בלאט 1 פון 1
יום ליל בוקר צהרים ערב.
נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:20 am
דורך נאה דורש
וואס זענען די חילוקים און ווען ניצט מען וואס?
יום טאג.
ליל נאכט.
בוקר צופרי.
צהרים מיטאג.
אחר צהרים נאכמיטאג.
מיין פראבלעם ווערט ביי ערב און מערב. וואס איז דאס טייטש? מיין יונגל׳ס רבי האט געטייטשט מערב פון אווענט איך האב געוויסט (אדער געמיינט) אז עס מיינט פון פארנאכט.
קען מיר עס איינער דא אויסקלארן? און אויך ווען ניצט מען וואס?
נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:22 am
דורך ונבנתה העיר
וואו שטייט 'מערב'?
נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:50 am
דורך נאה דורש
מערב עד בוקר און די תורה עטליכע מאל. לעצטענס שמות כז פסוק כא
נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:56 am
דורך ונבנתה העיר
אה, דער מ' איז נאר א שימוש, עס מיינט 'פון אווענט'.
'בין הערבים' מיינט נאכמיטאג, רש"י איז מסביר אז עס מיינט צווישן צוויי אווענטן, איינס איז חצות פון ווען די זון הייבט אן אראפגיין, און די צווייטע איז נאכט.
נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:08 am
דורך נאה דורש
ונבנתה העיר האט געשריבן:אה, דער מ' איז נאר א שימוש, עס מיינט 'פון אווענט'.
'בין הערבים' מיינט נאכמיטאג, רש"י איז מסביר אז עס מיינט צווישן צוויי אווענטן, איינס איז חצות פון ווען די זון הייבט אן אראפגיין, און די צווייטע איז נאכט.
יא איך דעס געמיינט און געשריבן.
וועלכע רש״י? ווען טאקע ניצט מען בין הערבים און ווען ניצט מען אחר צהרים? וואס איז די חילוק.?
נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:20 am
דורך ונבנתה העיר
אין פרשת בא, ביי קרבן פסח.
דאכציך אז 'אחר הצהרים' ווערט נישט דערמאנט אין חז"ל.
נשלח: מוצ"ש מערץ 01, 2014 10:50 pm
דורך איחוד פעלד
עיין פסחים דף ב.
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 12:24 am
דורך הערשי
יממה, 24 שעה
ליל, אנפאנג נאכט, לילה, מאשמורה שניה
נשף, פארטאגס און פארנאכט