די שבת האט געוויילט אין וויליאמסבורג הר"מ מ'וויזניץ וואס געפינט זיך יעצט דא לרגל שמחת בר מצוה פאר נכדו בן לחתנו דומ"ץ וויען ( בן אב"ד וויען שליט"א). תושבי וויליאמסבורג האבן שוין לאנג נישט געהאט די געלעגענהייט מיטצוהאלטן א וויזניצער שבת ( אדמו"ר מ'וויזניץ מאנסי כבודו במקומו מונח אבער דאס איז נישט וואס מען מיינט ווען מען רעדט פון א וויזניצער שבת).
ס'האט זיך טאקע אנגעזען די פלייץ פון אלפי תושבי העיר וועלעכע האבן געשטראמט במשך'ן שבת מיטצוהאלטן פון אלע עקן שטאט. בפרט ביים טיש פרייטאג צונאכטס ווען די ריזיגע עדן פעלעס זאל איז געווען מלא על כל גדותיו.
יעצט מוצאי שבת ווערט געפראוועט די גרויסארטיגע בר מצוה בהשתתפות חסידים, משפחה און גיטע פריינט.
די וואס האבן מיטגעהאלטן דעם היסטארישע שבת זענען מכובד מיטצוטיילן פרטים.