בלאט 1 פון 2

קאווע שטיבל בילדער פארמעסט

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 10:00 am
דורך איש עברי
איך מיין אז לכבוד די צוויי יאהר פייערונג פון קאווע שטיבל [אגב שוין דא א אשכול פון הצעות וויאזוי צו פראווען די געלעגנהייט?] זאל מען עפענען א פארמעסט פון בילדער וואס זענען פארעפנטליכט געווארן דא אין שטיבל
איך בעט די מגיבים זאלן נאכקומען אפאהר תנאים:

1) יעדער זאל נאר לייגן איין אדער צוויי בילדער וואס האט אים די מערסטע געכאפט
2) געבן קרעדיט פאר דעם וואס האט דאס געלייגט
3) אנגעבן א ערקלערונג פארוואס די בילד האט אים די מערסטע געכאפט

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 10:02 am
דורך ברעט מענינג
דעס האט מיר די מערסטע געכאפט

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 10:02 am
דורך לאליפאפ
וואס מיינט א בילד וואס איז פארעפנטליכט געווארן אין שטיבל?? יעדע נארישע בילד קומט אן אהער!

פארוואס זאל מיר איין בילד ספעציעל כאפן נאכן עס זעהן אויף וואטסעפפ?

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 10:03 am
דורך איש עברי
די בילד וואס איז ארויפגלייגט געווארן דורך [tag]ראשעקאל[/tag] האט מיר שטארק באנומען,
די בילד ברענגט א ראמאנטישע קוק ווינקל אויף א שטארק פארמאכטע סעקט, און די זעלבע צייט זעהט מען א חן פון א תמימות'דיג אומוויסנדיגע חתן וואס מען קען באוואונדערן אדער בענעבעכן.
אין איין ווארט א מאכטפולע בילד וואס גיבט חומר למחשבה

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 10:05 am
דורך איש עברי
ברעט מענינג האט געשריבן:דעס האט מיר די מערסטע געכאפט

מיטע זיך האלטן צו די תנאים בפתיחת האשכול

לאליפאפ האט געשריבן:וואס מיינט א בילד וואס איז פארעפנטליכט געווארן אין שטיבל?? יעדע נארישע בילד קומט אן אהער!

פארוואס זאל מיר איין בילד ספעציעל כאפן נאכן עס זעהן אויף וואטסעפפ?


א בילד וואס איז נתפרסם געווארן אין שטיבל נישט קיין חילוק די מקור, און עס האט דיך געכאפט, וועהל טאקע נישט אויס קיין נארישע, עס איז דא וואונדערבארע בילדער וואס זענען דא נתפרסן געווארן

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 10:08 am
דורך איש עברי
דער בילד איז אהערגעברענגט געווארן דורך [tag]טיטאניק[/tag]
ענדליך צו די פריערדיגע בילד זעהט מען א אידל [דוכט זיך א זוהן פונעם פאלעסטינער מיניסטער משה הירש] וואס כאפט א ספאנטאנע התלהבות פון זיין אייגענע הדרת פנים
ווידער א העכסט מענטשליכע ערשיינונג אין א מענטש וואס מיר באטראכטען אלס אימיונירט פון אזעלכע זאכן

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 10:11 am
דורך פישלע העררינג
קודם קומט קרעדיט פאר [tag]שמעקעדיג[/tag], פאר זיינע שיינע בינג בילדער. יעדעס איינער פון זיי איז חומר למחשבה. אבער איך פארשטיי אז נישט דאס מיינט דער פותח האשכול, איש עברי.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 10:12 am
דורך איש עברי
פארוואס נישט? קוק איבער און וועהל אויס איינס צוויי וואס האט דיר שטארק בארירט און זיי מסביר פארוואס...

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 10:20 pm
דורך מאראנצןזאפט
עס איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו כאפן א שמועס מיט א פאטאגראפיסט האט ער מיר ערקלערט דעם חילוק פון היימישע פאטאגראפיע ביז די אלוועלטליכע. ביי אונז זוכט מען איין זאך צו ווייזן אן עולם... דער פאטאגראפירער וואס קען ארייננעמען אין איין בילד דעם גרעסטן עולם ער איז דער העלד.
און די היימישע פאטאגראפירער ווי הלטבוסקי, רובינשטיין, יוסי גאלדבערגער, וכו' צייכענען זיך טאקע אויס דערין.
ווידער די אלגעמיינט מידיא ווען זיי באריכטן למשל א מאסן פארזאמלונג וועלן זיי אויפזוכן א בילד וואס דערציילט א געשיכטע פאר זיך, און נישט בלויז עס ווייזט איין צווייגל, צום ביישפיל אז עס איז געווען אן עולם.
הערנדיג דאס, האט אויפגעבליצט אין מיין קאפ דעם בילד וואס דער ניו יארק טיימס האט געהאט פון די עצרת דעם פארגאנגענעם זונטאג.

בילד

דאס איז איינס פון אינגאנצן צוויי בילדער וואס די טיימס האט אויסגעוועלט פאר זייער באריכט איבער דעם פראטעסט.
דער בילד ווייזט דעם גרויסן ציבור אבער פון אן אינטערסאנטן קוק ווינקל, פון אן אפגעריסענעם שטוב פון אן ארעמען חסיד מיט צעבראכענע פענסטער און אפגעשיילטע ווענט, און אן אילוזירטער פערזאן האלט מיט דעם פראטעסט לויט זיין גיסטע און געשמאק. ער איז מיט'ן ציבור אבער ער איז אליין, ער איז ארעם ווי דער נאכט אבער ער וויל נישט קיין רעפארמען, און גלייכצייטיג זעט מען א טייך פון מענטשן. אויך גיט עס דעם הרגש ווי דער פראטעסט האט איינגענומען די גאנצע שטאט, מער ווי א רעוואלט, אזש מ'האט עס געקענט מיטהאלטן פון די אייגענע ד' אמות.
דער בילד איז דאס לעצטע וואס האט געלאזט אויף מיר א רושם, און איך שפיר עס אלס פאסיג אין דעם אשכול.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 10:23 pm
דורך דער (פינטעל) איד
גוטע אבזערוואציע מאראנצן!

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 7:08 am
דורך קליגער אינגערמאן
וואס איז דאס ? ווער איז דאס ? איינער ווייסט ?



rsz_screenshot_2014-04-07-21-42-16.jpg
rsz_screenshot_2014-04-07-21-42-16.jpg (81.55 KiB) געזען געווארן 3302 מאל

rsz_screenshot_2014-04-07-21-42-06.jpg
rsz_screenshot_2014-04-07-21-42-06.jpg (228.43 KiB) געזען געווארן 3302 מאל

rsz_screenshot_2014-04-07-21-41-31.jpg
rsz_screenshot_2014-04-07-21-41-31.jpg (150.94 KiB) געזען געווארן 3302 מאל




דעי פיקטשער שטאמט פון עפעס א קליפ (וואס איך האב אויך שוין נישט)

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 7:10 am
דורך איש עברי
מען קען נישט זעהן די בילדער

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 7:31 am
דורך קליגער אינגערמאן
איש עברי האט געשריבן:מען קען נישט זעהן די בילדער

קוק יעצט

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 7:39 am
דורך רויטע וואנצעס
פון די קליפ?

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=O0C4pDqZzZM[/youtube]

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 10:33 am
דורך איך אויך
ניין עס איז פון די קליפ פון ראביי דשעיקאב המפורסם.

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 10:36 am
דורך רויטע וואנצעס
איך אויך האט געשריבן:ניין עס איז פון די קליפ פון ראביי דשעיקאב המפורסם.


נא נא לייג עס ארויף.

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 11:06 am
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:ניין עס איז פון די קליפ פון ראביי דשעיקאב המפורסם.

דו רעדסט וועגן די בילדער וואס "קליגער יונגערמאן" האט געברענגט. דאס שטאמט פון א פילם וועלכע איז אריגינאל געשפילט געווארן אויף פראנצויזיש: "Les aventures de Rabi Jacob"/"The mad adventures of Rabbi Jacob". דאס רעדט זיך איבער א געוויסן "ראביי דזשעיקאב", וועלכער איז געקומען אלס בחור פון פראנקרייך קיין ניו יארק לערנען אין א ישיבה. און ער איז אליינס געווארן א רב און אויפגעמאכט א ישיבה אויף די איסט סייד. נאך עטליכע יאר האט ער מחליט געווען צוריק צו פארן צו זיין היימשטאט, פאריז. דאס איז גאר אן אינטרעסאנטער פילם, און האט א סאך וואונדערבערע סצענעס. איינס, למשל איז, אז אויפ'ן וועיג צו קענעדי עירפארט, ווען דער ראביי דזשעיקאב איז געפארן אין א "טשעקער-קעב" איז געווארן א גרויסער טרעפיק. און דער רבי האט מורא געהאט אז ער וועט פארשפעטיגן זיין פלייט, האט ער אונטערגעיאגט דעם דרייווער. דער דרייווער האטציך אנגערופן צו איהם "וואס ווילסטו, איך זאל באווייזן א נס? (קפיצת הדרך)3. ווען ער האט דאס ארויסגעזאגט זענען זיינע תלמידים ארויסגעגאנגען און אויפגעהויבן דעם טעקסי העכער דעם גאנצן טרעפיק און עס אראפגעלייגט צו פארן צום עירפארט. ס'איז זייער אן אינטרעסנטער פילם מיט א סאך קאמעדיע. ייש"כ פאר ארויפלייגן... :? 8-) :roll: :lol: :D :) ;) :o

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 1:13 pm
דורך איך אויך
דא האסטו עס ,אין די זיבעציגער יארן איז ער געווען א פאפאלערע קאמידיען.

די עמבעדן פון יו-טוב קליפס דא איז לעצטענס געווארן א דשאב און א האלב און הערשט גייט עס נישט. געב א זוך ביי זיי פאר Rabbi Jacob y' va danser !.

זעה אויך
Mc Solaar - « Rabbi Jacob » + sous-titres

און פאר ווער עס פארשטייט אונגאריש (רעב בערל אפשר?) זעה דא א גאנצע פול לענגטה פילם פון עם ,עס קוקט אויס ווי זיין פארטס הייבט זיך אן בערך ביי די 50 מינוט מארק.

Jákob rabbi kalandjai 1973 Louis de Funes Emlékére Teljes Film

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 9:31 pm
דורך berlbalaguleh
איש עברי: מזל טוב, אדער לחיים. לכבוד דיין נייעם אוואטאר. איך ווייס נישט אויב מיין קאמענטאר באלאנגט בכלל אין דעים אשכול. בכל אופן. דו ביסט שוין מיעד געווארן פון הרב יונתן סאקס'ס צורה הקדושה? דאס האט צוגעגעבן רעספעקט. לויט דעם נייעם אימידזש וואלסטו געדארפט הייסן איש יווני. ווייל דאס שפיגלט דאך אפ א "גריעק גאד". א גריכישן אפגאט. (כנלענ"ד(. :? 8-) :lol: :roll: ;) :אומגלויבליך: :רח"ל :אומגלויבליך: :רח"ל :אומגלויבליך: :-P :מלאך :o

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 9:36 pm
דורך בארא פארקער
ווי קען מען זעהן די גאנצע מוואיפון דער ראבינע ז'עיקאב?

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 9:39 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:דא האסטו עס ,אין די זיבעציגער יארן איז ער געווען א פאפאלערע קאמידיען.

די עמבעדן פון יו-טוב קליפס דא איז לעצטענס געווארן א דשאב און א האלב און הערשט גייט עס נישט. געב א זוך ביי זיי פאר Rabbi Jacob y' va danser !.

זעה אויך
Mc Solaar - « Rabbi Jacob » + sous-titres

און פאר ווער עס פארשטייט אונגאריש (רעב בערל אפשר?) זעה דא א גאנצע פול לענגטה פילם פון עם ,עס קוקט אויס ווי זיין פארטס הייבט זיך אן בערך ביי די 50 מינוט מארק.

Jákob rabbi kalandjai 1973 Louis de Funes Emlékére Teljes Film

איך אויך: ייש"כ פאר צו ברענגען דעם מראה מקום (לינק בלע"ז) פון אונגארישן פילם. יא. איך פארשטיי מאדיאריש. אבער לפענ"ד איז דער פילם אריגינאל געווען אין פראנצויזיש. ווייל די מעשה הייבט זיך אן אין פראנקרייך. את חטאי אני מזכיר. איך האב אמאל געזען דעם גאנצן מאווי, ר"ל אין א סקרינינג זאל, בבחינת דער איד און בלאט וועלכע האבן א שם הכינוי אויף אלץ און אלעמען... :lol: :? :roll: :D ;) :o

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 9:42 pm
דורך berlbalaguleh
בארא פארקער האט געשריבן:ווי קען מען זעהן די גאנצע מוואיפון דער ראבינע ז'עיקאב?

אפשר יו.טוב.: פאר איאר צוריק האב איך געקענט זעהן אלע חלקים דערפון. אבער לעצטנס האבן זיי עס אראפגענומען. :roll: :lol: :roll: :lol: :x :P :oops: :o

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 11:28 pm
דורך קליגער אינגערמאן
אלעס פיין אין וואויל, אבער ווער איז דאס? וואס וויל ער ? סתם א לץ ? איז ער מהול ?