בלאט 1 פון 2

יואלי גרינפעלד - beats

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 7:50 pm
דורך ניסל
יואלי גרינפעלד דער געשמאקער זינגער אויפן יודישע מארקעט, האט ארויס געגעבן א נייעם הערליכען סידי "beats",
דעס איז מער ווייניגער א wedding album, מיט ניגונים וואס ראקט און לעבט אויף דעם געמיטער,
דעי סידי איז שוין דא ציבאקימען און אלע געשפטען, הערט'ס און האט'ס הנאה. Sampel:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=p5hCynlzSyI[/youtube]

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 7:56 pm
דורך וויליאמסבורגער
שלום עליכם [tag]ניסל[/tag]
ווער זענען די דריי חברה אונטער אים?

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 8:02 pm
דורך ניסל
Evanal orcastra

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 8:09 pm
דורך איך אויך
א גרויל.

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 8:14 pm
דורך ברעט מענינג
איך אויך האט געשריבן:א גרויל.

וואס מיינסטו א גרויל? יואלי איז פון מיינע בעסטע זינגערס היינט אויף די מארקעט!

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 8:17 pm
דורך איך אויך
האסט געהערט די קליפ? עס איז אסאך ענדערש דיסקא מוזיק ווי מוזיק וואס פאסט פאר א היימישע חתונה.

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 8:22 pm
דורך ברעט מענינג
איך אויך האט געשריבן:האסט געהערט די קליפ? עס איז אסאך ענדערש דיסקא מוזיק ווי מוזיק וואס פאסט פאר א היימישע חתונה.

פירסט איך האב געהערט דעם גאנצען סידי (די פריוויא איז ממש נאר 5% פונעם סידי) די סידי איז גאר שיין אהער געשטעלט מיט רייכע מוזיק, 54 ניגונים פון אלע מין, צווייטענס טאמער איינעם געפעלט בכלל נישט די סידי איז עס ווייל לכאורה האט ער נישט ליב גרינפעלד, פינטעל!
דאמאלטס קען שוין לויפן קויפן שמחת החיים.

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 8:28 pm
דורך איך אויך
איך האב אין מיין לעבן נישט געהערט פון דעם גרינפעלד, וואס איך זאג איז אז דער קליפ איז א גרויל פינטל.
ווילסט טאנצן און זינגן דיסקא טאנצעריי און זינגעריי געזונטערהייט אבער נעם אראפ דיינע הענט פון 'חסידיש מוזיק'.

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 8:32 pm
דורך ברעט מענינג
קיינער האט דא נישט געזאגט אז די סידי איז "חסידיש" נומבער 1
נומבער 2 איז אז עס האט יא כאסידישע מוזיק אויפן סידי.

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 9:05 pm
דורך לאליפאפ
שלום אייך [tag]ניסל[/tag]'קע טייערס!

יואלי גרינפעלד האט קיין אלבום נישט ארויסגעגעבן, פענס נעמטס א טישו, דיסלייקערס אטעמט אפ! אבן על אורקעסטרע האט ארויסגעגעבן דעם דיסק מיטן הילף פון נפתלי משה שניצלער, וואס דער לעצטער האט זיי מן הסתם פארגעשלאגן צו נעמען גרינפעלד, נישט מיין טעיסט אבער דאך א טשויס.
גרינפעלד האט מיטן גאנצן ענין נישט קיין סאך ווייל דער עיקר איז דאך די מוזיק שבו, א שטייגער ווי שלומי דאסקאל ביי אהרן טייטלבוים'ס טאנץ. אבער פאר מאנכע איז דער זינגער יא די קרוין, דאן איז ווי זיי האלטן.
נישט אזוי הנאה געהאט אויפן ערשטן בליק ווי רוב איז אראפגעזינגען מיטן ליטווישן הברה, אפילו דער עברית'יש געשטימטער ה' מלך פון גד און בעני אלבז. אדערווייז גאנץ בע'טעמ'ט. (געהערט גאר אויבערפלעכליך)

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 10:57 pm
דורך לאליפאפ
זייער אפדעיטעד ניגונים!!

למשל:
פינגווין טאנץ
נודה לשמך
ולא נבוש

ס'ראקט.

א גענצליך גוי'שער ניגון נאסא, געווארן פארהייליגט און פארטוישט אויף דעם ליטווישן 'מתי' וואס הערט זיך שטארק ווי Nossa, ווי אויך נאך עטליכע ספאנישע ניגונים.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 1:36 am
דורך גנדי
איך בין יא א גרויסע פען פון גרינפעלד. ער האט א געוואלדיגע שטימע.

איך טראכט צו קויפן די סידי. פון די אנדערע זייט טראכט איך עס איז א שאד. איך וועל דאס ממילא הערן פון אלע מאבילס פורים.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 9:52 am
דורך לאליפאפ
זיי נישט קיין נאר, ס'לוינט זיך. (וועגן גרינפעלד האב איך אסאך מאל דעי פילינג ווי שטארק ער שטרענגט זיך איבער ווי זיין אטעם ווערט ווערט צושפרינגען, און ער בייגט זיך און דרייט זיך כאילו ער האלט עס נישט אויס.. משא"כ למשל בעני אדער שלומי דסקל באלאבאטעווען אפילו ביים ארויפפארן)

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 9:55 am
דורך לאליפאפ
/

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 9:59 am
דורך ברעט מענינג
יואלי גרינפעלד שטרענגט זיך נישט אן, דעס איז נאר סטייל וואס ער מאכט מיט זיין וואויס,
אלע גוים זינגען מער ווייניגער אזוי און ער שטייט און מאכט זיי נאך,

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 10:06 am
דורך סאשי פיש
מיט cme

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 12:08 pm
דורך סאו וואט
לאליפאפ האט געשריבן:/

כשם שאין פרצופותיהן שוות... כך דעותיהם...

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 1:59 pm
דורך לאליפאפ
די ליסטע פון ניגונים אויפן אלבום

נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 6:48 pm
דורך kliger
די אינטרא קומט פון געים אף טראונס!!

http://www.youtube.com/watch?v=B3vqcbJwgCI

נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 8:12 pm
דורך סאשי פיש
מיט מושי שווארץ א גיטאר שפילער

נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 8:16 pm
דורך לאליפאפ
kliger האט געשריבן:די אינטרא קומט פון געים אף טראונס!!

http://www.youtube.com/watch?v=B3vqcbJwgCI

אויך באמערקט היינט

נשלח: מוצ"ש מערץ 08, 2014 9:49 pm
דורך סאשי פיש
גוט!!!
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=DuDs8TeW2O8[/youtube]

נשלח: מוצ"ש מערץ 08, 2014 10:29 pm
דורך לאליפאפ
OMG! ROTFL