בלאט 1 פון 3
ילד הפלא יוצי ראזינגער
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 2:11 am
דורך הדד בן בדד
לעצטענס זעה איך קליפס פון א נייעם ילד הפלא יוצי ראזינגער, און איך זעה אז דאס מאל איז עס גארנישט קיין גוזמא. איך עכ"פ, ווער משוגע פון דעם קליינעם. ער זינגט דאך עפעס אזוי גוט אז איך ווער פאריקט.
איך האב געזעהן א קליפ ווי ער זינגט עפעס א שמע ישראל ניגון מיט ידידים קווייער, וואס אן אמת בין איך אינגאנצן נישט אנטציקט פון ידידים, אבער פון דעם קליינעם בין איך שוין איינמאל אנטציקט. ווי ער ציעט ארויף דעם שמע ישראל, מיט אזא גלאטן פנים, קנייטשט נישט די אויגן, ווערט נישט רויט, כאילו ער זינגט זיך אונטער עפעס א רואיג ניגונ'דל. איך האב פלעין נישט קיין ווערטער.
ווייסט איינער ווער דער ראזינגער איז? ווער איז זיין טאטע, אין וועלכע חדר גייט ער, צו וועלכען חסידות באלאנגען זיי. איך זעה ער האט אן איזראעילי ר', מאכט מיר אויסקוקן אז מען האט אים עפעס אימפארטירט פון א"י?
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 8:11 am
דורך מאראנצןזאפט
זיי זענען מונקאטשער חסידים.
דער פאטער איז אן איידעלער יונגערמאן מיט א שטאפענעם היט. קענסט אים טרעפן יעדע נאכט אין מונקאטש.
סאיז דא כמה גוטע בעל תפלות אין דער פאמיליע, אבער דאס קינד איז עולה על כולם ער איז א הפלא'דיגער בעל מנגן, ער האלט א ניגון מיט אייזערנע צווענגלעך און פאקט איין אלע ילד הפלא'ס פון די לעצטע צוואנציג יאר. און אנדערש ווי אנדערע לאזט מען אים ארויסגעבן זיין טאלאנט ביז צו א מאקסימום און ער איז שוין גערופן געווארן זינגען פון נאנט און ווייט.
הערשט לעצטנס האט ער אויפגעטרעטן דא ביי אונז אין מאנטרעאל, ביי דעם הצלה דינער.
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 8:14 am
דורך איש עברי
שלום עליכם מאראנצן אוי האבן מיר זיך געבענקט נאך א פריש נארהאפטיגע שלונג פון דיינע זאפטיגע זאפט
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 8:21 am
דורך מצטמק ויפה
דער ראזינגער איז באמת א פלא פון א קינד, ער האט א קול וואס מען האט שוין לאנג נישט געהערט.
ער זינגט אפאר שטיקלעך אויף שלומי דאסקאל'ס לעצטע אלבום, הארציג 2.
אבער איך מיין עס פעלט איהם אביסעל ווארעמקייט בשעת'ן זינגען, ער לייגט אראפ א ניגון ווי כאילו נישט איהם מיינט מען, און איינע פון די מעלות פון א יונגעל וואס זינגט, איז אז זיי לייגען אריין א סארט ווארעמקייט אוו חמימות אין א ניגון, וואס ביי איהם איז עס נישט פארהאן.
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 8:52 am
דורך לאליפאפ
הדד בן בדד האט געשריבן:איך זעה ער האט אן איזראעילי ר', מאכט מיר אויסקוקן אז מען האט אים עפעס אימפארטירט פון א"י?
לכאורה איז עס נאר ביים זינגען שמע ישראל וואס ער מאכט נאך דעם ילד הפלא קאליש וויאזוי יענער זינגט דאס.
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 10:27 am
דורך פישלע העררינג
מאראנצןזאפט האט געשריבן:דא ביי אונז אין מאנטרעאל
נישט קיין וואונדער אז דו ביזט נישט געוועהן צום האַבן לעצטענס, [tag]מאראנצןזאפט[/tag]. דו ביזט פארפרוירען געווארן אין די מאנטריאלע קעלטענישן. יעצט דארפסטו צו זיין עט יור בעסט - גוט קאלט מיט שטיקעלעך אייזיגע סלאש ארומשווימען אין באטל. אזוי ווי די קינדערלעך האבן געבעטן.
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 10:29 am
דורך פישלע העררינג
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=0NOUw6knZwU[/youtube]
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 10:30 am
דורך רויטע וואנצעס
זעהט אויס [tag]מאראנצןזאפט[/tag] איז נישט דא געווען א שטיק צייט ווייל ס'האט זיך געמאכט א חשש גילוי, יעצט אבער אז ער האט זיך געצויגן נענטער צום נארט פאלל פילט ער זיך מער סעיף.
