בלאט 1 פון 2

גליון ד' (97 בלעטער)

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 3:41 pm
דורך פישלע העררינג
עקספייערט.

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 4:02 pm
דורך נאר,,פרייליך
וואטש פינעם לדעת, פאריגע מאל איז'ס געווען אומ'בעטעמ'ט.

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 4:05 pm
דורך ונבנתה העיר
זייער שיין, פישעל'ע, א דאנק פאר דיין ארבעט און א ספעציעלן דאנק פאר'ן אריינשטעלן מיינע מאמרים.

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 4:13 pm
דורך רויטע וואנצעס
wow וויאזוי האב איך פארפאסט א שיין ביסל פון די הערליכע מאמרים? א דאנק!!!

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 4:19 pm
דורך דער (פינטעל) איד
wow איך זע גוט? אן ארטיקל פון מיר איז אריין!!!?

און איך האב געמיינט אז ''לייקס'' איז דער בעסטע זאך וואס קען געשען צו מיר?.....!!! ס'דא עפעס בעסערס!

שכויעח פישעלע!

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 4:26 pm
דורך מצטמק ויפה
א גרויסען דאנק פישעל'ע, הערשט יעצט זעה איך וויפיל ארבעט די לייגסט אריין אין דעם גליון, אזוי שיין אויסגעשטעלט א נחת צו ליינען, האסט גענומען מיין ארטיקעל און געמאכט דערפון א לייט, א דאנק פארן אריין לייגען, און נאך צולייגן א שיינעם קעפל דערפאר.

נשלח: מוצ"ש מערץ 01, 2014 8:39 pm
דורך shem-tov
א ריזיגער דאנק פישעלע. דאס מאל גיט עס א חשק צו גיין ווייטער

נשלח: מוצ"ש מערץ 01, 2014 9:44 pm
דורך איחוד פעלד
דעס איז מורא'דיג.

מען דארף פרינטען און שיקען קאפיס צו אלע מנהיגים, באהאלטענע מנהיגים, בעלי בתים אינגעלייט כולל אינגעלייט און בחורים.

דעס האט מער אינהאלט און הדרכה ווי עני אידישע צייטונג אדער מאגאזין. (הגם דעס זאגט נישט פיל).

נשלח: מוצ"ש מערץ 01, 2014 11:11 pm
דורך סמבטיון
ווי קען מען זעהן די גליונות ביז אהער?

נשלח: מוצ"ש מערץ 01, 2014 11:54 pm
דורך מצטמק ויפה
א שיינעם דאנק [tag]אבטולמוס[/tag] פאר'ן לייקען, און אהערברענגן א לינק, דאס אלעס געט א שטופּ אויף שרייבן נאך.

אגב, איך וויל נאר מוסר ומודעה זיין אז מיין ארטיקעל האב איך געשריבן נאכ'ן הערן די טעיפ נאר סך הכל איין מאל, ממילא איז עס ממש נאר א קליינעם איבערבליק אויפן שפיץ פינגער, פונם טעיפ.

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 8:43 am
דורך פישלע העררינג
יישר כח גוטע פריינט פאר די קאמפלימענטן. די אמת'ע שיינע ארבעט אויף וואס עס קומט זיך קאמפלימענטן איז דאס וואס די שרייבער האבן אהערגעשטעלט אזוי מייסטערהאפט, להנות בהם בני אדם. געדענקטס זיי צו לייקען.

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 12:04 pm
דורך פישלע העררינג
איחוד פעלד האט געשריבן:דעס האט מער אינהאלט און הדרכה ווי עני אידישע צייטונג אדער מאגאזין.

פארשטייט זיך אז עס ווערן אויסגעליפטערט אין שטיבל פילפארביגע נושאים, נישט נאר הדרכה אדער אינהאלטסווערדיגע רייד. די בלעטער נעמען צעזאם בלויז די מאמרים וואס לכל הפחות 10 אקטיווע און באזעסענע ניקס האבן געלייקט, און איז לענגער ווי סתם א תגובה'לע.

