נו? שוין אחרי האסיפה אדירה, רבנים ווי זענט איר אנגעקימען?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1138 מאל

נו? שוין אחרי האסיפה אדירה, רבנים ווי זענט איר אנגעקימען?

שליחה דורך טיטאניק »

שוין מען האלט נאך די גרויסע עצרת, ווי מען האט גערעדט אלע דברי נבלה ברבים ווען מיסטער פאלק האט אויסגעמשל'ט פאר כל הקהל הקודש פינקלעך די [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] חלקים פון א פרוי, אזוי אז די יונגעלייט זאלען וויסען בעסער ווי צי קיקען גייענדיג אויפען גאס אויפן וועג צי קבלת שבת. ברוך השם! אה די קבלת שבת וועט זיין אסאך העכער!
בואו חשבון וואס מיר האבען פארדינט און ווי גרויס איז געווען די הצלחה,
די האראוויץ הלברשטאם קא. האט געספענדעט שווערע טויזענטערס (איין מודעה בלויז צי הענגען אין בארא פארק, איין מודעה קאסט 1500$ נישט אריינגערעכענט די פרינטינג גראפיק שרייבעריי, די וועב סיידטס, קאל מעוואסער און אזוי ווייטער קיינער האט נישט פרנסה פון לשם מצוה!) זיי האבען משקיע געווען כוחות עצומים אז מען זאל האבען דעם עולם ביים עצרת, מען האט באצווינגען אלע רבנים צי חתמענען, מען האט באצווינגען די ישיבות אהיים צי שיקען צעטלעך מיט די קינדער, מען האט ממש געמאכט א מהפכה לכאורה
מען האט איבערגעדרייט בארא פארק, מאנסי וויליאמסבורג, אזאש מען האט געקענט מיינען אז דא גייען זיך ציזאמען קימען רבבות ממש,
למעשה?
וויפיל האבען זיך באוויזען?
אין בארא פארק בלויז וואוינען איבער 15 טויזענט אידישע משפחות (ראשי בית אב, נישט כולל די כולל יונגעלייט וואס יעדע משפחה האט כמה וכמה), נעמט אין באטראכט אז "אידישע משפחות אין בארא פארק" מיינט רובם ככולם זענען חסידישע היימישע מענטשען יראים ושלמים, נישט קיין עירמאנט חברה! פרימע מסלתה ומסמעטענע פון די "היימישע" געמיינדע, עס איז קלאר אז עס וואלט ווען געדארפט זיין דארט כאטש האלב פון 15 טויזנט, א מינימאם פון 7 טויזענט אידען, נישט אריינגערעכנט די מאנסי און וויליאמסבורגע איינוואוינער, ווייל דארט האט מען דאך אויך פארפירט,
אבער למעשה וויפיל זענען געקימען (לויט די פאזעטיווע שאצינגען) א קארגע 2000 מענטשען רוב פון זיי כולל יונגעלייט! (א חלק פון די פארזאמעלטע זענען געווען פון וויליאמסבורג און מאנסי און פלעטבוש) דאס מיינט ניטאמאל קיין 15 פראצענט פון וואס בארא פארק פארמאגט, און אפשר דאס אויך נישט,
און פון די וואס האבען זיך שוין יא משתתף געווען, וויפיל זענען געווען נייגעריגע מענטשען וואס האבען ארים געלאכט און שטילערהייט געשריבען אויף אלע בלאגס ווי סטופיד די רבנים זענען? לאמיר זאגען ווייניג געזאגט "25 פראצענט פון דער עולם",
וויפיל פון די פארזאמעלטע וועלען יעצט הייסען זייערע ווייבער ארויס צי ווארפען בגדים? און פון די וואס הייסען שוין, וויפיל גייען פאלגען די מענער? סא ווי האלטען די רבנים? ווי זענען זיי אנגעקימען?
למעשה די תוצאה:
[b]געקאסט
: אלפים ורבבות
אויפגעטין: צוויי מאל גארנישט, ווייל אפילו ביי די כינוס האינטערנעט האלטען מיר אז כמעט קיינער האט נישט געטוישט, אויסער אפאר תמימותדיגע מענטשען וואס ווייסען ניטאמאל וואס דאס ווארט f מיינט אט די חברה זיי האבען געסטאפט "טעקסט" ווייל "טעקסט" מאכט זנות----- א עכטע גזירה שווה (איין זאך ווייס איך אז איך האב אלעס, טעקסט, נעט, אימעיל, ניק, טוויטער, וואצעפ, וואצעפ גרופס, פעיסבאק, וואס נישט, און איך שלאף נישט מיט קיין נקיבות אויסער מיין ווייב)
א חשבון אויף די עתיד: אז דער עולם האט פארפאקט די רבנים אינעם בוידעם הגדול, אז אויב "אלע" רבנים פון בארא פארק הייסען גיין און עס באווייזען זיך בלויז 10 פראצענט, און פון די 10 פראצענט וועלען ניטאמאל 1 פראצענט פאלגען, איז וואס איז זייער כח?

