מבשר בחסד עליון!

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

מבשר בחסד עליון!

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

קאדעק פערפעקט טאטש; קויפן קויפט מען ביי קויפמאנס; א סעיל אויף רמב"ן פרענקל (לאך נישט, דער מענטש האט קיינמאל קיין רמב"ם פרענקל נישט געעפענט); און ארעמע חסיד'ישע נייעס צוויי מאל א טאג, אט אזוי האט זיך קול מבשר געגרינדעט.

נישט די זעכצן ספרים וואס קאווע טרינקער האט געטראפן אויף אוצר החכמה, און נישט יוסי פראמאוויטשעס אלבום מיט ניגונים פון שלום עזרי, כ'רעדט פון קווווול מעעעבאאאאאאאאאאאאשייייייייייר.

אגב, דער נאמען 'קול מבשר' איז כלל נישט אינספירירט געווארן פון די הושענות.

עס איז א ווערטער-שפיל אויף... 'כל מבשר צעטלעך געקלעבט'...

יא, פרעגט זלמנ'ען אליין, ווען ער איז געווען א קינד פלעגט ער הענגען פלאקאטן אין קעלער מיט א נאכגעמאכטן זיגל פון כל מבשר, און דער נאמען האט ער אדאפטירט פאר זיין האטליין.

זלמן איז געווען א שנוק פון 19 יאר, א פרישער שנה ראשונה יונגערמאן, א פרייער פויגל וואס זארגט געווענליך אויף גארנישט, ווען עס איז אים איינגעפאלן א זשוק אין קאפ, אבער ממש א זשוק, אז ער קען קאפירן דעם 'קול דודי דופק' האטליין, און עפענען אן אינפארמאציע ליניע, נישט חלומ'ענדיג ווי ווייטגרייכנד זיין אינציאטיווע וועט זיין.

פאקטיש געגרינדעט האט זיך עס – אומגעפער זומער צייט תשס"ה -- אין... בעיסוואטער!

זיין שווער האט געהאט אן אומבאנוצטע דירה אין בעיסוואוטער, האט ער גענוצט יענעם ליין פאר זיין האטליין.

ס'האט דאך געקאסט אפאר צענט אזא אונטערנעמונג, און ווער מיינט עטס האט פינאנצירט זיין אינוועסטמענט? טאקע דער וואס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין זיין גרעסטער קאסטומער, דער בענעפיט עקספערט! -- וועלכער איז אגב אויך זיין טאטע... (עס. ענד דאבליו. קלינערס לשעבר).

הקיצור, ער האט געדארפט האבן אפאר טאלער פאר לאגיסטיקס, האט ער געבארגט 4 אלפים פון זיין טאטן און ער האט געעפענט זיין נייעם ביזנעס: חי, חי, קול מבשר. פאני, א היימישער יונגערמאן זאגט נייעס אויף א האטליין.

זיין משפחה האט געוואלט איינזינקען!

משוגע געווארן, ער האט נישט וואס צו טון. זאל ער גיין ארבעטן האבן זיי געשריגן... ווער בעט אים זיצן אין כולל.
זיין פעטער, ממשפחת הנגידים לבית קאהן פון מאנטרעאל האט אים אפילו געאפפערט צו באצאלן די געבארגטע פיר אלפים, און דערצו אנגעטראגן צו געבן אן אפיס זשאב, אלעס אבי ער זאל פארמאכן זיין נארישן האטליין.
זלמן האט אבער געהאט א וויזיע וואס האט אים נישט געגרייזט.

*

יואל זלמן ווידער איז דער אנפירער פון קול מבשר.

א וויליאמסבורגער סאטמארער יונגערמאן מיט א פלאכן ביבער היט און שווארצליכן בארד, א מתפלל אין גאלאנטער ביהמ"ד.

זיין פאטער האבן מיר שוין דערמאנט (בן הרה"ח ר' חיים לייב ווידער ע"ה). ער איז א ברודער מיט דעם זינגער ר' אברהם שמואל ווידער, דער ארויסגעבער פון דער קאסעטע 'לעבעדיגער חסיד'ישער צווייטער טאנץ', און א פלימעניק פון ר' שמואל ווידער, דער רעדאקטער פון 'דער בלאט' -- אן ארוניש-גענויגטע טאבלויד-סטיל וועכנטליכע צייטונגס-אויסגאבע.

(שמואל האט אגב פרובירט צו דינען אלס שטעל-פארטרעטער איין פרייטאג צופרי ווען זלמן איז אויפגעשטאנען געפערליך פארקילט, און ס'איז געווען... צרות! למעשה האט זלמן אן ערנסטע פראבלעם, ער האט נישט 'קיינעם' וואס קען אים איבערנעמען. ער מאכט טאקע זיכער קיינמאל נישט צו זיין פארקילט...).

ממעלליו איז ער א תלמיד פון דער בורשטינער ישיבה. און פון הגה"צ מוואדרידזש שליט"א, המכונה יצחק לעבאוויטש, פאר וועמען ער איז געטריי אלס רחמנות אויס, דערמאנט אים ווען אימער, ווי דער טרינק טיש יעדן פורים אין וויליאמסבורג, און ספאנסערט זיין יערליכע מלוה מלכה יעדן מוצאי שבת נחמו.

אויפ'ן אויסערליכן בליק, זעט זיך אויס ווי מ'רעדט דא פון סך הכל נאך א טיפישער בתוך עמי אנוכי יושבת'דיגער אנשי שלומינו יונגערמאן, אזא פויליש-פארעווע סעמי-סאטמארער טיפ, וועלכער שיקט די קינדער און תפארת בנות און אין קראסנא.

און ער איז די מערכת, די רעדאקציע אויף נומער 9#.

*

איך האב אביסל דעם הרגש אז דער ארטיקל ווערט געשריבן אויפ'ן נישט ריכטיגן ארט, אפשר אייוועלט וואלט געווען מער צוגעפאסט דערפאר... א טייל עולם דא גלייב איך וועט בכלל נישט פארשטיין לעומקו ולרחבו פון וואס איך רעד. ווארום, ס'איז זייער שווער מסביר צו זיין פאר איינעם מיט צוטריט צום ברייטן געוועב, וואס קול מבשר מיינט פאר איינעם אן צוטריט צום געוועב. פאר אזעלכע אידן ווי אונזער געפילטע פיש, מיט א קלוגן טעלעפאן און ג'וגל א'לס א' פ'ריינט, האט זלמן גארנישט (כמעט) וואס צו אפפערן (גראדע האט ער זיך מיט דעם קליענטעל אויך אן עצה געגעבן, ער האט די טרעפיק באריכטן יעדן זומער...).

אבער דערנאך איז דא דער כולל יונגערמאן, (אדער אזעלכע גוטע קעפ ווי מאראנצןזאפט וואס קען זשאגלען ביידע...) מיט זיין פליפ-טעלעפאן, ער האט קול מבשר אויף ספיד-דייל (געווענליך נומער #5 -- נאך הצלה, אשת חיל און מאמי), ער רופט אן ערך פון 8 ביז 25 מאל א טאג. קול מבשר איז זיין אלטערנאטיווע פאר'ן גאנצן געוועב, אנגעהויבן פון געזיכט-העפט, בלויע-פייגלעך, און געענדיגט ביי וואס-איז-ארויפפ. ער איז א קול מבשר אדדיקט!

דער בחור אין ישיבה, דער אוכל-ואינו-עושה-בעיבי-בומער, די כלי קודש מחנכים ומנהלים, רבנים אדמורי"ם ומוצי"ם, און די חשוב'ע נשים צדקניות, פון דעם שיכט פון פאלק האט קול מבשר אויפגעבויעט א שטארקע באזע פון צענדליגער טויזנטער אריינרופער, וואס זענען עפ"י רוב געשוואוירענע חסידים און פארהערער.

פון א פרימיטיוון האטליין, איז קול מבשר אויסגעוואקסן אלס דער וואס דאמינירט אלס כמעט אויסשליסליכער מידיא קוואל פאר א באדייטנדער טייל פון דער חרדי'שער געזעלשאפט. (די טעלעפאן קאמפאני האט אים שוין לאנג געוואלט אראפווארפן, ווייל עמיצער מיט מער פון פערציג טויזנט צוהערער טעגליך! גייט געווענליך אריבער בראודקעסטן אויף די ראדיא).

צו האבן א שטיקל אידעא איבער וויפיל קול מבשר צוהערער עס זענען פארהאנען, איז כדאי צו ציטירן א האר אויפשטעלנדע אנקעטע פון אייוועלט: א שטוינענדע צוויי און פופציג פראצענט פון די אנטיילנעמער האבן אנגעגעבן, אז זיי הערן קול מבשר מינימום איינמאל א טאג, און אכט פראצענט פארציילן אז זיי זענען ממש אדיקטעט. דא רעדט מען פון ארבעטס יונגעלייט עפ"י רוב, אקטיווע אינטערנעט באנוצער מיט ניקים אויף אייוועלט. עס איז באמת שאקירנד, און געוויס זענען די פראצענטן פיל העכער ווען מ'נעמט אריין אנדערע שיכטן פון די וואס האבן נישט קיין אינטערנעט.

*

ס'איז שוין יארע (קרעדיט: מצליח) 2014, און אכשר דרא בומט אין פולן קראפט ווי קיינמאל בעפאר. דער שטערן איז שוין לאנג חזיר טריפה ווי די עבודה זרה, און קול מבשר האט מען שוין אויך פרובירט אומצואווארפן מיט פאשקעווילן. ר' איצא גליק בכבודו ובעצמו האט אליין אנגעקלינגען זלמנ'ען מיט א בקשה ער זאל פארמאכן זיין האטליין. ווען זלמן האט אים געפרעגט פארוואס? האט ער אים געענטפערט אז ער איז שוין צו גרויס... זלמן האט אים צוריקגעפרעגט: מיט וואס בין איך אנדערש ווי דער איד און דער בלאט?! און ווען זלמן האט אים געזאגט אז יוסי געשטעטענער איז עס היינט גרייט אפצוקויפן, האט זיך דער שמועס געענדיגט.

