ראדיקאלע עקסטרעמיזם אין צווישן די עקסטרעמיסטן
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 9:24 pm
ראדיקאלע עקסטרעמיזם אין צווישן די עקסטרעמיסטן.
ס׳איז ליידער נישט קיין סוד, אז עס זענען דא אזעלכע אידן וואס זענען מזרע ישראל, אבער זיי רופן זיך ״סעקולארע אידן״ דאס הייסט, זיי זענען אומ-רעליגיעז רח״ל.
אבער דאקעגן זענען דא זייער אסאך אידן וועלכע האלטן זיך שטארק רעליגיעז, אנגעהויבן מיט די באקאנטע רעפארמער מובמענט, וועלכע פראטיקצירן מער ווייניגער אלע אידישע געזעצן, זיי גלייבן אין גאט, און ליבן איהם, כאטש זיי קוקן נישט אן די אידישע הלכה, אלס א אנזאג וואס ווארפט א חיוב אויף יעדן איינציגן יחיד, נאר מער ווי א עצה טובה. (אזוי ווי מיר קוקן אויף א מוסר ספר).
אזוי אויך די ריקאנסטראקטיוו מובמענט (reconstruction Judaism), וועלכע איז מער פרומער פון די רעפארמער, מיטן מקיים זיין מער מצוות, כאטש וואס אין גלויבונג זענען זיי נאך אסאך שוואכער. (עד כדי כך, אז עס איז נישט קיין סתירה צו זיין א אידישער אטעאיסט און זיין ריקאנסטראקטיוו).
ווידער, זענען דא אידן וואס זענען אומ-צופרידן מיט די אלע רעפארמס, זיי זענען נישט מסכים צו טוישן די פרינציפן פון די רעליגיע, און זיי זענען מער שטרענג, ווען עס קומט צו יסודי הדת, און דערפאר האבן זיי זוכה געווען טאקע צו באקומען דעם נאמען ״קאנסערוועטיוון״ וואס מיינט אין ענגליש אז זיי האלטן זיך נענטער צו די רעליגיע/טראדיצע.
זיי האלטן אז די הלכה איז די באזיס פונעם אידיש׳ן רעליגיע, אבער זעלבסט פארשטענדליך אז עס דארף זיין צוגעשטעלט צו די היינטיגע סטאנדארטן, זיי וועלן זיך ארומ-שפילן מיט די הלכה, אבער זיי וועלן עס נישט טוישן בשום פנים ואופן.
צו זיי, איז דא די באקאנטע ארטאדאקסישע מובמענט, וועלכע איז זייער עקסטרעם, זיי האלטן אז מ׳דארף בלייבן אזוי ווי די צייטן וואס די ספרי הלכה זענען געשריבן געווארן, און זיך האלטן געטריי דערצו, אן טוישן קיין שום זיז כלשהו.
א גרויסע טייל פון די ארטאדאקסישע מובמענט, רופן זיך ״מאדערנע ארטאדאקסן״, וואס דאס מיינט, אז כאטש זיי רוקן זיך נישט אוועק פון די הלכה, וועלן זיי זיין פלעקסיבל, און נישט אלעמאל אנ-נעמען דווקא די מערסטע חומרא׳דיגע שיטה.
אבער אן אנדערע טייל דערפון, זענען אלטרא ארטאדאקס, וואס זיי נעמען מערסטנס אן די חומרא׳דיגע שיטות, און זיי וועלן שטארק מחמיר זיין צו יוצא זיין אלע שיטות מיט אלע הידורים.
און דאן זענען דא די חסידים, וואס זענען געווענליך נאך מער פרום ווי די הלכה פאדערט, און זיי לייגן צו אייגענע מנהגים און טראדיציעס. (א שטייגער ווי ליובאוויטש און נאך).
און צווישן זיי קענען מיר געפונען עטליכע פרומע חסידות׳ן, וואס זיי האלטן זיך זייער אפגעזונדערט פון די דרויסנדיגע וועלט. (א שטייגער ווי וויז׳ניץ, בעלז, און נאך).
און דערנאך זענען דא מער עקסטרעמיסטישע חסידות׳ן (סאטמער געשטימט), וואס זענען זייער שטארק קעגן יעדער וואס טראכט נישט פונקט אזוי ווי זיי, און לייגן ארויף סטעיטמענטס אויף יעדע איינציגע מהלך המחשבה אנדערש פון זיי.
צווישן די עקסטרעמיסטן, געפונען מיר אזעלכע וואס זענען מער אפן צו הערן אן אנדערע מיינונג. (א שטייגער ווי דושינסקיא וכדומה).
אבער אנדערע וואס זענען זייער שטארק אנטקעגן איינער וואס האלט נישט ממש אזוי ווי זיי, אבער זענען כאטש נישט אנטקעגן די וועלכע זענען נישט אנטקעגן די וואס האלטן נישט ממש אזוי ווי זיי. (…).
און דערנאך זענען דא אזעלכע וואס זענען אויכעט אנטקעגן די וואס זענען נישט אנטקעגן די וועלכע זענען נישט אנטקעגן די וואס האלטן נישט ממש אזוי ווי זיי, אבער זענען כאטש נישט אנטקעגן די וואס זענען נישט אנטקעגן די וועלכע זענען נישט אנטקעגן די וועלכע זענען נישט אנטקעגן די וואס האלטן נישט ממש אזוי ווי זיי. (…).
נו. מיין שאלה איז יעצט, צו עס קומט אמאל צו אן אפשטעל, אדער עס איז ממש ענדלאז?