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 10:33 am
דורך לאליפאפ
ייצי ראזינגער
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 10:36 am
דורך פישלע העררינג
מיט חזן העלפגוט ביי סליחות.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=FkYB-HaWdgA[/youtube]
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 10:49 am
דורך שרייבער
ווי אלט איז דאס קינד
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 11:16 am
דורך Ben-Shishim
ער האט טאקע זייער א גיטע שטומע אבער קאלט ווי אייז, אין זייער טריקען.
איין פראגע האב איך יא, וועכע עלטערין לאזען גיין זייער יונגעל צי אזעלעכע סליחות צערעמאניעס?
מען זעהט ווי דאס קינד קיקט זיך ארום צי א נייע וועלט, מיט פרעגעדיקע אויגעלעך
אין מיינע אויגען וועט ער קיין גרויסער ת"ח נישט זיין, אויב ער וועט נאך אנהאלטען עטוואס יודושקייט
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 11:17 am
דורך דער (פינטעל) איד
לאליפאפ האט געשריבן:הדד בן בדד האט געשריבן:איך זעה ער האט אן איזראעילי ר', מאכט מיר אויסקוקן אז מען האט אים עפעס אימפארטירט פון א"י?
לכאורה איז עס נאר ביים זינגען שמע ישראל וואס ער מאכט נאך דעם ילד הפלא קאליש וויאזוי יענער זינגט דאס.
און וועם מאכט ער נאך ביי אמר רבי ישמעאל?
ער כאפט מיר אגב בכלל נישט.
ס'גיסן זיך ילדי פלאים לרחצה לעצטענס יעדער קען זיך אויסוועהלן איינס
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 11:22 am
דורך לאליפאפ
זיין הברה סאונד אביסל צו פלעטבושדיג ווען ער זינגט אידיש.
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 12:00 pm
דורך שרייבער
Ben-Shishim האט געשריבן:ער האט טאקע זייער א גיטע שטומע אבער קאלט ווי אייז, אין זייער טריקען.
איין פראגע האב איך יא, וועכע עלטערין לאזען גיין זייער יונגעל צי אזעלעכע סליחות צערעמאניעס?
מען זעהט ווי דאס קינד קיקט זיך ארום צי א נייע וועלט, מיט פרעגעדיקע אויגעלעך
אין מיינע אויגען וועט ער קיין גרויסער ת"ח נישט זיין, אויב ער וועט נאך אנהאלטען עטוואס יודושקייט
ועוד לקרא
זייער פאני צו לאזן א קינד דארט גיין, ווי אויך דארט ווי ער זינגט "תניא" מיקס מענער און פרויען
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 12:25 pm
דורך שעפטל
נאדער א קליפ/ניגון פאר כפיים
קאמפאזער און אראנדזשירט דורך: אברמי בערקאו
געזינגן בי: שלמה טויסיג
מיטן וואונדער קינד איצי ראזינגערקאווייער: ידידים קאור
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Bm8Hfs9KBgQ[/youtube]
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 5:52 pm
דורך גיבור
מאראנצןזאפט האט געשריבן: און פאקט איין אלע ילד הפלא'ס פון די לעצטע צוואנציג יאר.
צו עמית קומט ער נישט צו!
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 7:21 pm
דורך דער (פינטעל) איד
און אויך נישט צו יואל טייכמאן אדער אהרן הכהן פון לחיים שבת טישן.
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 7:24 pm
דורך מ גפני
איך בין צימישט!! הייסט ער איצי (יצחק), אדער יוצי / יוסי (יוסף)?
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 9:10 pm
דורך גלות יוד
אין מיין אפיניאן איז ער שוואכער פון אלע פריערדיגע
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 10:36 pm
דורך מצטמק ויפה
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:און אויך נישט צו יואל טייכמאן אדער אהרן הכהן פון לחיים שבת טישן.
די מיינסט אוודאי אהרן הלוי,
און אויך נישט צו דעם מייסטער קינד יהושע ארי' מאנדל!
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 10:45 pm
דורך לאליפאפ
מ גפני האט געשריבן:איך בין צימישט!! הייסט ער איצי (יצחק), אדער יוצי / יוסי (יוסף)?
ביי מיר איז יוצי מער דומה צו יצחק ווי איצי.. לכאו' הייסט ער יצחק
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 12:33 pm
דורך ברוך שאמר
לאליפאפ האט געשריבן:מ גפני האט געשריבן:איך בין צימישט!! הייסט ער איצי (יצחק), אדער יוצי / יוסי (יוסף)?
ביי מיר איז יוצי מער דומה צו יצחק ווי איצי.. לכאו' הייסט ער יצחק
ו מ א י. ב י נ י י ה ו ?