויב, סיפרו בפני רבנו את המסופר (ב'תולדות ריז"ס' עמ'
קלד) על הגר"ח מוואלוזין' שפעם מצאוהו מתפלש ומתאבק על רצפת הישיבה ואמר
שכתוב בחז"ל והוי מתאבק בעפר רגליהם של תלמידי חכמים ואין מקרא יוצא מידי פשוטו ,
הקשה רבנו "מאיפה היה שם חול על הרצפה?".
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 9:29 pm
דורך עסקן בדברים
פון די "מילואים" צום סוף זעהט מען קלאר אז די קונטרס איז ארויסגעגעבן דורך זיינע שונאים
וצ"ע אויב ס' אלץ פארלעסליך
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 9:39 pm
דורך מורינו הרב
ס'איז קלאר פון זיינע שונאים, נישט קיין שאלה. מען זעט עס צווישן די שורות.
אט האט איר א ריכטיגע קאנסערווערסיע:
רסג. הרב י.מ.ה. שאל את רבנו שהיות ויודע על משיב בישיבה פלונית בירושלים שעובר
בקביעות על עבירות חמורות ביותר, האם עליו להודיע זאת לרה"י כדי שיפטרו הו מתפקידו
מחשש שישפיע לרעה על הבחורים, אמר לו רבנו "לא נורא, זו ישיבה עם קצת בחורים והוא רק
משיב, לא צריך לומר כלום לראש ישיבה והוא יכול להמשיך שם".
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 9:44 pm
דורך מורינו הרב
רע. בעת שבא רבנו לניחום אבלים לאחר פטירתו של הגרמ"ש שפירא זצ"ל רה"י דבאר יעקב
שאל בנו הגרנצ"י את רבנו " הא רה"י הכיר את אבא?" והשיבו רבנו "פעם במועצת אצל הרב ש"ך
הוא דיבר אבל מסתמא לא הקשבתי לו!"
רעא. אח"כ סיפר לרבנו על איזו הנהגה של אביו , ואמר רבנו על כך "זה היה שלא כהלכה
והיה אסור לו לעשות כ!". וכאשר ציין הגרנ"צ בפני רבנו "אבא היה אצילי והיה אוכל יפה ובדרך
ארץ!" נענה רבנו ואמר "בגרמניה היו ג"כ הרבה אנשים שאכלו יפה והיו רוצחים!".
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:00 am
דורך ברסלבער
עסקן בדברים האט געשריבן:האט איינער געזען דעם קונטרס? איז עס עכט? יעדער צווייטער שטיקל זעהט אויס ווי ס' פון א ריפארמער אדער א גאר מאדערן ארטאדאקס רב. למשל ער האלט אין איין אוועקמאכן בין אדם למקום זאכן אריינגערעכנט לימוד התורה
https://www.dropbox.com/s/c1hh0iww76w2y ... 1%27-1.pdf
Nothing Here
The file you're looking for has been deleted or moved.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:20 am
דורך עסקן בדברים
It has an email address
a419420@gmail.com where they offer to email it
I also saved the pdf, it is too big to attach here, but I can also email it to anyone when I get around to it if they give me their email addres
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 12:31 pm
דורך לעיקוואד
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 2:44 pm
דורך עסקן בדברים
ווייסט איינער צו די מקורות, למשל כתבי התלמידים, זענען עכט?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 2:47 pm
דורך לעיקוואד
אויף וויפיל איך האב געקענט מברר זיין, איז דער קונטרס גאנץ מדוייק, עכ"פ נאך אזוי מדוייק ווי יעדער אנדערער קונטרס וואס קומט ארויס בשם גדולי ישראל. די זאכען דארט וואס זענען ניתן לבירור קען יעדער נאכקוקען און זעהן אז עס איז ריכטיג עס שטייט דארט אזוי.
אויך, א תלמיד פון הרב שטיינמאן האט מיר געזאגט אויף דעם קונטרס דער משל הידוע פון חפץ חיים, אויף מיר און דיר פארציילט מען נישט אזעלכע מעשיות, כלומר אפילו אז עס זענען דא אפשר אפאר זאכען וואס זענען נישט ממש פונקט, שפיגעלט דאס אפ באופן כללי די ווועג וויאזוי ער טראכט און רעדט.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 3:10 pm
דורך עסקן בדברים
Lakewood,
What do you think will be the end of Rav Shteinman? It's hard to imagine that he will fall from grace at this point. But it's even harder to imagine that his views will become accepted. I geuss it will be like the Rambam that he and his views will be seperated to some extent,
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 3:44 pm
דורך גם כי אלך
דער קונטרס איז שוין אן אלטער, שוין ארויסגעגעבן געווארן אין עטליכע ווערסיעס.
למעשה סאונט עס צו זיין גאנץ קראנט, עכ"פ די גרעסטע מערהייט פון די פנינים דארט האבן געהעריגע מקורות וואס מענטשן קענען נאכקוקן אדער געדענקן, און ס'איז בכלל נישט קיין סוד מיינעך אז הרב שטיינמאן האט א ליניע, ער ווייסט פונקטליך וואס ער וויל און וואס ער האט צוטאן. זיין ענד- ציל איז צו נארמאלעזירן די ישיבהישע קרייזן, און מיט אסאך זאכן האט ער רעכט לדוגמה דאס ענין פון ארבעטלאזיגקייט וואס ווערט מיט יעדן פארבייגענדן טאג א מוחש'דיגע געפאר אויפן היימישן ישוב אין ארץ ישראל.
נו שוין, אינטער דעם פארקוועטשן בארד און אויסגעדארטן פנים ליגט א גרויסער חכם און א ריכטיגער גברא וואס האט זיין מהלך גוט ארויס.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 4:30 pm
דורך נאר,,פרייליך
א בליק איבער די מהלך פון רב שטיינמאן
פון אלעזר שטרן
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 6:02 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געליינט אפאר דפים. נו נו, איך זיי נישט אזוי געפערליך דארט. ער איז נישט קיין נערישען כ'ניאק. דאס איז דער גאנצער. ער האלט נישט פון התפעלות חיצונית און איז גרייט אריינצודרינגען אין א זאך און טרעפען אן אנדערען דערהער אין וואס א פשוט'ען קאפ וואלט געזען פאר א גוטע זאך.
און אז אין מיט'ן א שמועס אין א ישיבה זאגט ער אז היינט קען מען נישט מתאבל זיין אויפ'ן חרבן, און דער דרוקער שרייבט עס פאר א 'פסק הלכה', מיינט נישט אז דאס האט ער געזאגט. ליין עס נארמאל און געדענק אז דער רעבע פון זיין גרויסע מתנגדים פון דער ירושלים דאמעריקא זענען תלמידים פון איינער וואס זיין באקאנטע מימרות זענען "ענדעריש זיך בוקען טויזענט מאל צום צלם, ווי איידער רעדען איין ווארט העברעאיש" און "דער וואס שטיצט מיין מוסדות וועל איך נישט שולדיג בלייבען". נו, נתקטנו הדורות.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 6:11 pm
דורך היימישער ליטוואק
מרן רב שטינמאן שליט"א איז א חכם און שארפער. מענטשן וואס זעהן אים (אדער א פיקטשור...) מיינען אז היות ער איז אזא צנוע און שפל און בעל מדות איז דאס א סתירה מיט האבן א שארפע בליק און גשפיצטע ווערטער'ליך. עיין הקדמת מס"י לרבינו הרמח"ל.
ער איז אן אייגנארטיגער טראכטער, קויפט נישט פאר גוט געלט יעדס ווארט בשם ר' חיים אדער דעם חזו"א.
פארשטייט אז מדות איז וויכטיגער פון כמה וכמה דקדוקי הדין און פון רוב מנהגים.
פארשטייט וואס דער חסרון פון דעם היינטיגן דור איז.
נאר, ליידער מעשה שטן כנראה יצליח, און זיי זענן מצליח אים אריינצושלעפן אין מחלוקת וואו ער קען זיך נישט ריינוואשן אדער ארויסדרייען.
דהיינו: קיין שום אנדרע מחלוקת וואלט ער נישט גווארן אינוואלווד, ער איז א בעל מדות און איש שלום. אבער זיי פרובירן אזוי אונטערצו רייסן זיין עצם קיום אלס א ערליכער ייד. און פרובירן צו מינימייזן זיינע השפעות אויף כלל ישראל. ממילא דאס עצם צוריקענטפערן איז אוטומאטיש אן אקט פון מחלוקת. ויש להאריך אך אין להאריך.