נאר פרייליך האט זיך געשפירט גאר דערהויבען אז ער איז בייגעשטאנען די שרעקליכער נסיון פון אמונת חכמים און ער איז שטאלץ צי האקען און אריינרייסען אין די ניקס דא אין קאווע שטיבעל מיט די ניגון אז ב"ה אז די קאווע שטיבעלעיסטען האבען גארנישט אויפגעטין! און ממש כלל ישראל פאלגט די רבנים!!!
העי העי מיסטער נאר פרייליך, זאג קינד מיינס, איך האלט נאך ביים כינוס כלל ישראל, די הייליגע רבנים האבען דארט גע'אסר'ט בכל תוקף אינטערנעט, און בלויז מתיר געווען צי ניצען די כלי לצורך פרנסה, און נאר לצורך גדול! ווי קימט אז אזא צדיק ווי די וואס פאלגט אזוי הארציג אלע רבנים, ווי קימט דאס אז די האסט אינטערנעט אז די האסט גאר א שטארקע אקטיווע ניק אין דעם טריפה'נעם קאווע שטיבעל? די באמערקסט נישט אז ביסט איין שטיק סתירה?
איך זאג אז איך פאלג נישט די רבנים, אבער די שרייסט אז די פאלגסט יא, סא ווי קימט צי דיר אינטערנעט? זיי זיך מסביר!
אה, איך פארשטיי, מיט אינטערנעט פאלגסטי נישט אבער צניעות יא, אהא!
שעפעלע, אויב מעג מען עס נאר ניצען לצורך פרנסה, און נניח אז די אינטערנעט האסטי נאר לצורך פרנסה, דארפסטי וויסען אז די מעגסט עס טאקע נאר ניצען לצורך פרנסה און בשום אופן צי שרייבען דא אויף קאווע שטיבעל!


וואס האט קאווע שטיבעל אויפגעטיען? וואס האט טיטאניק דערגרייכט?

נאר פרייליך פרעגט א גיטע קאשע, נו וואס טאקע?
די תירוץ איז אז קאווע שטיבעל איז היינט א מעכטיגע זאך, קודם כל קאווע שטיבעל האט טויזענטע ליינערס! נאכדעם אלע וואצעפ גרופס קאפיען און פעיסטען פון קאווע שטיבעל גאנצע מאמרים וואס ווערט דעבאטירט טעגליך מיט פילסטען היץ, וויפיל מאל איז צי מיר ציריק געקימען גאנצע מאמרים פון "טיטאניק" צי מיינע גרופס ווען איך קאטשע מיר פון געלעכטער... :lol: :lol: :lol:
קאווע שטיבעל און אזוי אויך אלע בלאגס, און נישט נאר דא, נאר אפילו ביי די גויאישע וועלט, האט א געוואלדיגע כח, די כח הייבט זיך אן צי בויען שטילערהייט אינטערען טיש, און עס הייבט זיך און פארשפרייט זיך, עס שלאגט ווארצלען איבעראל, אבער פון דרויסען זעט מען נישט גארנישט, אבער איינמאל די ערד ווערט צי קליין פאר די ווארצלען געבט דאס א רייס אויף בקול רעש גדול אדיר וחזק אז עס איז משמיעים קול מתנשאים לעומת שרפים לעומתם משבחים ואומרים, ווען דאס וועט געשען גייען די "אכשיר דרא" באנדיטען מיזען הייבען פיס פינקט ווי דער אוקריינישער פרעזידענט
אפגערעדט אז איך האלט אז די ווארצלען הייבען שוין אן צי מאכען "שפאלטענעס" געב א קיק וויפיל פראצענט זענען געקימען צים אסיפה!

יא נאר פרייליך און אלע אכשיר דרא'ניקעס, די ענדע פון די קארופציע איז נענטער ווי ווייטער, דער עולם איז נמאס פון די שטיק, וואס א טאג עס גייט אריבער פארלירען די רבנים ואדמורים די דיקטאטורישקייט אויף דעם עולם
דער עולם לאכט אין די פויסטען, און איך טיטאניק איז נאר פריילעך צי זען די געוואלדיגע תוצאות פון אלע פעולות וואס מען טיט דא אין קאווע שטיבעל
אתה בקאווע שטיבעל אבל מצודתך פרוסה ווייט ווייט!!

דער אשכול פארמאגט 49 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר