בלאט 1 פון 1

די פארשטאפטע קאפ רשעות

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 11:27 pm
דורך shem-tov
היינט קומט מיין יונגעל אהיים און דערציילט מיר אז דער רבי האט היינט גערעדט וועגן האבן א פארשטאפטע קאפ און ער פרעגט מיך קשיות דערוועגען און ער זאגט מיר שעמעדיגערהייט. טאטי. כמיין אז איך האב האב א פארשטאפטע קאפ.

גלייבט מיר חברה איך האב געמיינט אז איך פלאץ אוועק. כהאב מיך דערמאנט די ביטערע קאשמארן ווען דער רבי פלעגט אונז מסביר זיין אז מען באקומט א פארשטאפטער קאפ ווייל מען עסט נאש אדער ווייל מען קוקט וואס מען טאר נישט בקיצור יעדן טאג איז דער קאפ פארשטאפט וועגן עפעס אנדערש. און כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען וואס איז דאס א פארשטאפטע קאפ. איז מיין קאפ פארשטאפט אדער אויפגעשטאפט איז דעם רבינס קאפ אויפגעשטאפט. די וועג וויאזוי מען קלאפט נעבעך אראפ די אומשילדיגע קינדערלעך וואס האבן עפעס א מינדעררישען פאוקעסינק פראבלעם אדער זענען נעבעך לייט אטיסטיק איז אנטשטאטס מען זאל זיי באהאנדלן כדבעי גיט מען זיי א שטעמפעל אפ אלץ א פארשטאפטער קאפ. רח"ל ווען וועלן זיך די מוסדות אויפוועקן אז לא זו הדרך דער גוי מיטן גוטען קאפ האט אפשר אויך א פארשטאפטע קאפ, אדער דעמאלטס איז עס די כח פון די סטרא אחרא, כפארשטיי נישט וואס דארף איך מסביר זיין פארן קליינעם וואס איז שוין אזוי אויך גענוג אראפגעקלאפט אז ער קען נישט ביים פארהער. וואס דארף מען צו טאן. אויפצושטאפן דעם אדער אין דעם רבינס קאפ

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 11:58 pm
דורך שמעקעדיג
ליידער, דאס איז די "איזי וועי אוט". עס איז א הארצווייטאג.

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 12:06 am
דורך מאטי
כ'מיין אז היינט צוטאג קען מען אביסל בעסער ווי אמאל קעיר נעמען דערפו. קאלל אן דעם מנהל רעדט צו אים שיינערהייט, זיי אים מסביר נישט אויף א קריטיקירענדע וועג. וואס דיר באדערט און וואס מ'קען טון צו פאררעכטן דעם פראבלעם. אויב איז דער מנהל א האלב נארמאלער מענטש וועט ער לכאורה טון צום זאך און זאגן פארן רבי'ן צו טוישן זיין מהלך.

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 2:08 am
דורך יעקעלע חכם
געב כאטש קרעדיט פארן פראבלעמען גמ״ח פארן דיר געבן די איידיע...

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 7:56 am
דורך ארפכשד
קויף אים די בוך און טייטש אים עס איבער אויף מאמע לשון.
The Survival Guide for Kids with LD*: *(Learning Differences) by Gary Fisher Ph.D. et al. http://www.amazon.com/dp/1575421194/ref ... ftb0KT4V95

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 9:36 am
דורך shem-tov
ארפכשד האט געשריבן:קויף אים די בוך און טייטש אים עס איבער אויף מאמע לשון.
The Survival Guide for Kids with LD*: *(Learning Differences) by Gary Fisher Ph.D. et al. http://www.amazon.com/dp/1575421194/ref ... ftb0KT4V95


שכח ארפכשדתא. פון די רעוויוס קוקט עס אויס גאנץ א פיין גייד. די קינדער שטעלן אפ די עלטערן אינמיטן ליינען און זאגן. אה טאטי דאס בין איך, איי לאוו דיס. איך וועל מיר עס איינהאנדלן און א בלעטער טאן.

יהיה איך שיהיה דאס בלוט פארגיסונג פטן מלמדים און מנהלים כלפי די שוואכערע קעפ מיז זיך ענדיגן. ווער געדענקט נאך ווי א רבי א עוכר ישראל האט געקענט צולייגן א לעבעדיגן קינד וואס האט ארומגעבארדעט ביי לאנטש אבער האט נישט פארשטאנען קיין גמרא. וואס ביסטו פלוצלינג יעצט שטיל פלעגט ער אים שרייען און אראפקלאפן עד הסוף. כוואלט געוואלט צוגיין צו דעם רבין היינט צו טאגס און אים איבערפרעגן וואס ער האט געמיינט צו זאגן און ווען ער וועט איינעמן א שתיקא ביבשתא וועל איך אים זאגן מיט המןס געלעכטער וואס ביסטו פלוצלינג אזוי שטיל די אלטער שוסטער אין כתה האסטו די מחי געווען מיט מיין בלוט, האסט נישט געריט ביז איך וויין אדער כווער רויט אדער האסטו מיך אנגעפראסקעט (מנשה סהאט מיט דיר גארנישט) פלוצלינג מאכסטו מיר איין קום שוואכלינג לאמיך דיר אביסל אויפשטאפן דיין קאפ אבער דאסמאל וועל איך ניצען א עכטע פלאנדשער די ד"א

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 11:45 am
דורך ביבער
איך האלט נישט אז מען קען בלעימען די אמאליגע רבי'ס, זיי האבן בשעתם געטהון וואס איז דאן געווען אנגענומען זיי האבן נישט געמיינט צו עביוזן, מיין רבי האט געהייסן פון די בעסטע רבי'ס ער האט אנפאנג יאר אפגעטיילט די גוטע קעפ מיט די שוואכע קעפ און אזוי איז עס געבליבן דאס הייסט מיר זענען געזיצן עקסטער געהאט עקסטערע בחינות, א שוואכער אפילו ער האט געוואלט האט ער נישט געהאט די מעגליכקייט צו שטייגן.

ס'איז ביי מיר ברור אז אסאך זאכן וואס איז היינט אנגענומען אלס גוטער חינוך וועט אין 20 יאר ארום הייסן עביוז, סיי אין חדר אין סיי אינדערהיים, מ'קען נאר טהון וואס מ'קען.

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 11:50 am
דורך לאליפאפ
ביבער מ'האט דיך געהעקט?

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 12:23 pm
דורך סאו וואט
דענקיך ווי היינט, ווי מיין רבי האט מיר אן געשריגען.
סאו וואט, וואס ווילסטו אויסוואקסען, א שטיקעל לאמבער ווילסטו אויסוואקסן?

תלמידו של רבי פרידא, הרמב"ם, רבי אביש'ל פראנקפורטער, המהר"ם שיק, האבען אלע געהאט גאר פארשטאפטע קעפ,
זיי האבען אבער געהאט נארמאלערער און הייליגע רעביס, זענען זיי אויסגעוואקסען פאר וועלטס גאונים.
ווען ס'וואלט און זיך אפגעשפילט היינט צו טאגס, וואלט זיי געוועהן סתם דראפ אויטס פונעם סיסטעם. בלי שום פקפוק.
אן קיין טשענס אפילו צו שטייגען.

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 12:58 pm
דורך פישלע העררינג
תָּנָא דְבֵּי רַבִּי יִשְׁמָעאֵל עַבֵירָה מְטַמְטֶמֶת לִבּוֹ שֶׁל אָדָם, שֶׁנֶאמַר (ויקרא יא, מג) וְלֹא תִּטַמְאוּ בָּהֶם וְנִטְמֵתֶם בָּם, אַל תִּקְרֵי וְנִטְמֵאתֶם אֶלָא וְנִטַמְטֶם. (יומא ל"ט, א')

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 1:02 pm
דורך shem-tov
בדרך אגב א פארשטאפטע הארץ מיט א פארשטאפטע קאפ איז הימל און ערד. קען זיין אז סאיז פשוט א עמעראצישער טעות זיי מיינען צו זאגן פארשטאפטע הארץ.

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 1:15 pm
דורך פישלע העררינג
די גמרא זאגט אין עירובין, דף נ"ג, א', אביי האט געזאגט אז ער פארשטייט צום לערנען אזוי ווי א טשוואק וואס ווערט אריינגעהאקט אין א קליינע לעכל. האט רבא געזאגט אז זיין לערנען גייט איהם אריין אין קאפ ווי א פינגער וואס מען פראבירט אריינצושטעקן אין א הארטע וואקס וואס לאזט בלויז א פינגער אפדרוק, האט רב אשי געזאגט אז ביי איהם גייט דאס לערנען ווי א פינגער אין וואסער וואס לאזט בכלל נישט קיין צייכן.

היוצא לנו מזה, אונזערע גדולים האבן זיך פון אייביג אן מייגע געוועהן אין לערנען. פון די מצויינים זענען כמעט גארניטשט אויסגעוואקסן, ממש נאר אחד מני אלף. והא ראיה, קוק אויף די אלע מצויינים ביי די ליטוואקן וואס באקומען א אויסגעצאלטע דירה צוליב זייער מצויינות'שאפט, און קיינער פון זיי איז נאכנישט אויסגעשטיגן צו זיין דער נעקסטע גאדויל.

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 4:52 pm
דורך berlbalaguleh
ר' שם טוב: איך האב געמיינט אז די מיני רעבעס און מלמדים זענען שוין א פארגאנגענהייט. אמאל האט מען באשולדיגט די לאגער אין דעים מין רשעות און פארדארבנהייט. וואס איז היינט דער תירוץ?! אזאלכע לא יוצלח'דיגע ברואים דארפן ארבעטן אין א פיש סטאר אדער אין טשיקן סטאר. נישט מיט אידישע קינדערלעך. אדער אויפ שטאפן בית הכסא'ס. :twisted: :evil: :roll: :cry: :oops: :P :( :o :shock:

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 9:54 am
דורך פליקער
ליידער ליידער באקימען קינדער על פי רוב דעים טיטל, בתוך שער טיטלעך, פון זייערע עלטערן.

וויפיל עלטערן קענסטו וואס באגראבן די קינדער מיט די אייגענע הענט, וויפיל עלטערן קענען אריין ריקען פארן אימבאהאלפן קינד, די שייגאץ, די גראבער יונג, וואס העט שוין ווערן פון דיר, ביזט מיך אזוי מצער, פאר וואס קימט מיר אזא קינד ווי די, פאר וואס קענסטו נישט זיין אזוי ווי מוישי, קיק ווי ערליך ער דאווענט.

די מלמד טיט טאקע א עוולה, אבער א מענטש איז נאר א מענטש, און דער טאטע וואס האט טענות, זאל מפשפש זיין בעשיו זעין אויב ער איז נישט ניכשול אינעם זעלביגן פראבלעים.