בלאט 1 פון 1

מאניערן און מדות: פאקעריי גרוילקייט

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 11:27 am
דורך נח בער
א שמחה ביי א גוטן פריינט אדער משפחה מיטגליד איז א פרייליכער מאמענט. א צייט ווען מען קומט זיך צוזאם און מען פארברענגט געשמאק.

ווען מען טראכט און מען וויל שרייבן וועגן אידישע שמחות איז שווער ווי אזוי אנצוהייבן. עס איז דא אזוי פיל צו שרייבן דערפון, סיי פון די גוטע חלקים און סיי פון די נישט-אזוי-גוטע חלקים.

אצינד וועל איך שרייבן פון א נישט באקוועמער נושא בנוגע שמחות אבער איך מיין חלילה נישט ארויסצוברענגען א שלעכטער חלק ווייל איך וויל איינעם אדער א ציבור באשמוצן חס ושלום, נאר פארקערט, מען זאל איינזען אין די נישט שיינע אויפפירונג און זיך פארבעסערן דערין.

איך שטעל זיך איצט אריין אינמיטן דעם שיינעם צימער פון א וואכנאכט אדער ברית און איך האלט אינמיטן פארברענגען מיט גוטע חברים און מען שמועסט איבער די לעצטע געשעענישן און נייעסער. דער זיצט איבער א שיסל פאפקארן און דער אכל'ט אריין די פעטע שפייזן און שווערער טשולענט און טרינקט צו א קאלט גלעזל ביר.

פלוצים דערזע איך א אידל וואס האט זיך שוין גוט אנגעגעסן (און זיין בארדע איז אים נאך פארשמירט פון די רייכע מאכלים וואס דער בעל שמחה האט זיך אפגעשפארט פון די לעצטע פאר חדשים געהאלט כדי צו קענען אהערשטעלן פארן עולם מיט א ברייטקייט) און ער איז זייער פארנומען און אין זיין האנט האלט ער א גרויסער טעלער און פאקט אריין דערין מכל הבא לידו און ווען דער טעלער איז פיל נעמט ער נאך א טעלער'ל, דאס מאל א קלענערע, און לייגט צו אביסעלע שאקאלאדן און אביסל ניסלעך און בעט דעם בעל שמחה עטליכע שטיקלעך זילבער פאפיר, וואס דער בעל שמחה געט אים מיט (א געמאכטע?) פריילעכער געזיכט און פרייט זיך אז זיין ידיד זאל אויך קענען דערפרייען דאס ווייב זיינעם.

דער אויבנדערמאנטער עפיזאד קען כסדר געזען ווערן ביי שמחות טראץ נישט אויף א ריזן פארנעם, ווייל נאך אלעם זענען דאס רוב מענטשן פארשאנדיג צו דעם אז ווען א מענטש רופט צו א שמחה און גרייט אן דערצו איז עס געמאכט פאר די וואס זענען זעלבסט געקומען זיך מיטפרייען און זיך אנגעשטרענגט אריינצושלעפן דאס גוף זיינעם און פערזענליך אנוואונטשן צום פריידיגן מאמענט, דאך איז עס זייער אויפרעגנד ווען עס פאסירט.

א בעל שמחה האט נישט דאס הארץ אפצוזאגן א מענטש וואס בעט זיך אהיימצונעמען פאר זיין הונגעריגער ווייב אבער איז טאקע מענטשליך אהיימצושלעפן מכל טוב ווען מענטשן האלטן נאך אינמיטן קומען און אפשר וועט נישט זיין פאר שפעט-קומערס?

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 11:30 am
דורך דער (פינטעל) איד
הייסט יעקעלע'ס גמ"ח האט זיך יא אויסגעארבעט...

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 11:55 am
דורך יואב
א שטארק אטראקטיוון קעפל. גלייבט מיר ערעב נח בער, כ'האב אזוי שנעל אדורכעמישט די אקטיווע אשכולות, האבנדיג קנאפ צייט צו לעזן אלצדינג אויפן קאווע שטיבל אראנע. זענדיג דעם "פאקעריי" האב דער רבי שליט"א שטייצעך אפגעשטאט א באזוך. געטראכט אדער איז דאס אינטערסאנט, אדער וועלן דאס די גבאים אראפפירן בקרוב, מילא לאמיר נאר כאפן א בליק בעפאר.

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 5:19 pm
דורך שמעקעדיג
י"ל ער האט געמיינט פאקעריי מיט א פתח. אז מען פאקט איין עסן פאר די ווייב.
ענקער קאפ פארט שוין באלד ווי די רבנים'ס.....

