בלאט 1 פון 2

LOVE ATTACK!!

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:39 am
דורך [NAMELESS]
מאכט זיך אמאל וואס גייט אריין אין א לאוו אטעק? אמאל געשעהט עס דא אין קאווע שטיבעל. איך ליין וואס איינער האט געשריבן און איך באקים א אינסטענט לאוו אטעק אויף דעם שרייבער ווייל ס'איז אזוי טרעפליך און גוט ארויסגעברענגט.

[tag]שמעקעדיג[/tag],
i love you!!!

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 3:26 am
דורך איש עברי
לריח שמניך טובים... על כן עלמות אהבוך...

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 4:52 am
דורך שמעקעדיג
איינער האט געכאפט אן אטאקע?
אלעס אקעי?

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 8:06 am
דורך דריידל
אויף דעם איז דאך דא די לייק קנעפל. יא, די קליינע הענטעלע דארט אויבן....
קענסט עס רופן די love קנעפל.

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 10:17 am
דורך שמעקעדיג
קופערניקוס האט געשריבן:ליבשאפט איז אין די לופט!

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 10:19 am
דורך ברסלבער
ראשעקאל האט געשריבן:מאכט זיך אמאל וואס גייט אריין אין א לאוו אטעק? אמאל געשעהט עס דא אין קאווע שטיבעל. איך ליין וואס איינער האט געשריבן און איך באקים א אינסטענט לאוו אטעק אויף דעם שרייבער ווייל ס'איז אזוי טרעפליך און גוט ארויסגעברענגט.

[tag]שמעקעדיג[/tag],
i love you!!!

מאכסט מיר נייגעריג. וואס האט ער געשריבן וואס האט דיר אזוי איבערגענומען? א לינק ביטע.

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 11:40 am
דורך דער (פינטעל) איד
[tag]נאר,,פרייליך[/tag]
i love you!!

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 11:49 am
דורך יין שרף
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:[tag]נאר,,פרייליך[/tag]
i love you!!

פון ואהבת לרעך כמוך איז משמע אז מען דארף זיך אליין ליב האבן...

נשלח: פרייטאג מערץ 14, 2014 12:49 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]ראש הישיבה[/tag]!!!!
i love you!!!

נשלח: פרייטאג מערץ 14, 2014 1:16 pm
דורך פישלע העררינג
ראשעקאל האט געשריבן:[tag]ראש הישיבה[/tag]!!!!
i love you!!!

פארצייל די מעשה...

נשלח: פרייטאג מערץ 14, 2014 1:29 pm
דורך רויטע וואנצעס
@המןטאשען מיט אפריקאט זשעם!!! (נישט די שווארצע)
I Love you!!!

נשלח: פרייטאג יולי 25, 2014 7:21 pm
דורך משבק
@רויטע וואנצעס I LOVE YOU

נשלח: פרייטאג יולי 25, 2014 7:24 pm
דורך רויטע וואנצעס
מממ... איך בין נישט ג', אבער א ווייערלעס קוש איז מותר לויט טייל פוסקים. איי לאוו יו בעק בראדער! האסט אויך געבראכן היסטאריע, ביסט די ערשטע משבק וואס איך האב ליב!!!

נשלח: פרייטאג יולי 25, 2014 7:30 pm
דורך משבק
און דו ביסט דער ערשטער רויטער וואס איך האב ליב!!

נשלח: פרייטאג יולי 25, 2014 8:08 pm
דורך כוכב
איך בין א גרויסער חסיד פון ישראל קאפקע.
ער איז א סאלידער אידעאלאגיסט, און פארטרעט זייער שיין די אנטי ציוניסטישע שטרעמונג, בהשכל ובדעת.

נשלח: מוצ"ש יולי 26, 2014 10:48 pm
דורך איך אויך
עס זענען אויך געוואן אסאך סאלידע און זאגאר 'העפליכע' נאציס עס מיינט נישט גארנישט.

נשלח: מוצ"ש יולי 26, 2014 10:52 pm
דורך משבק
ארויס פון דא אבער שוין!!! דעיס האט גארניקס מיט דעם אשכול

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 12:54 am
דורך berlbalaguleh
משבק האט געשריבן:ארויס פון דא אבער שוין!!! דעיס האט גארניקס מיט דעם אשכול

נו, לאוווווו..... :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: ;) :o

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 9:49 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב א לאוו אטאקע צו ידידינו המתוק רויטע וואנצעס. אויסער זיינע פילפארביגע טאלאנטן פון שרייבן און פאעזיע, האט ער שטענדיג אויף יעדע מאורע עפעס א פאסיג ווערטל, אויסדרוק, מליצה וואס קוקט ממש אויס ווי געפאסט.

דאס זעלביגע קען מען זאגן אויף ידידינו היקר יין שרף. איך גיי ניסלעך פאר די מליצה'לעך און ווערטלעך.

# קיפ איט קאמינג, פלעגט דער רבי בעטן.

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 9:52 pm
דורך יין שרף
כ'ווייס נישט וועגן מיינע וואנצעס, אבער מיין פנים פלאמט! :oops:

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 1:07 am
דורך רויטע וואנצעס
פרעס רעלויס, מידיא קומט!!! איך בין געווארן אטאקירט מיט לאוו!! כ'ווייס נישט פונקטליך ווער ס'האט עס געטוהן, אבער ערשטע לאבעטארי רעזולטאטן ווייזן אז ס'שמעקט' גאר שטארק. עזרת נשים הצלה האט אינטערגענומען א אויספארשונג, היות זיי זענען מומחים אין לאוו. די פאליציי געבט איבער אז די לאוו איז געווען פון א גאר שטארקע גראד, און דער שולדיגער וועט באשטראפט ווערן לאוו תחת לאוו, מיט א פארציע פון הויעך קאנצעטריטע לאוו. ווי מ'געבט איבער איז דא א שטיקעל סקעטש פונעם לאווער: ער טראגט שטענדיג א שמייכעל פון אויער צו אויער, ער שמעקט שטארק, ספעציעל פון קאווע, און ער איז ציינלאז.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 12:23 am
דורך שטילע אינגערמאן
[tag]יואב[/tag]
I couldn't love a stranger more, I literally have a crush
נאך א שווערע טאג ביזטו פון די אייציגסטער וואס קענען מיך טוישן די מצב רוח אזוי שנעל. האסט טאלאנט, כ'האף דיין ווייב עפרישיעט עס אזוי פיהל ווי איך.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 2:38 am
דורך רויטע וואנצעס
איך האב א לאוו אטאקע פאר ידידינו היקר [tag]ונבנתה העיר[/tag]. איך ווייס אין לויבאוויטש האט מען נישט געקושט, וועל איך מיר איינהאלטן.

דיינע ידיעות, חכמה, און שרייב טאלאנט איז מיר גורם צו ווערן א משיח'סט. איך האב אן טראכטן אז די רבי לעבט נאך בתוכינו.