בלאט 1 פון 1

פלאקאטן פון רויטע בלוט טינט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:38 pm
דורך רויטע וואנצעס
פלאקאטן פון רויטע בלוט-טינט,
ווערן געהאנגען געשווינד,
דריי אדער פיר אויף יעדער עק,
אנגעהאנגען מיט די [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל],
אפאר עסקנים איבריג צייט,
די רבנים דעם קאפ פארדרייט,
צניעות פון בנות ישראל,
זיי זענען די קרבן אלעמאל,
זיי ברענגן אלע צרות,
דרייט מען מיט קרומע סברות,
די גדולים מיט קטנים צוזאם,
א געלענגהייט אן אויסנאם,
אינטערדריקן שררה ווייזן,
חלילה נישט צום גוי זיך צופאסן,
די גוי איז נאר גוט אויף ערכאות,
ווען מ'איז נישט ביזי מיט מחאות,
מחלוקת, גניבה, איז הייליג טייער,
אבער די פרויען גייען ברענען אין פייער,
די תורה ווי א שפילצייג אין האנט,
ביי בין אדם צו שפאט און צושאנד,
פני הדור ליידער ווי א הונט,
אויף יענעם און יעדעם מ'בילט,
מ'לעקט און מ'צאפט בלוט מיט די ביין,
מחאות, און מסיבות אויף ניין, ניין, ניין,
אהבה, מידות, און מענשטליכקייט,
ליגט פארשעמט אין די זייט,
איש כל הישר איז היינט א פאקט,
בעיניו יעשה האב די עסקנים פארפאקט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:53 pm
דורך ודי למבין
עקסעלענט! צום פינטל!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:39 pm
דורך טיטאניק
מען זינגט דאס אויף די ניגון פון "בבואו מאדום חמוץ מטשאלענט"

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:14 am
דורך רויטע וואנצעס
טיטאניק האט געשריבן:מען זינגט דאס אויף די ניגון פון "בבואו מאדום חמוץ מטשאלענט"


ענדיג צו זבח לו בבצרה וטבח לו בבגדים...

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:28 am
דורך ונבנתה העיר
מלבושיו להאדים...

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 6:29 am
דורך שמעקעדיג
בכוחו הגדול...
פשיהא, ליכא מידי דלא רמיזא.