ברעיקינג!!! א נייער גמ״ח מיט א רעוועלאציאנער געדאנק!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
יעקעלע חכם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:41 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

ברעיקינג!!! א נייער גמ״ח מיט א רעוועלאציאנער געדאנק!

שליחה דורך יעקעלע חכם »

אזוי זיך דרייענדיג דא אביסעלע, און מיטהאלטענדיג די הלוך ילך פון געוויסע ניקום און חברי השטיבל איז מיר בייגעפאלען א גאניאלער המצאה, מיר זענען דאך א פאלק פון יודן, ברודער פון איין טאטע׳ן און מיר זענען נאטורלעך באשאפען געווארן מיט די מידה וואס הייסט רחמנות, מיר ווערן באטיטלט מיט א כתר שם טוב פון רחמנים בני רחמנים.

איז פארהאן פארשידענע חסד ארגאנעזאציעס, דער פארבארגט לעקטערס פאר געלע פענימער, דער מאכט באבאסקע סגלות פאר א שטוינענדען ביליגע פרייז, ווידער דער אנדערער פירט א וועד הפועל, העירוב, הצניעות, הכשרות, וכדומה. די ליסט ב״ה גייט ווייטער און ווייטער כמעין המתגבר, איך פון די אנדערע זייט פיל איך מיך ווי א שטיקל יון און די סוכה, אדער ווי טעבעלע דער קנעכט אונטערן בעט.

ווי איך גיי און ווי איך שטיי באגלייט מיר די יון׳שאפט, איך קום אריין און בהמ״ד און וויל מיר וואשן די הענט פארן זיך שטעלן דאווענען פארן בורה כל באגעגען איך מיר מיט א גאנצע וואנט מיט צעטעלאך איינס גרעסער פונעם צווייטן, דער שרייט אז דער תהילים כולל דאס איז די בעסטע סגולה און קיין בעסערס פון דעם איז פארהאן, ווידער דער אנדערער שרייט אז דאס לערנען חצות און ספאנסערן א חצות כולל, דאס איז בדוק ומנוסה, דער דריטער שרייט אז ער פארקויפט סגולה רינגעלעך וואס איז נאס-מאכן פראף, אויב טוט מען אן די רינגעלע איז מען פארזיכערט אז דאס בעט בלייבט טריקן ווי א מדבר, ווייטער גיי איך און מקוה הער איך ווי צוויי צעהוצטע יונגערלייטלעך הארגענען זיך ארום אויף הויכע טענער וועמע׳ס עסקנות האט מער געהאלפן פארן פאריגען וואכעדיגער דינער פון די מוסדות, גיי איך און בור שטייט א וואלענטיר חזירים שומר וואס געבט אכטונג אז מען זאל זיך ח״ו נישט צופיל פארזוימען אונעם בור, ספעציעל נאכדעם וואס נחש ראזענבערג זאגט אז 75 פראצענט קינדערלאך ווערן נעבעך מאלעסטעד און אונזערע מקוואות, ווייטער און שויער איז דא א יוד וואס איז מנדב פרי שאמפוי פאר די אלע אידן וואס ווילן זיך נישט זייפן מיט די ציין פוץ וואס מען האט פארוואנדעלט און א סאפ באר, אזוי ווייטער איך שטעל מיך דאווען איז דא די וואס גיין מיט פשקות פארשידענארטיג, דער גייט פאר שערי חסד, דער אנדערער שערי מזון, שערי ישועה, שערי מזון, שערי חמלה, שערי פיגה, שערי יואל, שערי אהרן, שערי חיים חן וחסד, עטרת גאלדא, עטרת ישועה, עטרת יואל, עטרת אברהם.

הקיצור יעדער מיט וועם איך באגעגן מיך האט זיך זיין מצוה מיט וואס ער פארנעמט זיך און ערפילט זיין חלק און זיין פון די בני רחמנים און טרעפט זיך זיין פעשאן און זיין סאפט ספאט פאר וואס ער עסקנ׳ט מיטן גאנצען כח.

ווידער איך דריי מיך ווי דער תם און די הגדה, און איך דריי מיך פון חד גדיא צו חד גדיא און איך האב נישט געטראפען קיין מצוה וואס זאל זיין מיין פראיעקט, וויפול איך האב געטראכט און געזיכט, האב איך נישט געקענט טרעפן ווי אויסצוגעבן מיין אנגעזאמעלטע דאזע פון רחמנות...

ווילאנג איך האב ב״ה געלאנדעט דא אויף דעם שטיבל!

דא האט זיך מיר געפענט די אויגן צו א נייע וועלט, צו Needs וואס מאנכע און אונזערע רייען דארפן קריטיש וויכטיג האבן, און עס האט מיר אויפגעבליצט א באמבע געדאנק, הערט און שטוינט!

עס זענען דא דא אזאלעכע וואס האבן א געפערליכע עדיקשאן/דיסארדער , די דיסארדער הייסט DTFPOTHC יא טאקע א לאנגע נאמען, אבער די פראבלעם איז אויך גאר א גרויסע.

די אפטייטש דערפון איז Disorder To Find Problems on The Hasidic Community.

די מחלה איז כמעט אומהיילבאר, ממילה אנשטאט פארשווענדען צייט אויסצוהיילן פון די מחלה, עטליעסט האב איך א געדאנק גרינגער צו מאכן פאר די וואס ליידן נעבעך דערויף.

איז אזוי, דא זענען דאך דא טייערע אידן וואס האבן אן אדיקשאן צו טרעפן פראבלעמען אויפן היימישן ציבור.

שוין אפאר יאר וואס די שטיבל איז געווארן א צענטער פונקט פאר אזאלעכע געשלאגענע נעבעך.

מען האט שוין דא דיסקאסט אלע מיני פראבלעמען (פארשטייט זיך נאר לטוב... צו העלפן ״פיקסען״ דעם ציבור.

למשל, ווען טאטעס מאלעסטן קינדער, ווען קינדער מאלעסטן קינדער, ווען קינדער מאלעסטן טאטעס, ווען טאטעס מאלעסטן טאטעס. און אזוי גייט די ליסטע אן.

ווי אויך וואס דער מאלעסטער טראכט פאר ער פאנגט אן צו טראכטן פון גיין מאלעסטן, נאכדעם וואס ער טראכט שוין, ווען ער מאלעסט שוין, נאכדעם וואס ער האט מאלעסטעד....

דערנאך זענען דא די וואס נעמען קעיר צו פיקסען די רבי׳ס אישוס.

וואס די רבי׳ס טוהן, ווילן טוהן, וואס זיי האבן שלעכטס געטאן, ג׳גזלט פארשטייט זיך ״מאלעסטעט איז די מעין אישו און יעדע נושה״.

נאכדעם איז דאס פלאץ א מורה׳דיג מקום ווי די געשלאגענע עדיקטס זענען זיך מחזק איינער דעם צווייטן, און מען האט אפי׳ דא אויסגעטראפן א נאמען פאר די אלע משוגעים וואס זענען נישט אדיקטעד, מען רופט זיי ״יושבי חושך״ און מען לאכט אפ פון די נעבעכלאך וואס זייערע פראבלעמען באשטייען בעיקר פון פרנסה, שלום בית, די קינדער, ווען דא זענען דא אזאלעכע וואס די פראבלעם׳מענדלאך לאזן זיי איבער פאר די ווייבער, זיי זענען ביזי אויף קאווע מיט סאך גרעסערע פראבלעמען, די נארישקייטן זענען געמאכט געווארן פאר די יושבי חושך פערדעלעך ל״ע, דא פיקסט מען ריזיגע פראבלעמען, דא פיקסט מען די גאנצע צובראכנע סעסייעטי...

הקיצור, אבער איך באמערק אז אויך דא צווישן די עדיקטס איז דא אזעלעכע וואס זענען נישט גענוג שארף און זייער מח ארבייט נישט אזוי שנעל ווי זייער אדיקשען, און זיי מיטשען זיך נעבעך שטארק אויפצוקומען פון אונטער דער ערד מיט פראבלעמען אויפן היימישן ציבור, און פון דעספערעישן קומט אויף געוויסע מאל אז זיי פאסטן נעבעך שקר, אדער האלב איבערגעבאקענע מעשיות, אדער געפיקסטע מעשיות.

הקיצור טא מעיק א לאנג סטארי שארט, עפען איך אויף א גמ״ח פאר די עדיקטס, אז ווער עס זיכט א פראבלעם אויפן חסידישער ציבור קען אימעילן Problamfinderonhasidics@gmail.com

מיר פארמאגן א ריזיגע דאטא בעיס פון פראבלעמען אנגעפאנגען פון מעלאסטעישן, און גענדיגט ביי שפיצלעך, און אזוי ווייטער ולא עד בכלל, און ווער עס זוכט א פראבלעם אויף די חסידישער ציבור וועלן מיר דאס צושטעלן על צד היותר טוב.

ב״ה איך האב שוין אויך א פראיעקט!!!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום יעקעלע חכם, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Smartness runs in my family. When I went to school I was so smart my teacher was in my class for five years.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר