בלאט 1 פון 2

פארוואס זענען מיר אזוי אימבאהאלפן?

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 4:37 pm
דורך זיניגער
דאס אימאיינגענעמער טעמה פין האיזינג האט שוין אפגעקאסט ימים מיט טינט אין פאפיר יעדער שרייבער אין צייטינג האט שוין געשריבן דערוועגן, יעדער מיט א קהלישער, רבניש, קמיונעטישער פאזיציע האט שוין געבראכן קאפ פראבירענדיג צי לעזן דאס רעטעניש ״פין ווי נעמט מען ביליג דירות פאר אחינו בני ישראל??״

גרויסע דעוועלאפערס מיט לאנגע ליסטעס פין סוקסעספולע פראדזשעקטן האבן בריטאל געפעלט מיט פרובירן אהערצישטעלן א פריש געגנט פאר אחבנ״י, יעדער פריוו האט זיך גענדיגט מיט מחלוקות, בזיונות אין בכלל א פעלער צי קענען איבערצייגן דעם ציבור צי אינוועסטן אינעם נייעם דיוועלאפמענטס אין זיך צי אהינציען.

פארשטענדליכע מענטשן קראצען זיך די מוחות ביז בלוט צי פארשטיין וואס גייט דא פאר, וואס מאכט נארמאלע זיניגע מענטשן פליצים פארלירן דאס שכל הישר אין נעמען א פריש פארפאלק אין מווארפט זיי אריין אין א גרוב פין א דירה וואס אלע יוטיליטי קאמפעניס דארפן האבן די נומער שלאס כדי צי קענען ציקימען צי די מיטערס וואס ליגט אין די ביהכ׳ס פינעם הויז, אין מבאצאלט דערפאר אסאך מער ווי דאס גאנצער איינקנופט פינעם פארפאלק?

מיטלגאטיגע פארדינער לייען זיך ציזאם איטליכע הינדרעט טויזענט טולער אין נעמען זיך אינטער צי צאלן מארגעדזשעס וואס קומט אויס מער ווי א דריי פערטלעך פין זייער פארדינסטן אין לאזן זיך אריין אין שווערע חובות אן איבערלאזענדיג קיין שום שאנס צי קענען עטוואס אוועקלייגען פאר א רעגענדיג טאג, אדער חתונה מאכן א קינד אא״וו, אלעס כדי צי קענען צאלן קרוב צי א מיליון דולר פאר א הויז אין ברוקלין.

וואס אזוינס איז געשעהן מיט א קאמיוניטי פין נארמאלע מענטשן? וואספארא מין רוח האט אינז באנימען מיט אזא אכזריות אין לאט נישט צי קיין שום לייזונג? ווער איז שילדיג די לענדלארס? רבנים? קהילות? די עשירים? ווער??

רבותי, די סיבה וואס האט אינז געברענגט צי די מצב איז נישט איינס, סאיז א קאמבינאציע פין אסאך זאכן וואס האט גורם געווען סיי יקרות אין דירות, אין סיי אינז געמאכט פאר געבינדענע אינוואלידן וואס קענען זיך בשום אופן זיך נישט העלפן.

כדי צי מסביר זיין לאמיר ציריק גיין צוויי דורות ציריק ווען אינזערע זיידעס זענען געקימען קיין אמעריקע פאר זעכציג יאר ציריק האט דאס שיף געאנקערט ביים בארטן פין נ״י סיטי אין על פי רוב זענען אימיגראנטן אפגעווארט געווארן ביי אגענטן פין לענדלארס אין פין פאבריקן זיי האבן געהאלפן די פרישע אימיגראנטן זיך צעטלען אין דעם געגנט, סאיז געווען זה נהנה וזה נהנה, דער אגענט האט באקימען קאמישאן דער אמיגראנט האט באקימען א ביליגער דירה אין דער פאבריק א ביליגער ארבעטער וואס האט נאכנישט געהאט קיינע השגות.

די שטאט איז אלעמאל געווען א שטארקע מארקעט פאר רענטאלס ציליב די אימיגראנטן וואס האבן אדער נישט געהאט קיין געלט צי קויפן אדער ציליב נאר טיילווייז זיך וועלן באזעצן אין די סיטי אין זיי האבן געפלאנט אלטימעטלי זיך צי באזעצן אין אפסטעיט אדער אין אנדערע שטעט אין דארט וועלן זיי קויפן א הויז.

שכירות האט א לענדלאר קיינמאל נישט געטרויט זיך צי נעמען מער ווי א וואך געהאלט ווייל ער האט פשוט נישט באקימען מער, גערעסערע אין שענערע דירות אין בעסערע געגענטער האט געקאסט מער רענט אבער פארשטייט זיך אז די וואס האבן דאס געדינגען האבן אויך נאר באצאלט איין וואך געהאלט דערפאר, אין נאר ווייל זיי זענען געווען בעסערע פארדינער האבן זיי זיך דאס ערלויבט בדרך כלל האט קיין שום מענטש נישט געוואלט צאלן מער ווי א וואך געהאלט פאר רענט, די זעלבע האט א לענדלאר נישט געוואלט ארויסגעבן א דירה פאר קיינעם נאר אויב דער טענענט קען אוויפווייזען אז איין וואך געהאלט צאלט א חודש רענט.

מענטשן האבן אין יענע צייטן געהאט גרויס רעספעקט פארן דולר, אמעריקע איז נארוואס ארויסגעקימען פין א טיפער רעסעסיע, אין אימיגראנטן זענען אנטלאפן פין לענדער ווי זיי זענען געפלאגט געווארן מיט שווערע דחקות אין נוט, דעריבער האבן מענטשן נאר געקויפט זאכן וואס איז געווען דאס ביליגסטע מעגליך אין נאר געקויפט זאכן וואס מהאט זיך נישט געקענט באגיין אנדעם, אין די זעלבע צייט האט מען אוועקגעביגלט יעדעס דולר, מענטשן פין יענעם דור האבן זיך אוועקגעלייגט געניג געלט אין האבן אינוועסטירט אין שטארקע מארקעטס אין על פי רוב האבן זיי אלע אליינס חתונה געמאכט די קינדער, טיי אווענטס איז געווען מיוחד פאר רבנים פין קליינע בתי מדרשים סהאט נישט עקזעסטירט אזא זאך פין א טיי אווענט פאר א איד וואס ארבעט (נאר אין אויסנאמס פעלער אז סהאט זיך געמאכט א קרענק רח״ל) אווי אויך האבן די אידן רעטייערט מיט א שיין ביסל מזומן וואס סאיז נאך איבערגעבליבן די והותר פאר די קינדער לאחר מאה ועשרים.

צי קענען פארשטיין ווי ווייט קאנסערוועטיוו אינזערע זיידעס זענען געווען מיט זייער געלט איז כדי צי קיקען אויף די פרייז צי קויפן א הויז אין די 1950s יארן איז געווען בערך זיבן טויזענט דולר, א נארמאלע פארדינער האט אין יענער צייט פארדינט בערך דריי טויזענט דולר א יאר, דאס מיינט אז מיט דריי יאר געהאלט האט מען געקענט קויפן א הויז, אין מענטשן האבן דעמאלט געזיצן אויף קעש פין בערך צען טויזענט דולר, זיי וואלטן בלי ספוק געקענט קויפן הייזער אן קיין מארטגעידש אבער פינדעסוועגן דאך האבן זיי זיך דאס נישט ערלויבט.

א קאר האט נאר געהאט דער וואס האט דאס געמיזט האבן פאר פרנסה אדער א גאר גרויסער גביר, מהאט נישט גענימען קיין ליעס אדער פיינענס, אז מהאט געהאט א קאר האט מען געקויפט אן אלטן אפגעניצטן אויטא אין שוין.

צייטן האבן זיך ליידער שטארק געטוישט, צוויי דורות שפעטער אין געלט איז געווארן א דזשאוק יעדעס פעפערל האט היינט דאס נייעסטער מאדעל קאר די בעסטע טייערסטע פאון, נישטא א יונגערמאן וואס פארמאגט נישט קיין סעלפאון נישט קיין חיליק אין וואספארא חובות מזינקט יעדער האט אין מיז פארמאגן אלעס וואס יענער האט, נישטא מער קיין רעספעקט פאר געלט.

די זעלבע איז מיט די זימער קאנטרי, געווען אידן האבן אויפגעהערט גיין ווען די בעלי בתים פין די קאלאניס האבן געהויבן די פרייז פין דריי הינדרעט צי פינעף הינדרעט דולר, מאיז געבליבן אינדערהיים, די וואס זענען יא געגאנגן האבן נישט געדינגען קיין קאר, מהאט זיך ציזאמגעשטיפט מיט חבירים אין איין סטעשאן וואגען, מהאט געלאזט דאס פרעסדיזש אין מאנהעטען אין מאיז געזיצן פאר דריי שעה ווי א נער אויסגעדרייט פארשעמט אינעם פארקערטן ריכטונג.

עטץ זאלטץ נישט ברוגז זיין פארוואס איך בים אזוי מעריך מיט דאס ״אמאל״ עס איז וויכטיג צי פארשטיין דעם קאנטראסט פין אמאל ביז היינט.

מיר זענען ציביסלעך געווארן מער אין מער עדיקטעט צי וועלן זיין איינגעטימער פין אלע אינזערע באדערפענישן נישט קיין חיליק וואס עס נעמט דאס צי באקימען, געלט איז נישט קיין פראבלעם, מוועט בארגען, גיין נאך געלט, מאכן טיי אווענטס, אנזעצן קרעיט קארדס, אזוי ווייט איז שוין דער עדיקשאן אז מירהעלפן די וואס זענען שוין געפאלן קרבן צי די עדיקשאן אנציהאלטן דאס זעלבס-חורבנישן לעבנסשטייגער מיר מאכן זיכער יעדער זינקט איין ציזאמען אינעם גריב, סזאל קיינער חלילה נישט פעלן..

דאס קינד האט חתונה בש״ט ער טאר חלילה נישט וואינען מיט פארניטשער וואס קימט פין מעסיס אדער אייקיע ער מיז קימען פין אטאליע אדער פראנקרייך, סמיז זיין געמאכט מיט די האנט פינעם טישלער (Handmade) חלילה נישט ניצן קיינע מאשינען, (דרילערס זענען נאר געמאכט פאר די סוכה) דאס טיש פינעם דיינונג רום מיז פארנעמען רוב פלאץ פינעם אזוי אויך קליינטשיג דירהלע, אין דאס וואג פינעם טיש מיז זיין אזוינס אז מדארף ציזאמריפן דאס גאנצע משפחה מיט די שוואגערס ציזאמען דאס צי קענען א ריר טוהן פין פלאץ.

דער בעט מיז האבן א בעקספלעש וואס זאל זעצן צים שכן׳ס וואנט אריין אין אויפוועקן דעם מידן כולל יונגערמאן ביים יעדן דריי וואס מגיט.

א רחמנות איז צי קיקען אויף די אימגליקליכע מאווינג קאמפעניס וואס דארפן דאס שלעפן יעדע פאר חדשים צי אן אנדערע דירה נאכדעם וואס די לענדלארד ווארפט ארויס די פאר פאלק פין די דירה וויבאלד דאס דריי חדשים ליעס איז אפגעלאפן, דע דרייסיג יעריגע פעסטגעבויטע רוסישע גבורים זענען קיין שום מעטש צי די שווערע טשייניק קלאזעט וואס מהאט דעם קאפעל געצווינגן אריינלייגן די קענדי דישעס וואס די מימעס אין דריטע קאזינז האבן אזוי גיטהארציג דרשה געשאנקן צי די גליקליכע פארפאלק וואס וועלן דאס ניצן איינמאל אין צוואנציג יאר ווען באבי וועט קימען באזיכן נאכדעם וואס די קאפל וועט האבן קונא שביתה געווען ביי אן עמטליך דירה, ווי נישט ווי מברויך דאך האבן א פלאץ ווי צי לייגן די אלע העכערן מיט בשמים האלטערס נעפקין האלטערס אין אוודאי די צען טויזענט דולרדיגע מנורה אויף וואס הינדרעטער מענטשן האבן זיך אנגעגעסן מיט סעסעמי טשיקן ביים טיי אווענט דער מחותן זאל פינקט ווי יעדעם קענען שיקן פארן זיסן חתן דאס מנורה דער קליינער כלהס ברידער האט דאך געמאכט אזא שיינער פויעם דערפאר.

אזוי זעהן מיר אויס היינט, סאיז ליידער א ביטער געלעכטער צי אבאכטען צי וואספארא נעבעכדיג מצב מיר האבן זיך דערקייקעלט.

דער דעת נשים האט גובר געווען, מיר זענען אמעריקאניזירט געווארן צי א מדריגה ווי דאס שפריך ווארט פין "ladies first" איז נישט נאר שולט בחיצון נאר אויך בפנימיות, דאס פרוי טראכט מיט אימאשאנס אין ניצט דאס צי מאכן באשליסן, עס איז זיי געלינגען זיך גובר זיין אויף די מענערישע מהלך המחשבה אז די מענער זאלן מאכן נאר אזוינע באשליסן וואס טוהט זיי ציפרידן שטעלן.

למשל פינאנציעלע באשליסן באלאנגט געווענליך פארן מאן א פרוי ברויך זיך מבטל זיין פארן באשליס וואס דער מאן מאכט בנוגיע עקנאמישע ענינים, למעשה זענען היינטיגע מענער טרענירט געווארן צי מאכן נאר אזוינע באשליסן וואס דאס פרוי זיינע וועט גלייכן, די פרוי גלייכט ווען די טאכטער אדער זוהן אירע וואינט לעבן איר, פאר איר איז נישט קיין נפקה מינה וואס דאס קאסט, זי ווייסט איין זאך ״my daughter is going to live next to me" דער מאן וויל דאס אויך זייער שטארק אבער ער וואלט ווען גענימען אין באטראכט דאס עקאנאמישער מצב אין געמאכט א שכל הישרדיגער באשלוס, אבער דא קומט דאס פרוי אין מאכט אן היסטעריע ער איז דאך נישט בעל הבית זיין תפקיד איז צי שפריצן געלט עד כלות מנעמט נישטאמאל אין באטראכט וואס ער מירמעלט זיך דארט אינטער די נאז..

קיין רעספעקט פאר געלט איז נישטא, די פרויען זענען בעל הבית, יעדער מיז האבן אין טוהן אלעס וואס יענער טוהט, קיינער וויל נישט זיין א ״נעב״ די לענדלארדס אין דעוועלאפערס זענען נישט משוגה, זיי קענען נישט קימען צי זיך ווי גיט דער מצב האט זיך אויסגעשטעלט פאר זיי, די פרויערישער ציבור באגיסט זיי מיט געלט, ווען א אלטער איד שטארבט ל״ע דער גוף איז נאך ווארעם, סליגט נאך די שמיציגע טעלערס אין סונק, אין די משפחה פארהאנדעלט שוין מיט פאטענציאלע קאסטומערס פארן נארוואס ליידיג געווארענע דורה, ער קימט צי לויפן מיט זעק אנגעפילט מיט קעש, וואס זאל ער טוהן זיין ווייב פארלאנגט די קינדער מיזן וואוינען ווייטסטענס דריי בלאק פין איר נישט מער.

דער אינגערמאן וואס ארבעט פין זיבענע ציפרי ביז אכטע באנאכט, אווערטיים, חגאות, חול מעוד, גייט נישט אין קאנטרי אא״וו, דער לענדלארד זיינע קען נישט קימען צי זיך פין גליקליכקייט אנהייב חודש ווען דער קרבן זיינער דערלאנגט אים אהין דאס גאנטצער וועידזש זיינע ער דאנקט דעם רבוש״ע האט אין ציגעשיקט אזא פיינער טענענט באצאלט אזוי ערליך, נעבעך דער אינגערמאן,פרישטאג עסט ער אין ראדני אינטען ביי די שטיבלאך, סאיז בחינם, נאכטמאל עסט ער שריים אין איין מאל א וואך ערלויבט ער זיך מקויפט טשיקן בייליק, ער לויפט צי יעדען כולל ערב ובוקר ווי ער פארדינט נאך א הינדרעטער א וואך מיט א טרופ איינמאל א יאר צי מקומות הקדושים ארים וויליאמסבורג, אבער דער לענדלארד זיינער איז א גרויסער בעל צדקה..

דער אינגערמאן בעהט זיך ביים ווייב לאמיר מאפן ארויס פין שטאט, אפשר מאנסי אדער ק״י סקאסט דארט מיט טויזענט דולר ביליגער אין ער באקימט א גרעסערע דירה מיט א לאנגע ליעס אין מדארף נישט וואנדערן מיט די שווערע איטאליש מעבל יעדע דריי חדשים צי אן אנדערע לעכל, זי וויל אבער נישט, זי זאגט אז דארט איז זייער בארונג, סאיז זייער שטיל סאיז נישט לעבעדיג, זי וויל וואינען לעבן אירע מאמע מיט אירע געשוויסטער וואס זי זעהט איינמאל יידע צוויי וואכן, זי האט זייער ליעב גיי שאפונג אריבער די ברידש מיט די טרעין, לי עוויניו איז אויכנישט אוועקצימאכן ארפאציוואקן פין איין עק צים אנדערן מיטן הערליכן שפאגעל נייעם באגעבא וועגאלע, ווער וועט קיקן אויף איר גאגעבא אין די וועלדער פין מאנסי?

ווי נאך איז דא אזא גאס ווי לי עוויניו? אזא לעבהאפטיג פלאץ אזש סשטיפן זיך טויזענטער אויטא׳ס א גאנצן ליבן טאג הארגענען זיך איין אויטא מיטן צווייטן, יעדער כאפט זיך אריין אין פארענט פין קאר פאר זיך מווערט פליצים דארט פארוואנדעלט א מין מטורף, נארמאלע מענטשן ווערן מאמענטאל גרייט דארט אויף שפוכות דמים מיטן היט אנגעטוהן, מרייסט ארויס איינער פינעם אנדערן טייערע וויכטיגע חלקים פינעם קאר, יעדער וויל אנקימען קיין פלאשינג פארן צווייטן סאיז א רעיס ווער סקען שנעלער אנקימען, שחורים, רוסקיס, אזיאנע, פוילישע, מעקסיקאנע, קאר סערוויס דרייווער, נישט קיין נפקא מינה, ווי נאר מקומט אן אויף לי עוויניו הייבט זיך אן א רעשיג געפילדער א כעאס, דער רחמנות איז אייביג דער בארא פארקער באס, ער איז נעבעך אייביג דער שעיר לעזאזל בלייבט ער שטיין האלב שיעף ער פאפט ער ליארעמט קיינער הערט נישט גארנישט, ער איז פארלוירן אין א ים פין מיני ווענס אין סיטי באסעס וואס יעדער פראבירט אריינשטיפן זיין קאר פאראויס, אלע האבן זיי ביים זייט זיצן א פרוי זי רעדט אויפן טעלפוין זי האט קיין אהנינג פין דעם געפילדער ארים איר אין אז איר מאן פירט יעצט אן אקטיווער מלחמה.

עס איז א נייער קולטור, דער ציל איז צי בלענדן מיט יעדען, א גרויס דגוש נישט צי זיין אנדערש, מיט א געמאסטענער פינקליכקייט, דער שייטל, דאס קלייד, די שיך, די פאקעט-בוק אלעס מיז בלענדן, די אויסנעמער ווערן שפעטער געוואר דאס פאטאלען טעות זיי האבן געמאכט מיטן טוהן אנדערש פין דעת הקהל, זיי האבן נישט געדארפט גיין מיט סניקערס אויף לי עוויניו, סניקערס גייען נאר באבעס אין עלטערע מידלעידזש, יעצט וויל זיך קיינער נישט משדך זיין מיט זייער טאפ מיידל, טא בעד נעקסט טיים גיי מיט לעדערנע שיך, סאיז נישט באקוועם? מאך אביסל מיט, וואס יעדער מאכט מיט, סאפער אביסל פאר די מאדעס וועט זיך יעדער רייסן זיך משדך זיין מיט דיר.

קיינער וויל נישט זיין קיין אויסנאם אין גיין וואינען א גאנץ יאר מיט ליטווישע גוים אין סאיט פאלסבורג, ער וועט זיך נישט קענען משדך זיין מיט פריעדמאן פין בעדפארד גארדינס, ווער דארף עמיצן וואס ווי א נעבעך וואינט ער א גאנץ יאר אליינס אפסטעיט, ער איז דאך דארפיש, וואס וועט די גאס זאגן, אלעס איז דאך פארן שידיך, דער הויכפונקט פין זיין לעבן ווען ער ווערט רעקאגנייזט פאר זיין אינוועסטמענט אין זיין פינקט ווי יעדען, אלע פלאגעניש,ווילדע נארישע געלט אויסגעבערייען צי בלענדען, ווערט יעצט אפיציעל אנערקענט.

אפגערעדט, יעדער ווייסט אז די היינטיגע נארוואס פארפארטיגטע אכצען יעריגע בחורים אין מיידלעך זיינען ווייט פין פארפארטיגט מברויך זיי נאך אסאך פארוויגלען ביז זיי זענען אמאציאנעל פעהיג צי וועלן אנפאנגן אן ערנסט שטוב, די מיידלעך לויפן צי די מאמע יעדע פינעף מיניט די פרישע יונגעלייט האבן קיין השגה וואס זיי ווילן אין לעבן, זיי זענען נארוואס פריש ארויס פין זייער ישיביש תפיסה סהאט זיך זיי געפנט דאס וועלט, אלעס וואס איז געווען חס מלהזכיר שטייט יעצט גרייט אלעס בעט זיך עלי ינוח הצדיק ראשי, מיטן חתונה פעיקעידזש איז אויך מיטגעקימען דאס נייעסטער סמארטפאן, מיט א נייער אייפעד, א לעפטאפ מיט ווייערלעס 4g אינטערנעט, דער מציון פין ישובה איז צעווילדעוועט ער האט קיין שום ערפארונג וויאזוי זיך אימציגיין מיט די נייע וועלט וואס האט זיך נארוואס געפנט פאר זיינע אויגן, די פרוי זיינע ארבעט אגאנצן טאג כדי איר learning boy זאל קענען לערנען ריהיגערהייט, זי גרייט אים אן פרישטאג מיט א פרוכט פאר לאנטש למעשה זיצט ער אפ אינדערהיים ביז שפעט אין באלנזשעט אינעם עולם התוהי, די פרוי זיינע זעהט אז אלעס הערט אים אויף צי אינטערעסירן, ער איז אויף צען וואטסעפ גרופס ער קען זיך נישט איבערקימען ווי גיט סגייט אים, דאס ווייבלס עלטערן זעהן אויף איר זי שמייכעלט עפעס נישט ווען זיי קימען אויף נאכטמאל זיצן זיי שטיל, מהייסט זיי גיין צים מערעידזש קאונסלער, די פרוי ווארט שוין א קינד מפראבירט דאס בעסטע, משיקט דעם אינגערמאן ארבעטן אבער ער איז שוין א פארטיגער דאס פליצימדיגע עפענינג פינעם וועלטליך סצענע האט אויף אים געהאט א שטארקע השפעה, אוועק איז געגאנגען זיין נאוויטעט, זיין תמימות נישטא מער ער האט יעצט נייע היראס ער האט קשיות אויף אמינה סוועט אים נעמען יארן ציריק ארויפציגיין אויף גיטע שטארקע רעלסן אין בויען א גיט שטוב.

סאיז קיין סוד אז די אלע וואס זענען עוסק אין שלום בית זענען אויסערגעווענליך פארנימען מיט קעיסעס, אלע שרייען אז קינדער זענען היינט נאכנישט גרייט צי חתונה האבן אפילו ביי די 22, די עלטערן פילען דאס, זיי ווילן טאקע ציליב דעם די קינדער זאלן וואינען לעבן זיי, זיי ווילן זעהן די קינדער אפאר מאל א וואך אין שבתים, זיי ווילן קענען מיטהאלטן פין די נאנט די מצבים פין די נייע פארפאלק, זיי ווילן זיך פרייען מיט זייערע קינדערס גיטע שלום בית אין די זעלבע פארקערט, זיי ווילן קענען אבזערווירן אויב די מצב טויג נישט.

אין אנדערע שיכטן אין קרייזן ווי די קינדער האבן חתונה ביי די 25 אין ארויף זענען די נייער פארפאלק אסאך מיר אפהענגיג פין די עלטערן אין האבן די פרייהייט פין קאנטראלירן וויאזוי זיי ווילן חתונה האבן, ווי צי וואינען, וואספארא מעבל צי האבן אא״וו

געווענליך מאכן די נייע פארפאלק געניטע שכליותדיגע באשליסן, צימאל הייבן זיי אן זייער לעבן אין אן אנדערע שטאט ווי סאיז ביליגער דאס לעבן דעריבער איז דא צימאל דאס מעגליכקייט אז דער מאן אדער פרוי האבן איטליכע יאר פאר זיך אן קיין גרויסע דעגות פרנסה אין קענען זיך אין די צייט גיין לערנען א פאך.

א מער הייקעלע נושא איז האבן קינדער.

ליידער מער מאל ווי נישט מאכט זיך א פארפאלק האט חתונה אין נאך אפאר וואכן אדער חדשים כאפט איינעם אן דאס קדחת אין לויפט אהיים, נאכן פראבירן אלעס מיט פסיכיאטערס, רבנים, אא״וו אין עס העלפט נישט מהייבט אן מיטן גט, דאס ווייבל אבער ווארט שוין א קינד, יעצט איז אזוי, קודם כל איז דאס ערך פינעם פרוי געשניטן געווארן אויף האלב, אויב וואלט זי זיך גגעט פארן ווארטן דאס קינד וואלט זי זיך געקענט קלויבן פין הינדרעט שדיכים קען זי יעצט נאר זיך קלויבן פין פיפציג, יעצט הייבט מען אן טארבעצן דעם אינגערמאן ער זאל זיך אפזאגן פינעם קינד, ווייל ווי נישט ווי האט ער דאס נאכנישט געזעהן ער האט נישט קיין געפילן דערצי.

פרעגט זיך א קשיא, ווען אזוינס געשעהט אמאל אמאל דא דארט מהיכי תיתה, דערווייל אבער איז אין לך יום שקללתה.. דרייען זיך ארים יונגע ווייבער מיט לעבעדיגע יתומים, קינדער דרייען זיך ארים אן זייער עכטע טאטע, מלאט דאס טאטע נישט צי צים קינד, אבער אז מזאל חלילה זאגן איינער פאר פרויען זיי זאלן זיך פראטעקטאן נישט צי ווארטן אויף א קינד ביז די פארפאלק פילט עטוואס פארזיכערט מיט זייער ציקנופט, דאס נישט? אויף קברים גראבן איז יעדער דא יעדער רב אין רבי האט שוין ארויסגעגעבן א קול קורא דערוועגן, וואס טוהט זיך מיט די לעבעדיגע יתומים? אויף זיי דארף מען זיך נישט אימקיקן?

מקען שרייבן פאר טעג אין נעכט, דאס ענין איז ברייט פארצווייגט, איך טרעף מיך אליינס בלאנדשען צווישן אזויפיל נושא׳ס.

אין קארצען אלעס איז פארצווייגט איינס מיטן צווייטן מקען נאר זיך ארויסזעהן אויב מפארעכט אלעס אבער דאס איז אן אימעגליכקייט, עב זענען דא יחידים וואס האבן מצליח געווען זיך ארויסצירייסן פינעם זומפ אין זיך אריבערגעפאלנצט ערגצוועס ווי אין זענען מער נישט ציגעבינדן צים עגל הזהב, ליידער איז דאס די אייינציגסטער וועג זיך צי העלפן ועשית הישר והטוב, קיינער אין איך זאג איבער קיינער קען נישט אין וועט נישט העלפן פירן צי א בעסערונג צי די שרעקליכע מצב אין וואס מיר געפינען זיך.

חסידות קהילות זענען נישט באליבט מיטן פאקט אז אפאר הינדרעט מענטשן טיילן זיך אפ פינעם מקור אין משפאצירט זיך אפ ערגעץ ווי צווישן די בערג, זיי דארפן נישט די איבעריגע ציגעקימענע קאפ וויי, יא זיי וועלן דריקן אין די צייטינג רעשנדע ארטיקלען אבער דאס איז אויבערפלעליך, אינטערן טיש ווילן זיי פארזיכערען אז דאס נייער שטעטל וועט זיין א גאראנטירטע באזע פאר די קאמפאני, מוועט אין פאקט האבן בעל הביתשאפט אויף די נארוואס ציגעקימענע נכסים אין אויב נישט איז עס נישט אינטערעסאנט.

אידן אין וויליאמסבורג זענען געוואינט אלעס ווערט געטוהן פאר זיי דורך פארשידענע ארגאניזאציעס ווי למשל UJO ODA אא״וו
מענטשן זענען שוין יארן געספויעלט אין פארצעלטעלט, מענטשן זענען געווארן אויס פעהיג צי טוהן דאס עטוואס מינימום פאר זיך אליינס, דאס איז א קאמבינאציע פין פויעלקייט, באקוועליכקייט, ווייבערישקייט.

אלע ארגאניזאציעס פין וואס מיר געניסן (הצלה, חברים, שומרים, ביקור חולים, חסד, אא״וו ) זענען געמאכט געווארן מיט גאר גיטע כוונות סדאכט זיך מיר וואלטן נישט געקענט עקזעסטירן אן זיי (וויאזוי די גוים יא פארשטיי איך נישט) די unintended consequence איז אז מיר זענען געוואינט געווארן צי לעבן מיט שמשים וואלענטירן וואס געבן זיך אפ מיט אינז על כל צרה שלא תבוא, אויב דער טייער איז נידעריג פרייען זיך מען וואלענטירן עס אנציפילן פאר אייך, הינדרעטער אינגעלייט רייסן זיך צי ווערן מעמבערס אין די הצלה ארגעניזאציע ממש מניצט פראטעקציעס מיט זיידעס אין באבעס, אז א מעמבער איז ל״ע נפטר רייסן זיך די קינדער צי איבער נעמען די יוניט נומער ממש כדי להמית.

דאס אלעס איז אן אויסערגעווענליכע ברכה, אבער זענען מיר עדיקטעט געווארן דערצי! מקען שוין ממש נישט לעבן אן דעם.

עס זענען דא אויסוואלן אין באשליסן וואס מענטשן מאכן אדער מאכן נישט וואס זיי אליינס ווייסן נישט אלע סיבות פארוואס זיי מאכן אזא באשלוס יא צי טוהן א זאך אדער נישט, רוב פינעם באשלוס ליגט אינעם סאבקאנטשוס (subconscious) חלק פינעם מחשבה ער ווערט נאר געוואיר זיין אינערליכע מחשבה ווען עמיצער קלערט אים אויף אין דעמאלטס כאפט ער זיך אז דאס איז טאקע די סובה פין זיינע באשליסן.

די זעלבע זאך איז ביי אינז דא, רוב מענטשן ווען מפרעגט זיי קענען זיי נישט אנווייזן אויף א סיבה פארוואס זיי ווילן זיך נישט העלפן דורך טוהן צי די זאך אין נאר מאכן באשליסן וואס עס איז אין בעסטן אינטערעסט פאר זיי אין זייער קינדער,פינאנציעל גערעדט.


רוב ציבור מיטשעט זיך זייער צי פארשטיין פארוואס מיר זענען סטאק דא סרירט זיך נישט, זיי ווארטן בכליון עניים עמיצער פין די אלע רבנים אין ארגעניזאציעס וואס קימען צי פליען מיט איין קאל זאלן שוין קימען זיי העלפן, ליידער ענפערט קיינער נישט דעם קאלל
ווייל אין די מצב אין וואס מיר האבן זיך אליין אריינגעלייגט איז קיינער נישט שילדיג נאר אינז אליינס אין נאר יעדער יחיד קען זיך אליינס העלפן קיינער וועט דיך נישט העלפן.

ליידער בלייבן רוב מיטמאכענישן פין מענטשן אין שטרענגן געהיים, א גרויס חלק פינעם ציבור לעבט אינטער א פאלשן פארזיכערונג אז אלעס איז צויבער שיין, סאיז נישטא קיין שטודיעס ביים היימישן ציבור אויף אינזער שלום בית אדער אויף אינזער היימישער עקנאמיע אויף געזינט אין נערווען פראבלעמען, קינדער פראבלעמען, חינוך, ערליכקייט, אא״וו אלעס איז א געהיימער סוד, סאיז נישטא קיין survey's אויף גארנישט, אינז זעמיר בלינד, די אינפארמאציע איז קריטיש וויכטיג אין ווען מיר וואלטן וועם געהאט די אלע אינפארמאציע וואלט מענטשן געמאכט באשליסן גאר אנדערש.

למשל ווען א טערעפיסט וואלט וועם געלאזט דריקן מודעות אז זעכציג פראצענט פין מענטשן וואס וואינען אין צישטיפטע קליינע הייזער אינטערן קאלעח אויוון האבן קינדער מיט לערנען דיסעביליטיס וואלטן וועם מענטשן געכאפט זייער האב אין גיטס אין געמאכט פליטה, ווען מענטשן זאלן וויסן פאר א פאקט אז דרייסיג פראצענט נייע פארפעלקער ברויכן ציקימען צי שלום בית טערעפי אין די גרעסטע סיבה דערצי וואלט מען וועם געמאכט אן אינפארמירטע באשלוס אויב דער סיבה איז וועגן דאס פארפאלק איז געווען צי יונג חתונה האבן אין זיינען נישט גרייט געווען דערצי, נארמאלע מענטשן וואלטן וועם פארלאנגט ישיבות צי מאכן די נויטיגע טויש צי האלטן די בחורים לענגער אין ישובה אין זיי מחנך זיין בעסער אויף די פראבלעמען וואס די טערעפיסטס זאגן ספעלט פין די בחורים.

דער עולם ברויך ארויסגיין פינעם באלאן אין זיך גיט אימקיקן אין נישט לעבן אין א אלאזיע אז אלעס איז גיט, יעדע נאכט איז דאך דא חתנות ממילה מיז זיין אז דער קאפל האט ווי צי וואוינען, אין אז מהערט נישט אזויסאך פין גיטין ממילה מיז זיין אז אלעס איז פיין אין גיט, אין נאך אזעלעכע נארישע חלומות, ווער עס וויל זאל אדרבה כאפן א שמיעס מיט מחנכים, טערעפיסטס, שלום בית עקספערטן, אין זיי וועלן זיך מחיה זיין אייך צי זאגן דעם ריינעם אמת.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 4:50 pm
דורך פישלע העררינג
געוואלדיג! דערמאנט פון [tag]פרישער[/tag] ז"ל.

ברענגסט עס גוט ארויס.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 4:52 pm
דורך ברסלבער
אזויפיל צרות ישראל צוזאמגעווארפן אין איין תגובה. ה' ירחם.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 4:53 pm
דורך פאטעטא טשיפס
נישט געהאט קיין צייט צו אדורכלייענען די גאנצע זאך, האב איך עס דעריבער קאפּירט אריין אין ווארד דאקומענט.

קוקט אויס ווי דער פרישער ניק רעדט צום זאך... :like :o

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 4:56 pm
דורך רחב רחב
לויט די דורכשנילכע פרנסות וואס דער עולם האט זענען זיי נישט פינאנציעליסטיש בארעכטיגט צו וואוינען אין אזא טייערע פלאץ ווי ברוקלין.
דער איינציגסטע זאך וואס האלט אפ דעם קראך איז סעקשן 8.
והחכם עיניו בראשו.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 5:01 pm
דורך ברסלבער
רחב רחב האט געשריבן:דער איינציגסטע זאך וואס האלט אפ דעם קראך איז סעקשן 8.

סעקשאן אכט האט שוין לאנג עקספייערט, שוין עטליכע יאר וואס עס איז נישטא צו באקומען.
דאס איז אויך איינע פון די סיבות וואס האבן ארויפגעטריבן די פרייזן פון דירות אזוי הויך. קודם האט מען זיך ערלויבט צו בעטן אסאך רענט ווייל דער טענענט האט דאך סייווי דעם אכטער, און יעצט ווען דאס האט שוין עקספייערט איז אבער די פרייזן ווייטער געבליבן הויך, און ווערט נאך העכער.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 5:38 pm
דורך רחב רחב
איך רעד נישט פון נייע אפליקאנטען וואס איז זייער ווייניג.
איך רעד פון די טויזענטר משפחות וואס באגניגען זיך שוין דערפון.
זיי האלטן אינטער די דעם געגענט.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 10:22 pm
דורך petergrifin
איך האב עטליכע חברים װאס זענען שוין געגאנגען אויף הײזער און דירות אין מאנסי, און זענען גרײט צו מופען אבער זײ קענען נישט געפינען קײן חדר/סקול פאר די קינדער! ס׳איז גארנישט ״ראנג״ מיט די עלטערן אדער קינדער נאר פשוט אײנער האט רחמנות און זאגט אפען אונז האבן נישט קײן פלאץ און די אנדערע נאכן מאכן מיטינגן ושבע חקירות ודרישות בלײבט עס בײ מיר װעלן אײך לאזן װיסן און עטליכע װאכן ארום.

האט איר נאך עפעס װאס מ׳קען צולײגען אויף די לאנגע ליסטע פון אידישע צרות.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 11:06 pm
דורך אליצפן
געוואלדיגער שטיקל! איינס פון די סאמע בעסטע ארטיקלן וואס כ'האב נאר אמאל געליינט אויף ק''ש.
די שאלה בלייבט נאר יעצט, ווי ענדיגט זיך דאס? יעדער נאכט איז דא צענדליגע חתונות קעניינעהרע, און דירות איז ממש נישט דא. פשוט נישט דא. א משפחה קרוב מיינע זוכט יעצט א דירה שוין דריי חדשים און עס איז נישטא צו באקומען. יעדער דירה וואס מען גייט אנקוקען, איז שוין דא דארט 100 אנדערע מענטשן (בלי גוזמה) וואס בעטן זיך ביים לענדלארד אז זיי מוזן האבן דער דירה! מיין קרוב האט אפילו געזען אמאל ווי איינער גייט צו צום לענדלארד אןן זאגט אים בשתיקה "איך געב דיר 2300 דאלער א חודש אנשטאט 2000, אבער סיין שוין קאנטראקט".
בקיצור דער מצב איז ביטער ווי א זית, און עס זעט זיך נישט אן וויאזוי עס וועט נעמען אן עק.

נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 12:31 am
דורך פליקער
פארוואס זענען.מיר אזוי דיזי נאכן ליינען דעי תגובה.

נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 1:33 am
דורך שמעקעדיג
זיניגער דאס איז דאך בעסער פון גוט, אויב מען קען זאגן גוט אויף אידישע צרות. עיני עיני יורדה מים על שבר בת עמי.

נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 8:36 am
דורך מצטמק ויפה
[tag]פישל'ע העררינג[/tag] איך מיין עס איז א שאד צו ווארטען נאך א האלבע חודש פאר די פרישע קאווע בלעטער, נעם צוזאם די ארטיקעל, און אויך [tag]מאראנצןזאפט[/tag]'ס ארטיקעל פון שבת אחים ( פארשטייט זיך נאר ברשותו כפי תקנות המקום ) און עס וועט זיין א קנאק, זאלן אנדערע אויך הנאה האבן און זיך עפנען אביסעל די אויגן.

נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 9:05 am
דורך [NAMELESS]
WOW!! גאר שטארקע ארטיקעל.

נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 10:07 am
דורך שרייבער
ברסלבער האט געשריבן:אזויפיל צרות ישראל צוזאמגעווארפן אין איין תגובה. ה' ירחם.

נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 1:34 pm
דורך פישלע העררינג
מצטמק ויפה האט געשריבן:[tag]פישל'ע העררינג[/tag] איך מיין עס איז א שאד צו ווארטען נאך א האלבע חודש פאר די פרישע קאווע בלעטער, נעם צוזאם די ארטיקעל, און אויך [tag]מאראנצןזאפט[/tag]'ס ארטיקעל...


זעהסט מיין פראבלעם, און פארוואס איך זוך א נייע דזשאב?

איך האב געווידמעט צאל-לאזע שעות אויסצושטעלן די קאווע בלעטער, און קוים א קארגע 24 ניקס האבן צוגעווארפן א רמז אז זיי זענען עס מכיר טוב. ווידעראום [tag]מאראנצןזאפט[/tag] האט אריינגעלייגט צאל-לאזע שעות צו נאכפארשען און שרייבן זיין ארטיקל, און בנשימה אחת האבן 56 ניקס ארויסגעוויזן א רמז אז זיי זענען עס מכיר טוב. עד כאן הנמשל.

דער משל איז, עס קען א יונגערמאן ארבעטן ווי א פערד און שטיין אויף די פיס כולא יומא פאר א נישטיגע מינימום וועידזש, בו בזמן ובעידן אחת וואס זיינס א חבר זיצט מיט א טעלער יאפטשיק און קאוילסלאו מיט די פיס אויפ'ן דעסק און מאכט א אלף'ל א טאג.

#איטסנאטפיער

נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 2:40 pm
דורך שמעקעדיג
האט איימיצער אן עצה צו דעם פראבלעם? אדער מיר גייען ביטערן און קלאגן ביז משיח'ס טאג?

די אלע פראבלעמען פון איבערצאלן פאר פיצעלע דירות א הון רב, און קויפן די טייערסטע קארס און באגעבא'ס און טעכנאלאגישע כלים איז גורם א שרעקליכע תוצאה. דהיינו: נישטא קיין טראפ ישוב הדעת אינעם מענטשנ'ס קאפ.

איך האב שוין געשריבן דערוועגן אין א אנדערע אשכול. אונז ווילן זיין די בעסטע טאטע פאר די קינדער. מיר ווילן זיין בעסער ווי די אייגענע עלטערן! זיך אפגעבן מיט די קינדער מיט געדולד, ליבשאפט, אויפמערקזאמקייט, פארהערן פון חדר/סקול, גיין מיט זיי שפאצירן אין א פארק.. מיר ווילן אויך זיין געטרייע מענער פאר די ווייבער. אויסהערן זייער הארץ, ספענדן צייט מיט זיי, צוהעלפן מיט זייער ארבעט אינדערהיים, זיי ארבעטן דאך זיך איבער 24/7, א.א.וו.

למעשה בלייבט מען מיט א גוטן רצון. די שווערע ארבעט, די שווערע דאגות, די אווערטיים שעות, די פאון קאלס פון די בעלי חובות, איז מען ביזי אראונד די קלאק, נישטא קיין צייט צו אטעמען, מען ארבעט "מצאת החמה עד צאת הנשמה", קוים וואס מען קען זיין א איד פאר זיך, עס איז 'בנפשו' יביא לחמו, דער דאווענען קוקט אויס ווי... לאמיר בעסער נישט רעדן, קוים א שיעור ווי מען דרימלט איין, אפילו שבת קודש שלאפט מען איין ביי די סעודה, נישטא קיין צייט פאר אביסל רוחניות, חשבון הנפש, פאר שימו לב אל הנשמה. מען איז אויסגעדראשן, ווי יענער האט געזאגט: נישט דער וועלט און נישט יענע וועלט.

יא, דאס איז א תוצאה פון אונזער שווערע ארבעט. פון זיין כסדר ביזי מאכן נאך אפאר דאלער צו קאווערן די לוקסוס (אנדערע רופן עס די "מינימום"....). עס איז א גלות פון עבודת הפרך, רובם כולם מוטשען זיך מיט געזונט פרנסה נחת, און מען האט נישט די פאר מינוט צו מאכן אביסעלע התבודדות, ווי בין איך? 'אייכה"???

איז טאקע נישטא קיין עצה, רבותי? האם תמנו לגווע?

נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 11:30 pm
דורך איחוד פעלד
פישל'ע העררינג האט געשריבן:
מצטמק ויפה האט געשריבן:[tag]פישל'ע העררינג[/tag] איך מיין עס איז א שאד צו ווארטען נאך א האלבע חודש פאר די פרישע קאווע בלעטער, נעם צוזאם די ארטיקעל, און אויך [tag]מאראנצןזאפט[/tag]'ס ארטיקעל...


זעהסט מיין פראבלעם, און פארוואס איך זוך א נייע דזשאב?

איך האב געווידמעט צאל-לאזע שעות אויסצושטעלן די קאווע בלעטער, און קוים א קארגע 24 ניקס האבן צוגעווארפן א רמז אז זיי זענען עס מכיר טוב. ווידעראום [tag]מאראנצןזאפט[/tag] האט אריינגעלייגט צאל-לאזע שעות צו נאכפארשען און שרייבן זיין ארטיקל, און בנשימה אחת האבן 56 ניקס ארויסגעוויזן א רמז אז זיי זענען עס מכיר טוב. עד כאן הנמשל.

דער משל איז, עס קען א יונגערמאן ארבעטן ווי א פערד און שטיין אויף די פיס כולא יומא פאר א נישטיגע מינימום וועידזש, בו בזמן ובעידן אחת וואס זיינס א חבר זיצט מיט א טעלער יאפטשיק און קאוילסלאו מיט די פיס אויפ'ן דעסק און מאכט א אלף'ל א טאג.

#איטסנאטפיער


מיינסט אוודאי צו זאגען דער נמשל איז.

און אוודאי ביסטו גערעכט, מען מאכט געלט לויט דער צורך דער דעמאנד בלע"ז פין דער חפץ, נישט וויפיל צייט מען האט אריין געלייגט אין דעם.

אבער צו וויסען וועלכע חפץ צו מאכען, צו דעם דארף מען היבש מזל, און מער שכל, און אסאך אסאך פלאנירען.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 12:38 am
דורך קאווע טרינקער
שמעקעדיג האט געשריבן:זיניגער דאס איז דאך בעסער פון גוט, אויב מען קען זאגן גוט אויף אידישע צרות. עיני עיני יורדה מים על שבר בת עמי.

גם אני מצטרף, ניכרים דברי אמת.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 11:39 pm
דורך venus
So you found a good Guinea pig ziniger, blame the women! Gasp! They want to live next to their parents, They don't want to move out! How stupid and shortsighted of them!

You know Where the real shortsightedness is? How far removed you are from the situations our women are in.

LET THEM DRIVE!!!

If you take away their mobility, of course They won't want to be far from family and friends. Yeshivish girls, even very young ones have no problem moving away BECAUSE THEY DRIVE! In my opinion, the biggest obstacle in us moving out is women driving. If you don't have mobility, you can't move out of town.

Furthermore, the way our social structure is set up makes it much harder for women to find their place in a new social setting. Men go to shul every day, meet people and there are vacht nachts and shulem zuchers to socialize and meet people. Women don't have any structure to socailize this way. There's no place for them to meet new people besides their immediate neighbors who They wait for the buses together. So this also makes it much harder for them to move out.

So next time you want to place such blame on a large segment of people, first have a hard look at what obstacles you or society has been placing in front of them.

נשלח: פרייטאג מערץ 07, 2014 12:37 am
דורך מאטי
פארשטיי איך אזוי: ווענוס שרייט אויף די וואס באשולדיגן די פרויען "פארוואס שפילסטו די בלעים געים? ווייל פרויען זענען אמבאהאלפן? דאס איז נישט זייער שולד, דאס זענען די מענער שולדיג. איר כאפט די איראניע? סך הכל שפילן ביידע די בלעים געים , די חילוק איז נאר וועם צו בלעימן. איך זאג! סטאפ די בלעים געים ס'איז קיינער נישט שולדיג, ווער ס'וויל זאל מופן, ווער ס'וויל זאל דרייוון , א פרוי וואס כאפט נישט אז אויב דער מאן קען נישט באצאלן א מיליון טאלער פאר א סיטי דירה דארף מופן צו א ביליגערע פלאץ, האט אן אינדעווידועל פראבלעם פון נישט קענען איבערקומען ריזן איבער עמאציע. ס'האט גארנישט מיטן שעשנו כרצונו צוטאן.
די זעלבע איז פארקערט.
אגב. אין מאנסי לעיקוואד איז דרייוון אסאך א קלענערער טאבאא ווי אין די סיטי. פארשטיי איך נישט פארוואס דאס נישט קענען דרייוון איז א סבה נישט צו מופן.

נשלח: פרייטאג מערץ 07, 2014 1:14 am
דורך פליקער
ווען מאנסי האט זיך געבויעט האבן ריבא דריבא פרויען געדרייווט, איך געדעינק נאך ווי די גאר חשובה פרויען און מאנסי האבן געדרייווט, אפילו אויב היינט גלייכן זיי נישט אויב איינער געדעינקט נאך בכלל דערפין, אבער היינט ציטאגס די אינגערע דור אין מאנסי קענען נישט געפינען קיין חדרים אדער סקולס אויב דרייווען זיי,

גריידע ברויך מען שוין טאקע נישט קיין קאר דארט זיך אימציגיין, מאנסי איז שוין געניג שטארק אז די גראסעריקס שיקן ארים באסעס אויף פיקען דעים עולם צי גיין צים שאפינג מאהל, אבער אנהייבן א שטעיטל איז טאקע מורה'דיג שווער אויב בלייבט די פרוי און א תפיסה ביז ווילאנג דער מאן קומט אהיים איר ארים נעמען שאפינג,

איך בין געוועין און א אידיש מאדערן געיגענט, איך טראכט צי מיר פארוואס קימען נישט דא די חסידים, ביז איך טראכט גיט אריין זעי איך אז אלע ליטפיצעס דרייוון, צים גראסערי וואס איז פינף מיניט מיט א קאר, אבער וואקן בכלל נישט מעיגלעך, על כן איז נישט מעיגלעך צי וואוינען אויב מען דרייווט נישט, בלייב מיר דאן דא ביז משיח'ס טאג ווארשיינדלעך

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 12:46 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב נישט געהאט קיין געדולד צו ליינען די גאנצע ארטיקעל, אבער ווי איך בין אנגעקומען האב איך א פאר הערות.
דאס באשולדיגען די ווייבער האב איך מעורר געווען דא אבער דער עצה דערצו, לדעתי, איז שיקען די ווייבער ארבעטען. פון ליידיגייען קומט אסאך פראבלעמען, און היינט אז יעדע האט מאשינען און גויטעס צו טוהן אלס, איז די איבעריגע צייט א לאסט וואס מ'איז נאר פטור מיט טאג און נאכט סעיל"ס און רעטירנ"ס וכדו'. טאמער זיי וואלטען גע'ארבעט וואלטען זיי פארשטאנען די חשיבות פון א דאללאר און נישט געפאטשקעט אויף נערישקייטען. אויכ'ט וואלטען זיי פארשטאנען וואס מיינט דער מאן ווען ער רעדט פון אן עקאנאמישען חשבון און זי וואלט געקענט מיטהאלטען דער שמועס און מחליט זיין מיט אביסל שכל (אוודאי א ווייבערישע'ן אבער כאטש מיט אביסל וויסענשאפט).
דאס מישען אלע פראבלעמען צוזאמען איז, לדעתי, אויך נישט אזוי קלוג. אפשר ווען מ'וואלט געוואוינט לעבען די עלטערען די ערשט פאר יאר און דערנאך ווען מ'דארף זוכען ארבעט, זאל מען אויך זוכען אוואו צו וואוינען. איך וואוין אין לעיקוואוד און איך האב גערעדט מיט א חבר פון קרית יואל. ער האט געזען דער הויז וואס איך דינג - דריי שלאף צימערען, א גרויסע דיינינג צימער און נאך א גרויסע צימער פאר שפילען, עסן אין מיט'ן וואך וכדו', אנדערהאלבען ביה"כ, א ליידיגע בעיסמענ"ט און א שטיקל קרקע ארום פאר קינדער צו שפילען. דאס קאסט מיר $1000 א חודש. דער מענטש האט נישט געקענט קומען צו זיך. "אזוי פיל ביליגער ווי קרית יואל אפילו" אמת, דאס איז נישט קיין אונגארישע שטוב און איך האב נישט די אלע מעיבעל. איך שלאף אויף א high-riser פון 39' און איך האב נישט קיין טשיינ"ע קלאזע"ט און אויך נישט קיין טייערע מנורה. איך קוק ביים מגילה ליינען אין א חומש און א פסח סדר פיהר איך מיט א פלאכען טעלער פאר'ן קערה. אבער טראץ אלע חילוקים צווישען מיין לעבען און א דורכשניטליכער חסידיש'ער לעבען, קען מען נישט אנטלויפען פון דעם אז יעדער יונגערמאן קען היינט, ממש היינט, קומען קיין לעיקוואוד. ס'איז דא מוסדות, געשעפטען א.א.וו.. אוודאי דארף מען נאך עצות, ווייל לעיקוואוד האט גענוג וואוקס פון ליטווישער אז באלד וועט זיך עס אויסלאזען, אבער עכ"פ פאר היינט איז דאס אן עצה.
איך בעט נאכאמאל, טאמער איינער קען שרייבען א קלארע'ן manifesto וויאזוי צו גרינדען א נייער שטעטעל, שרייבען שטאטוטען וויאזוי מ'קען עס מאכען און פארמיידען די פראבלעמען פון היינט, אויפשטעלען א געזעלשאפט מיט א ווייטער בליק, און ארויפגעלייגט אויף ק"ש, וואלט מען געקענט, ברוב דעות, ארויסברענגען א קלארער פלאן פאר סייוועלכע קלוגע מענטש אויסצופיהרען. ס'וואלט געווען א טריט נענטער צו א ישועה.

נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 8:30 pm
דורך town1
אונז זענען אזוי אומבאהאלפן ווייל כמעט קיינער וויל זיך נישט העלפן יעדער איינער וויל וואוינען צודריקט און בלייבן צוקוועטשט און כמעט יעדער וויל בלייבן וואוינען אין די סיטי, פארשטייש זיך אז די וועסט עס פון כמעט קיינער נישט אפן ארויסהערן אבער ליידער איז דאס די מציאות, פון מענטשן וועסטו הערן אזאלעכע טענות ווי
קוק בלומיגבערג סוואן לעיק און לאק שעלדריק האט זיך נישט אויסגעארבעט!!
די אלע לענדלארס זענען שולדיג!!
מאנסי, קרית יואל איז נישט פאר מיך!!
מיין ווייב וויל נישט מופן!!!
אבער די מציאות איז ליידער אז כמעט קיינער וויל נישט מופן אויף יעדעם איינעם האט מען טענות א חוץ אויף זיך אליין!