גייט איר גיין צו דער (גרויסארטיגע?) אסיפה אין בארא פארק?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 562 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 435 מאל

גייט איר גיין צו דער (גרויסארטיגע?) אסיפה אין בארא פארק?

שליחה דורך אליצפן »

איך דריי מיך ארום, און איך זוך מיט ליכט מענטשן וואס פלאנען צו גיין צום אסיפה, אבער אדערווייל איז ממש לא עלתה בידי.
איך מיין אז די "עסקנים" האבן זיך גאר מיאוס פאררעכענט, פאר איין פשוטע סיבה.
דער פרומער מיכאל, האלט דאך אז זיין ווייב גייט צניעות'דיג, און טאמער נישט נעמט ער דאך אליינס קער דערפון מילא האט ער סתם אזוי נישט וואס צו זוכן דארט.
ווייטער דער מער אויפגעקלערטער טשילער גבריאל, וויל דאך זיין ווייב זאל גיין פענסי, און זוכט נישט צו הערן דרשות אז רחל אימנו איז געווען יאנטשי און אז זיין ווייב זאל אויך אזוי זיין.
ווער בלייבט איבער? די פאר מענטשן אינדערמיט, וואס זענען ביזי ביז איבערן קאפ מיטן ברענגען ברויט אין שטוב און צאלן בילס, און קוים וואס זיי געדענקען וויאזוי זייער ווייב קוקט אויס אינדרויסן פון שטוב? גאנץ א שוואכע באזע צו בויען אן אסיפה אויף.
אויסער דעם מיין איך אז טיף טיף אין הארץ קענען ממש 95% יונגעלייט באשטיין אז זייערער ווייבער זאלן גיין אנגעטון פענסי און "אומ'צניעות'דיג" בעיני הרבנים. ס'ממש דא גאר א קליינע פראצענט פרומע וואס מיינען עס נעבעך ערנסט, און ווילן באמת אז זייערע ווייבער זאלן זיין "יאנטשי"
אלזא גענוג גע'דרשענט, צוריק צום שאלה, גייט איר גיין צום אסיפה מארגן נאכט?

דער אשכול פארמאגט 49 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר