בלאט 1 פון 2

קול מבשר'ס פורים אפטיילונג תשע''ד

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 3:38 pm
דורך פלעין יודיש
ניין ניין!!! נאכנישט,
איר האלט שוין זיכער דעם טרייבעל אין האנט מיט איין שמחה'דיגע אטעם, מיטן חשבון אז לכאורה וויל איך מיט דעם אשכול פשוט מודיע זיין די עולם אז זה היום קיוונו און נאכן ווארטן אזוי לאנג מיט א ציגעקימענער דרייצענטע חודש העיבור, גיי מיר זיך שוין ווידער באגעגענען מיט אינזערע באליבטען חתן יאסעלע, וואס איז שוין היינט אוודאי א זיידע פאר עטליכע אייניקלעך, מיר לעכצענען שוין אויף נאך א פשט וואס ער וועט היי יאר מחדש זיין אויף דעם ואתה תצווה, און צו הערן וויאזוי זיין גרויסען ביזנעס ווערט געראנט מיט אזויפיל הונדערטער דזשאניס, ע''פ חשבון גלייב איך אז זיין שווער לעבט שוין נישט סא ס'איז אים אוודאי סאך לייכטער אויפן הארצ'ן אהן דער פרעשור פון זיין וואוילע שווער, נאר א גרויס רחמנות פאר דעם יאסעלע'ס איידעם וואס ער צאלט אים ציריק תבין ותקלין אויף אלעס וואס ער האט געליטען אין זיין קינדערשע יארן, ווי אינז האבן שוין אביסעל מיטגעהאלטן פאריאר וואס עס גייט פאר אין סוכה ביים שווער יאסעלע.
מיר ווארטן שוין אנגעצויגענערהייט וויאזוי עס האט אויסגעקיקט דעם חתונה נאכדעם וואס די קעיטערער האט באקימענען כתובה עלינו (ליין: כתובה ליינען) נאך וואס דער נארישע בעל מקרא האט צישטערט די גאנצע חופה.
אינזער הארץ גייט נאך אויס אויף דעם עלטערען יוד וואס מ'האט אים נעבעך אויפגעוועקט באנאכט נאר אויף צי פרעגן וועלעכע שיך איז לייכטער ציגיין אנגעטון, פאנטאפל אדער שטעק שיך, ווען ער ווייסט אז אט אט ווארט שוין זיין חברותה אויף אים אין שיל.

אבער ניין די פרייד איז פריצייטיג, דערווייל שפילט קול מבשר אויף אינזער נערוון אין ס'איז נישטא קיין זכר אין כאן לא יאסעלע ולא יואלי לעבאוויטש וכו', וועלען מיר מיזען ציווארטען מיטן האף אז מ'וועט אינז אוודאי היי יאר אויך נישט דיסעפוינטען

עס וואלט נאר געווען כדאי, אז ווען די גליקלעכער טאג וועט אנגעקימען, איז א גיטע זאך אז די קאווע טרינקערס וואס הערן אויס דעם אפטיילונג ושותים בצמא את דבריו המשמח לב אנוש, און הערן עס איבער און איבער (איך האף אז איך בין נישט די איינציגסטע) כדי נישט אויסצימיידען אפילו איין פעריל ווארט, אויב די עולם דא קען אויפמערקזאם מאכן וואס ס'איז זיי געפאלן און פון וואס זיי האבן הנאה געהאט פון דעם אפי' נאר א קליין סענטענס אדער א מימרא, וואס ווי באוויסט איז קאמעדי א זאך וואס נישט יעדער לאכט פון די זעלבע וויץ און נישט יעדער כאפט אפילו אז אינטער דעם ליגט תילי תילים פון גאונות, און שוואכקייטן אינעם מענטשענ'ס נאטור.
דאס איז כדאי נישט נאר אז מיר וועלען קענען געבן א עקסטערע לאך פון א גיטען דזשאוק, נאר אזוי וועלען מיר אויך מער אפרישיעיטען די כוחות און די קאפ וואס די פרייליכע יודעלעך לייגען אריין אינז צי מהנה זיין.
[center]היכינו היכינו היכינו[/center]

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 3:42 pm
דורך ברעט מענינג
מצאי שבת איז עס דא אויף קול מבשר (אזוי ווי יעדעס יאר)

פורים תשע''ב

נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 5:20 pm
דורך פלעין יודיש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=3XbskO8nFFI[/youtube]

נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 5:38 pm
דורך דריידל
כאב נישט געוויסט אז קינדער שרייבן אויך דא. אדער האב איך נישט געוויסט אז ערוואקסענע ענדזשויען דאס אזוי שטארק אזש אז מ'געדענקט נאך ביז יעצט די "דזשוקס פון פאריאר.
איך זאג נישט אז ס'איז עפעס ראנג פאר אן ערוואקעסענער דאס אויסצוהערען, נאר אז איך בין סורפרייסט אז פלעין אידיש האט צוגעלייקט אזויפיל קאפ ביים אויסהערן אז ער געדענקט נאך אלע דעטאלן פון פארגאנגענע יארן.
איך גיי נישט זאגן אז די וואלסט געקענט לערנען אפאר בלעטער גמרא אין די צייט, ווייל איך בין נישט קיין מוסר זאגער, אבער אפאר קאווע בלעטער וואלט דיך סאך מער אויסגעלערנט ווי קול מבשר פורים אפטיילונג.
אבער נעווער מיינד, דיין סטיל פון שרייבן האב איך נאך אלץ ליב און ס'ליינט זיך מיט א געשמאק.

נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 8:06 pm
דורך מאראנצןזאפט
זייער א שיין ארטיקל פלעין אידיש. האסט מיר געמאכט גוט לאכן.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:07 pm
דורך יין שרף
.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:14 pm
דורך zurich
נישט מער און נישט ווייניגער די משגיחים און ישיבות האבן מורה ס' וועט זיך טיהן יום טוב און דערוואכן, און אין דערוואכן יום טוב אויב זלמנן געט ארויס די פורים אפטיילונג פרי, האבן זיי געבעיטן ר'זלמן ער זאל עס נאר ארויסגעיבן ווי נאנטער צו פורים און ר' זלמן פאלגט ווי א טאטעלע....

נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 8:36 am
דורך פלעין יודיש
ברעט מענינג האט געשריבן:מצאי שבת איז עס דא אויף קול מבשר (אזוי ווי יעדעס יאר)

געזאגט ויתן לך געזינגען המבדיל ווי גייט א יעדער איינער
די עולם לויפט צום טעלעפון, ברעט מענינג האט דאך ציגעזאגט אז מוצאי שבת איז עס דא, אבער ואיננו!!!
רבותי מ'האט אינז אויסגעשפילט,
מיר האבען נישט קיין ברירה מיר וועלען זיך מיזען ציזאמשטעלן מיטן פראטעסט פון צימערמאן און אויסשרייען הויך
[center]זלמן ווידער ווי איז די פורים אפטיילונג[/center]

נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 1:39 pm
דורך ברעט מענינג
איך ווייס נישט יעדעס יאר האט ער עס די זעלבע צייט

נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 9:09 am
דורך פלעין יודיש
וואס וועט דא זיין??? :( :( :( :oops: :oops: :oops: :cry: :cry: :cry:

נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 11:56 am
דורך ברעט מענינג
ענק הערן היינט נאכמיטאג גייט עס ארויף אויף קול מבשר

נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 12:40 pm
דורך ברוך שאמר
ברעט מענינג האט געשריבן:ענק הערן היינט נאכמיטאג גייט עס ארויף אויף קול מבשר

יועש פליז זאג שוין ווי פיל א זייגער ?

נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 12:44 pm
דורך איש עברי
ברעט מענינג האט געשריבן:ענק הערן היינט נאכמיטאג גייט עס ארויף אויף קול מבשר


און נאכדעם זאגן ענק אז צימערמאן האט נישט קיין פאוער

נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 12:48 pm
דורך ברעט מענינג
2 2 פון די מעין מעניא און דערנאך 1234567

נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 3:39 pm
דורך פלעין יודיש
ברעט מענינג האט געשריבן:2 2 פון די מעין מעניא און דערנאך 1234567

ברעט מעינינג
נישט לאנג ציריק האב איך געבעטן ווער עס קען ארויפשטעלן א בילד פון זלמן ווידער אהער
פארוואס האסטו נישט ארויפגעלייגט דיין אוועטער???

נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 4:10 pm
דורך מנשה לוסטיג
זלמן איז באליידיגט אז איך האב חוזק געמאכט פון עהם אויף מיין צעפראסקעט

נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 4:32 pm
דורך פלעין יודיש
מנשה לוסטיג האט געשריבן:זלמן איז באליידיגט אז איך האב חוזק געמאכט פון עהם אויף מיין צעפראסקעט

מאן יימר
פון ווי נעמסטו דאס פליז דערצייל מיר

קודם סתם אבי געשאסן
זעהט אויס אז ארויפברענגען דיין סי די אויפן העדליינס נאכאמאל האסטו באשלאסן

זלמן האט דיין סי די קיינמאל נישט געהערט קענסט רילעקסן
און הער אויף מיט דיינע נארישע קאמפלעקסן

אדער האסטו דאס געוואלט אויף קול מבשר עדווערטייזען הייב איך אהן צי שפעקאלירן
און זלמן האט דאס נישט ציגעלאזט דערפאר טיסטי אזא מעשה פעבראצירן

נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 5:07 pm
דורך פלעין יודיש
רבותי
אלע jokes אין א זייט, גייטס שוין ארויף אויף 2 2 פונעם main menu
דערנאך וועלען מיר דאס ציזאמען אנאלאזירען
איך האף אז מען האט אינז נישט דיסעפאנטירט דאס יאר

נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 5:10 pm
דורך למדן
שלאגטס ענק נישט קינדערלעך, דארפסט איהם נישט אייביג אונטער רייסן,

מאן יימר אז זלמן האט זיין סידי נישט אויסגיהערט און זיך נישט באליידיגט, הגם איך קען נישט אזוי שיין פאעמירן ווי דו

נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 5:14 pm
דורך פליקער
וואס איז די נומער פון קאלמע וואסער?

נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 6:09 pm
דורך איש עברי
פליקער האט געשריבן:וואס איז די נומער פון קאלמע וואסער?

קול מבשר ארבעט נישט אויף די לבנה

נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 6:59 pm
דורך פליקער
איש עברי האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:וואס איז די נומער פון קאלמע וואסער?

קול מבשר ארבעט נישט אויף די לבנה

איך האב גוגל וואויס, און איך וויל זייער הערן דיפורים אפטיילונג פון קולעי וואסער

נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 7:03 pm
דורך איש עברי
2124441100
און שעם דיך אז דו ווייסט נישט