בלאט 1 פון 1

ביילען אין אנדענק: 3 לידער (לזכר ביילע שעכטער-גאטעסמאן ע"ה)

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 7:18 am
דורך שלום בערגער
זײד און פּאָרעך

מיר זײנען זײלן פון זײד
אין מיטן אַ מבול פּאָרעך
עס טוט לײד. דײן אָפּשײד
איז פארשטענדלעך. טאָר איך
ניט דערלויבן זיך טענות
פון דער מיטלמעסיקער שעה.
איז פּאָרעך כּולל ברכות.
דײן געזאנג איז נאָך דאָ.

אױף א װעג, אן אומגלאטיקן

עס פלעמלט אױף דער אינערלעכער פלאם.
מע גײט אױף א װעג, אן אומגלאטיקן
דורכן װאלד, דורך די נעכט.
פינצטער איז חכמה, פּשטות איז פלאך.
בײנאנד מיט אונדז די געזאנגיקע טעג.

אין טאָל שװעבט אן אָדלער. עס זילבערט א ליכט
אין פענצטערס פון פּאלאצן און בראונסטאָונס. ריכטיק
איז דער געאָלאָג װאָס גראָבט אױס די חורבות.
מע דערקענט און צעגלידערט די שיכטן.
מע זינגט זײ לידער, כאָטש אלץ װערט װײטער חרוב.

װאָס ס׳ליגט אונדז נאָך אין קױש

פענזל פען פלאטערל

גאָלדשטױב שטערן־שפענדלעך אױטאָרױש

בראָנקסער שליסל טשערנעװיקצער לשונות־געפילדער

זײ־געזונט

סאקסאָפאָן