זאב ברענער שאו

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

זאב ברענער שאו

שליחה דורך חקרן »

ווי באקאנט איז פאראן יעדע מוצאי שבת דער זאב ברענער שאו אויפן ראדיא, וואו מען טוט דורך דברים העומדים ברומו של עולם. די שאוס זענען זייער אינטערעסאנט און ציעט שטארק אונזער היימישע עולם צו הערן.

וויבאלד יעדע וואך איז פאראן נאך א נושא אויפן טיש, וואס מען באהאנדלט דארט, עפן איך אן אשכול וואו מען וועט קענען מיטטיילן וואס עס קומט פאר די וואך דארט, און אזוי אויך וועט מען קענען דאבאטירן אויף זיינע אינטערוויוס און שאוס דארט.

וחפץ ה' בידינו יצליח, להגדיל תורה ולהאדירה.
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

פאר מען דעבאטירט א געוויסע אינטערוויא קען מען דעבאטירן די שאו בכלליות. פאר יארן פלעג איך וועכענטליך מיטהאלטן זיין מוצאי שבת פראגראם און אויפזיין ביז צווייע פארטאגס און איך קען זאגן אז וואס איך ליין איין טאג אויף קאווע שטיבל איז סאך מער אינפארמאטיוו ווי דאס וואס איך האב דארט געהערט במשך עטליכע יאר. זאב איז גאנץ א קנאפע ידען אין חרדישע ענינים, און ער האט א גרויסע שנאה צו חרדים און ער קען נישט באהאלטן זיין שמחה ווען ער באהאנדלט אן עולה וואס א פרומער איד איז באגאנגען.
בכלל איז די שאו זייער אנפראפעשינעל. ווער רעדט נאך פון די אדווערטייזמענטס וואס גריצעלט מיר נאך אין די אויערן.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

א בר נש וואס האט "ראדיא אויערן" איז פשוט נישט מעגליך אויסצוהערן אזא אומבאלימפערטן שוי ווי עס איז זאב ברענער שוי. ערשטענס איז ער בכלל נישט געמאכט צו זיין אויפן רעדיא, ער האט 0 קוואליפיקאציעס וואס א ראדיא האוסט דארף צו האבן, צווייטענס איז דער טעכנישע חלק פון זיין שוי קיינמאל נישט מסודר, אסאך מאל קומט ער אריין אזוי ווי איינער רעדט אריין פון איין פלעסטיג גלעזעל צום צווייטן מיט א בענדל באהאפטן אזוי ווי קינדער אין חדר שפילן זיך.

קאנטרי יוסי איז שוין א צווייטער מעשה, ער טויג יא.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
פאטעטא טשיפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 1:08 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך פאטעטא טשיפס »

פאר אייער אינפארמאציע, לויפט די "זאב ברענער" שאו, א גאנצע וואך פון מאנטאג ביז דאנערשטאג.
מען קאן אים הערן אויף 620 אויף אייער ראדיא דייעל אדער אויף talklinecommunications.com
פארשפארט