נשלח: מוצ"ש מערץ 01, 2014 10:41 pm
דורך berlbalaguleh
נח בער: ייש"כ פאר אראפברענגען אזא מציאות'דיגן בילד וואס מענטשן, אדער אומ-מענטשן זענען אלס אימשטאנד. אלמלא ראיתי לא האמנתי. איך האב אליינס צוגעזעען אזא סצענע ביי א וואכנאכט אין א מוצאי שבת. דער בעל שמחה, א מיטל-יעריגער אינגערמאן, וועלכער האט א סאך אדורכגעמאכט אין זיין לעיבן. ר'האט היינט א משפחה פון 15 קינדער. בלע"ה. האט ער זיכער נישט קיין איבעריגן דאללער. ר'האט אנגעגרייט ביד רחבה.. איז געקומען איינער א בר נש מיט זיין אינגל. לויט ווי זיי האבן אריינגערוקט אויפ'ן פלאץ וואלט מען געקענט מיינען אז זיי זענען אקארשט אנגעקומען פון קאנצענטראציע לאגער. אבער די צידה לדרך וואס זיי האבן מיטגענומען וואלט אויסגעליידיגט אפילו א גביר ווי ראטשילד. וואס דער טאטע האט נישט אויספייעט צו נעמען האט זיין אינגל משלים געוועין. מכל הבא ביד. בילקעלעך, בייגלס, טייערע סעלמאן ראללס און טשאקאלאד'ן מכל המינים. דער בעה"ב איז געשטאנען און נעבעך אונטערגעשמייכלט. כ'האב דאמאלס פארשטאנען א נייעם פשט אינ'ם פסוק "כלחוך השור"... :roll: :? 8-) :lol: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :( :o

נשלח: מוצ"ש מערץ 01, 2014 10:46 pm
דורך רויטע וואנצעס
א אנדערע מנהג אין הלכות פאקעריי איז דאס נעמען 12 זמירות ביי יעדע חתונה. די חשבון איז פשוט, מ'דארף דאך פאר פסח אויך. אדער אויב ובלכתך בדרך האט א נדבן פאר א טעיפ, שטאפט מען אן יעדע הויזן, העמד, רעקל, און קויט טאש מיט די סחורה + צוויי און די הענט.

נשלח: מוצ"ש מערץ 01, 2014 10:48 pm
דורך איחוד פעלד
איסור חמור נישט מאכען פין א פתח א קמץ. עס איז גובל מיט שמירת הלשון.

נשלח: מוצ"ש מערץ 01, 2014 10:58 pm
דורך דריידל
מ'זאגט אז דעריבער איז דא צוויי לוחות, ווייל ווען די רבוש"ע איז ארומגעגאנגען פרעגן ווער דארף די תורה האבן די אמה"ע געפרעגט וואס שטייט דארט און ווען זיי האבן געהערט פון לא תרצח און לא תנאף האבן זיי געזאגט: עס איז נישט פאר אונז. די אידן, אבער, האבן געפרעגט:וואס קאסט עס? און ווען זיי האבן געהערט עס איז אימזינסט, האבן זיי געזאגט: אויב אזוי געב אהער צוויי.

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 1:09 am
דורך shem-tov
אליינס מיטגעהאלטן אן עפיזאד. צוויי חברים זיצן ביי א דינער און האקן אריין א סעודה. איינער זאגט פארן חבר די חברה וועלן באקומן פון מיר בלויז 30 טולער פשוט קיין חזיר וויל איך נישט זיין, כוועל באצאלן מיין נאכטמאל. בקיצור ער לאזט זיך וואויל גיין, צום סוף פילט ער זיך נאך אן אפאר זילבער פעיפערס כדי אהיים צונעמן רופט זיך אן דער חבר אזוי שטילערהייט כמיין אז די האלטס שוין ערגעץ ביי הונדרעט פופציג. יענער האט אים געוואלט הרגנען

דאס ערגסטע איז נאך ווען דער יונגערמאן קומט אהיים און אכל'ט אלעס אליינס אריין די ווייב באקומט זילטש. אדער זאגט ער נאך פאר די ווייב אז יענער האט אים געפערליך געבעטען ער זאל אהיימנעמן.

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 6:39 pm
דורך עוד מישהו
מילים כדורבנות נח בער.
אגב סתם א שאלה צו אלע דא, האבן ענק אמאל מיטגעהאלטן א ירושלימ'ע שמחה, א חתונה אדער עפעס קלענערס אין ירושלים?
איך מיין יעדע ווארט איז איבריג.
איך האב די זכי' צו וואינען אין די שטאט אשר חנה בה דוד.
נישט לאנג צוריק האט מיין ברודער געמאכט א בר מצוה ב"ה, פארשטייט זיך אז ער איז ווייט פון רייך, אבער היות דאס איז געווען זיין ערשטע האט ער געשטעלט א ברייט סעודה כדבעי למהוי, זיצנדיג אין זאל האב איך געטראפן מענטשן, וואס איך האב בכלל נישט געוואוסט אז זיי עקזיסטירן. איינער גאר האט מיר געזאגט אז ער איז א שוועסטער קינד פון די כלה'ס זייט, איך האב אים פאראכטן אז דאס איז נישט קיין תנאים, שבע ברכות א.ד.ג. נישטא קיין כלה דא, האט ער מיר געזאגט אז ער האט זיך פאר'חשבונ'ט מיט א צווייטע זאל, וואס ער דארף אהינגיין גלייך נאכדעם וואס ער ענדיגט דא.
איך האב געפרעגט מיין ברודער אויב ווייסט ער ווער דאס איז, פארשטייט זיך ער האט אויך נישט געוואוסט.
אגב, ער איז נישט ארומגעגאנגען נאך געלט. געקומען עסן און אוועקגעגאנגען צום קומענדיגן זאל ממשיך זיין מיטן סעודה.

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 9:05 pm
דורך berlbalaguleh
עוד מישהו: ס'שטייט שוין אין פסוק "ויאכלו גנבים וישבעו" . וואס ארט דיך אז א איד רוקט אריין א סעודה. זאלל איהם וואויל באקומען. אפשר איז ער אן ארימאן און האט נישט אין שטוב וואס צו עסן.... :? :roll: 8-) :lol: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 9:32 pm
דורך עוד מישהו
ר' בערל, טראכסט מיך ארט אז א גאסט רוקט אריין א סעודה, זאל ער רוקן געזונטערהייט ווי ביי כלבא שבוע, ער קומט אריין הונגעריג ווי א הונט און גייט ארויס זאט ווי הונט.
זאל ער אבער נישט זיין א סאציאפאט און וואוסן וואו ער זיצט און ווער זיין מכניס אורח איז. נאך א מזל אז דאס איז נישט ביי אן אבל אין שטוב, דארט קען ער געבן מזל טוב ווייל ער מיינט סאיז א וואכנאכט, אדער צוגיין ביי א וואכנאכט צו דעם בעל שמחה און זאגן המקום ינחם וכו'.

גלייכן מיר נהמא דכיסופא?

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 11:50 am
דורך נח בער
מיר ווייסן אז די סיבה פארן וועלט באשאף איז אז מיר זאלן נהנה זיין מזיו השכינה אלס שכר פאר אונזערע מעשים ווייל גאט ברוך הוא איז דרכו להטיב און באקומען אומזיסטע ברויט איז א פארשעמונג פאר די מקבלים, דעריבער האט ה' יתברך באשאפן א וועלט מיט א ריזן אפעראציע און דערין אריינגעשטעלט דעם מובחר הבריאה, דעם מענטש און אים געגעבן א בחירה און אים געבן דעם שכר וואס קומט זיך אים אויב ער וועט בוחר זיין בטוב.

למעשה זעען מיר אז פילע מענטשן האבן זיך אויסגעקליבן א מהלך אין לעבן וואס איז כסדר אנגעוויזן אויף אנדערע, ווען מען זוכט כסדר ווי אזוי מען קען ארויסקוועטשן נאך און נאך "פריבי'ס", א לעבן וואס איז אנגעדרייט אויף מער און מער ארויסזויגן פון די רעגירונג און אפלעקן א ביינדל פון פרייע טיילונגען אום ערב פסח'דיגע שנארערישע ליניעס.

וואס האט פאסירט אז מען האט פארגעסן די סיבה פארוואס מיר זענען באשאפן געווארן?

וויל מען דערמיט ווייזן אז מען איז צופרידן פון פרייע מתנות און מען שעמט זיך נישט פון באקומען "פארשעמענדע ברויט"?

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 11:53 am
דורך its me
איך פארשטיי נישט, די וואולסט טאקע אז יענעמס ווייב זאל קומען עסן אין דיין דיינונג רום? אלע משתתפים וועלן אפיאגן