יישר כח יעדער איינער פאר די פאזעטיווע אישי'ס, אבער געדענקטס צו לייקן די מחברים זעלבסט.

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 12:22 pm
דורך נח בער
א שיינעם דאנק פאר ר' פישל'ע פאר די ארבעט וואס דו טוסט אזוי שיין און האט מיר שוין אין דער פארגאנגענהייט פיל מחי' געווען ווען מחמת דוחק הזמן קום איך נישט אן קיין סאך צו ליינען אין שטיבל זעלבסט.

דאס מאל האב איך שנעל איבערגעבליקט די ערגעץ-איבער-זעכציג בלעטער צו זען אויב שמי הקטן איז אויך בין הנמנים און אויב איך האב געשריבן א גענוג גוטער ארטיקל וואס זאל זוכה זיין אריינצוגיין אינעם רעספעקטירטן "קאווע בלעטער" אויסגאבע, און יא, איך האב עס געמאכט, און טראץ וואס נישט דאס איז מיין ערשטער ציל ווען איך שרייב עפעס דא, וועל איך אויס הכרת הטוב פארן געבן דעם גוטן געפיל אפשרייבן עפעס אין דעם אשכול פון וואו מיין מאמר איז גענומען געווארן.

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 5:35 pm
דורך ברסלבער
זייער שיין פישעלע. א גרויסן דאנק!

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 6:58 pm
דורך מ גפני
shem-tov האט געשריבן:א ריזיגער דאנק פישעלע. דאס מאל גיט עס א חשק צו גיין ווייטער

כשם-טוב ועוד..........

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 11:12 pm
דורך געפילטע פיש
האסט פארגעסן פון אברמי, ברוך, געציל, און הערשי, פון די וואטסעפפ גרופ.

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 11:58 pm
דורך מאטי
ער האט אויך פארגעסן צאמצונעמן אלע דברי חכמה וואס איז געשריבן געווארן דורכן חכם ונבון אלעס ווייסער "געפילטע פיש" כ'מיין מ'קען מאכן א קונטרס בלויז פון דעם. וכאן הקריאה יוצא צו החכם וגדול כל רז לא אניס ליה "הרב געפילטע פיש שליט"א זאל זיך אראפלאזן צו אונז קליינע מענטשעלעך און צוווארפן א ניקל פון זיין חכמה אין פארם פון א פרישער אשכול.

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 10:06 am
דורך געפילטע פיש
מאך נישט אוועק, איך האב שוין געעפענט גאנצע 18 אשכולות (כמנין 18), וואס לפחות 4 פון זיי האב איך אפילו נישט געעפענט, נאר די הנהלה האט עס אפגעטיילט פון א צווייטע אשכול.

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 11:10 am
דורך נח בער
געפילטע פיש האט געשריבן:האסט פארגעסן פון אברמי, ברוך, געציל, און הערשי, פון די וואטסעפפ גרופ.

ביטע לייג א לינק פאר די וואס ליינען נישט "אלעס".

א דאנק.

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 2:45 pm
דורך קרעקער
יעדער זאל זיך אינטערנעמען ארויסציפרינטען כאטש 1 קאפי און עס איבערלאזען אין ביכ"ס אין זיין שוהל
און אויך ארומשיקען צו 20 אימעילס

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 5:09 pm
דורך שפתים ישק
שפתים קישאקTM!

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 5:12 pm
דורך [NAMELESS]
קרעקער האט געשריבן:יעדער זאל זיך אינטערנעמען ארויסציפרינטען כאטש 1 קאפי און עס איבערלאזען אין ביכ"ס אין זיין שוהל
און אויך ארומשיקען צו 20 אימעילס

ארויסגעפרינט צוויי קאפיס צו לאזן אין טוילעט

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 5:54 pm
דורך סאשי פיש
[tag]ראשעקאל[/tag] ביסטו יעצט געווען אין ראדני אונטען?!