בלאט 1 פון 3

איך זוך ארבעט!

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 12:01 pm
דורך פישלע העררינג
איך זוך ארבעט!

איך ארבעט היינט אין א ספרים געשעפט. איך פארדין $650 א וואך. מיינע פיס טוהן שוין וויי פון שטיין אויף די פיס אזוי לאנג יעדן טאג און בעצם גארנישט טוהן. די פעמפערס/פרעשווייפס/סטרעטשיס/קריב/קערידזש/בעיביסיטטער/אייסאמיל פאר די בעיבי תחי' ציפט אראפ צו א גרויסע חלק פון דער פעי טשעק.

איך טויג אויף גארנישט באמת, אבער איך קען מיך שנעל צולערנען.

איך בין אין די אנהויב צוואנציגער יארן.

פיזיש הויך און ברייטביינערדיג געבויעט.

טיפיקעל בארא פארקער אנ-עפיליעיטעד איד.

מיינע געפילן זענען גענויגט צו בויען/קארפענטרי. דער שמעק פון האלץ מאכט מיך אין א גוטע געמוט.

איך האב אויך ליב נאמבערס, כאטש אין בין נישט קיין מאטעמאטיק דזשעני.

הצעות נאר אין אישי, ביטע.

**** ***** *****

ווער נאך עס זוכט א דזשאב, קען נוצען דעם אשכול.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 12:05 pm
דורך אפטעמיסט
דו האסט ליב דער שמעק פון האלץ, אבער מיר גרוילט דער שמעק פון פיש און כ'לייד נישט קיין גור'ע און כ'האב פיינט די נאמען בונים, סאו אנטשולדיגט מיר, אבער איך קען אייך נישט אויפנעמען ביי מיר אין ביזנעס.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 12:08 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אפטעמיסט האט געשריבן:דו האסט ליב דער שמעק פון האלץ, אבער מיר גרוילט דער שמעק פון פיש און כ'לייד נישט קיין גור'ע און כ'האב פיינט די נאמען בונים, סאו אנטשולדיגט מיר, אבער איך קען אייך נישט אויפנעמען ביי מיר אין ביזנעס.

העי מאך עס כאטש נישט אזוי ערנסט. יענער מיינט עס דאך פאר עכט

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 12:08 pm
דורך ברעט מענינג
איך האב עפעס פאר דיר אבער זייער א בעסערע ארבעט,
די מיט דיינע ארויפגעצויגענע הויזן i don't thinks all אז עס איז פאר דיר!

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 12:09 pm
דורך דער (פינטעל) איד
גם אני בחלומי :(

איך טו אביסל קאר סערוויס איך מאך לויט וויפיל קאלס איך באקום, נישט גענוג צו קענען זיך דעקן.

איך טויג אויך אויף גארנישט באמת, און איך קען זיך צולערנען, איך האב אן אייזענעם קאפ פלעגן מיין סובסעטוטערס זאגן.

איך בין אין דע שפעטע 20 יארן.

גייסטיש הויך אבער פיזיק איינגעדארט.

טיפיקעל קרית יאול'ער

מיינע געפילן זענען גענויגט צו עסן, דער שמעק פון געבאקענע זיטי לעבט מיר אויף

איך האב אויך ליב לייקס.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 12:10 pm
דורך רפאל
א דאנק פארן עפענען די אשכול.

איך זוך שרייבעריי אדער טייפן ארבעט.

הצעות נאר אין אישי, ביטע.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 12:14 pm
דורך טיטאניק
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:גם אני בחלומי :(



איך האב אויך ליב לייקס.

אז די בעטסט אזוי שיין נאדער א באנטש:
:like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like
געניג?

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 12:17 pm
דורך פישלע העררינג
נישט פארדרייען ביטע. עס איז א ערענסטע אשכול אין אחיעזר.

אויב מען האט נישט וואס מציע צו זיין, דאן רעד נישט אריין...

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 12:21 pm
דורך ברעט מענינג
בעהט נישט ווייל איך בייס נישט

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 12:26 pm
דורך סאו וואט
איך דארף א דזשאב. נאו זדשאב טו ביג, נאו דזשאב טו שמאל.

ענטינג און זא לערניג פיעלד, ראש ישיבה, משגיח, מלמד, מגיד שיעור. חברותא, טוטער, כותב, מלקט, מגיה.
ביליג, רייך און פראפעשינעל. צופרידנהייט גאראנטיט.

ביטע נאר און אישי.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 12:27 pm
דורך לאליפאפ
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:
טיפיקעל קרית יאול'ער

ניכר אויפן ספעלינג :lol: :lol:

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 12:32 pm
דורך שמעקעדיג
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:איך האב אן אייזענעם קאפ פלעגן מיין סובסעטוטערס זאגן.

אריין אין גערסע דיאנקעסע אשכול

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 12:36 pm
דורך שמעקעדיג
פישל'ע העררינג האט געשריבן:נישט פארדרייען ביטע. עס איז א ערענסטע אשכול אין אחיעזר.

אויב מען האט נישט וואס מציע צו זיין, דאן רעד נישט אריין...

כאב פארשטאנען אז ערנסטע ענטפערס איז נאר אין אישי, און דא קען מען מאכן א לעבן....
סארי..

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 12:45 pm
דורך פישלע העררינג
שמעקעדיג האט געשריבן:
פישל'ע העררינג האט געשריבן:נישט פארדרייען ביטע. עס איז א ערענסטע אשכול אין אחיעזר.

אויב מען האט נישט וואס מציע צו זיין, דאן רעד נישט אריין...

כאב פארשטאנען אז ערנסטע ענטפערס איז נאר אין אישי, און דא קען מען מאכן א לעבן....
סארי..

גערעכט. ביזט גערעכט.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 1:23 pm
דורך פליקער
רבותי היינט איז פיזיש ארבייט א זעלטענע זאך אז מען זאל מאכן דערפין שיין פרנסה, ביטע לאז איבער פאר די ערלים.

מיר אידישע קעפ ברויכן זיך פארנעמען מיט קאמפיוטער פראגרמינג, מיר האבן דאך די נויטיגע כלים

פישעלע די לייג זיך אריין און טייפסעטינג, מיר זעיען אז דארט איז דיין שורש נשמה

פון די אנדערע זייט פון האלץ ארבייט ווערט מען נישט טמא

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 1:28 pm
דורך איש עברי
למען העתיד פון קאווע שטיבל בעט מען דעם עולם נישט צו געבן קיין פול-טיים שווערע ארבעט פאר פישעלע

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 1:29 pm
דורך דער (פינטעל) איד
פליקער האט געשריבן:רבותי היינט איז פיזיש ארבייט א זעלטענע זאך אז מען זאל מאכן דערפין שיין פרנסה, ביטע לאז איבער פאר די ערלים.

א מין רעסיסט! דו ביזט נישט אויפגעקלערט! :D

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 1:30 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך זוך מנוחה. אויב איינער ווייסט פון א ליין וואס איז נאר זיעת אפיך, אן זיעת עיניך, ידיך, רגליך, אצבעותיך, אוזניך, ראשך. ביטע שיקן אין אישי.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 1:31 pm
דורך איש עברי
אגב - פאר ווער ס'גלייכט מיין סגנון - איך נעם אהן שרייב ארבעט

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 1:32 pm
דורך מ גפני
[tag]פישל'ע העררינג[/tag] און [tag]דער (פינטעל) איד[/tag] בדומה לו, איך האלט אז מיטן שרייבן
איך טויג אויף גארנישט באמת
גיבסטו גלייך א שלעכטן טעם אין מויל פאר איינעם וואס וואלט ווען אפשר געטראכט פון ענק צו עמפלויען, דער עמפלויער טראכט צו זיך "נע יענער האט א לאו סעלף עסטיעם ער האט נישט דעם ווילן און קיין טשענסעס צו וואקסן, פארוואס זאל איך אים אריינעמען??"

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 1:33 pm
דורך מאטי
איש עברי האט געשריבן:אגב - פאר ווער ס'גלייכט מיין סגנון - איך נעם אהן שרייב ארבעט

איך גלייך דאס זייער שטארק ביז ווילאנג ס'קאסט נישט קיין געלט.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 1:34 pm
דורך פישלע העררינג
מ גפני האט געשריבן:[tag]פישל'ע העררינג[/tag] און [tag]דער (פינטעל) איד[/tag] בדומה לו, איך האלט אז מיטן שרייבן
איך טויג אויף גארנישט באמת
גיבסטו גלייך א שלעכטן טעם אין מויל פאר איינעם וואס וואלט ווען אפשר געטראכט פון ענק צו עמפלויען, דער עמפלויער טראכט צו זיך "נע יענער האט א לאו סעלף עסטיעם ער האט נישט דעם ווילן און קיין טשענסעס צו וואקסן, פארוואס זאל איך אים אריינעמען??"

אמור מעט ועשה הרבה. זאל כאטש דער עמפלויער וויסן אז איך בין א איש אמת. איינער וואס אנערקענט אז ער איז ווערטלאז פאר די ארבייטער מארקעט, אבער איז פארט וויליג צו ארבעטן שווער, דער איז נישט לאו קאנפידענט. צוויי אנדערע זאכן.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 1:44 pm
דורך פליקער
ווי אזוי ביזטו געוואויער געווארן אז די טויגט אויף אויף גארנישט, מיין כלל איז איך טויג אויף אלעם, איי איך קען נישט אהער שטעלן א ריזיגע טאפ זיפ, דעיס מיינט נישט אז איך קען נישט דעיס מיינט אז איינער מיז מיר געיבן די רעסעפי.

אז איך קען נאך איצט נישט פראגראמינג מיינט נישט אז איך טויג נישט דערצי, דעיס מיינט אז איך ברויך זיך נאר אריין לייגן דערין ראשו ורבו, דערנאך וואט איר אלע געוואויער ווערן אז אין דומה לי, איך בין דער בעסטער אין די וועלט, איך פאק איין סטיוו דשאבס, אזוי ברויך א איד צי טראכטן, אויב וועט איר אזוי זיין, ווען די וועסט גיין זיכען ארבייט, וועט ארויספליסן פון דיין מאהל עטליכע מעלות, און א רמז אז וואויל וועט זיין דער וואס וועט דיך נאר אויספראבירן, ער וועט דאן האבן געווינען דעים לאטערי.

נ"ב אל תהו צדיק הרבה, ווער מיר נישט אזא איש אמת פליצלינג, ענדערש טרעפ דעים דזשאב, דאן לאז דעים בעל הבית איינזעין אליין זיינע טעותים.