ווען ר' חיים יאנקל רובין האט אמאל ביי א דרשה געזאגט א ווארט קעגן קול מבשר, האט מען יענע גאנצע וואך געהערט, ציעשנובער רב קומט און ציעשנובער רב גייט... זלמן פארשטיין צו זיינע קליענטן...

רבי הלל וויינבערגער האט בכוח תורתו אפגעשריבן א בירור הלכה בנוגע קול מבשר, געדרוקט אינעם באבובער קובץ עץ חיים. זוכנדיג בחורין ובסדקין פאר עפעס א זאכליכער טענה, והנה און נון, געטראפן א פראבלעם, ער מעלדט בשורות רעות, ער דעקט נפטרים.

איי דער איד און דער בלאט? דא קומט אריין דער כאפ פון דער תשובה, זיי זענען בכתב און דאס איז שוין א שאלה אויב כתיבה איז כדיבור, אבער קול מבשר איז דאך בעל פה.

דער בלוט דרוק איז מיר ארויף זעענדיג די תשובה, כאילו א רעקארדינג איז בעל פה, פון היינט און ווייטער צינדט איך אן א קאסעטע פון א מגילה ליינען און יוצא געווען... אויב איינער איז א מבשר בשורות רעות זענען עס די צייטונגען וואס דעקן סתם נפטרים צו פארקויפן מער עותקים ביי די בני המשפחה, ומשא"כ קול מבשר וואס מעלדט סך הכל איין לויות, ויש בזה משום יקרא דשכבי ויקרא דחי.

אבער, נחמתני, מיין בלוט דרוק איז שוין צוריק אין ארדענונג נאכ'ן באגעגענען נאך א תשובה פון כבוד הרב הנ"ל, מיט א בירור הלכה... קעגן ארטסקרול! מיט נימוקים שונים ומשונים כמעייל פולא בקופא דמחתא.

כאטש וואס ביי אנדערע ווערט ארטסקרול פאררעכנט אלס א חלק פון דער הבטחה פון חז"ל שלא תשתכח תורה מישראל, נו, כבר היה לעולמים אז ס'זאל זיין חילוקי דעות צווישן גדולי ישראל, און נישט אלע האבן אנגענומען מיט דער שיטה הק' אז הגאון פאר הדור רבי פישל'ע הערשקאוויטש ה' יאריך ימיו בנעימים האט א דין מילך קעסטל...

*

פארשטייסטו מיר, נאר באבי מעג ליינען דעם דעילי ניוס, זיידי מעג אבאנירן פאר'ן זונטאג'דיגן וואל סטריט זשורנאל, דער שווער מיט'ן מזרח זיץ מעג הערן די ראדיא אין בית הכבוד, און 'איך' טאר חלילה נישט הערן דעם סולת נקי''דיגן קול מבשר.

נישט אלע וועלן מודה זיין, אבער למעשה קלער איך אז קול מבשר געניסט שוין היינט צוטאגס פון אן אומאפיציעלער אינדראסירונג און אנערקענונג אפילו פון די הייליגע, אזא מלאך רע בעל כרחו'דיגן שאקל מיט'ן קאפ וואס איז צום פארדאנקען זיין עקסטרעם הויכן ניווא וואס ער האלט אן, אז מ'קען אים נישט סתם אזוי אונטעררייסן במחי יד.

הרב הגאון רבי משה שטערנבוך; רבי גבריאל ציננער; רבי משה מנחם ווייס; רבי בנציון כ"ץ; הגאון חיד"א ווייס; רבי שמעון זאב מייזליש; און פילע נאך, זענען בלויז א קליינער טייל פון א לאנגער ליסטע רבנים וואס האבן שוין אפיציעל גענוצט דעם קול מבשר פאדיום צו אדרעסירן דעם ציבור במישרין.

סאטמארער תלמידים ווייסן, אז דער רבי האט קיינמאל נישט געלאזט ארויסקומען מיט אן איסור קעגן ראדיא, נישט וועלנדיג אפשוואכן די מערכה אקייגן טעלעוויזע, כאטש וואס קאשויער רב האט געשריבן א תשובה מיט 9 סיבות בגודל איסור שמיעת ראדיא. ובאזני שמעתי פון א חשוב'ן מפורסמ'דיגן מרביץ תורה, ר"מ בישיבת תורה ודעת וממנהלי ארגון מלאכת שמים ומרבני ק"ק אמונת ישראל, ווי ער דרוקט זיך אויס מסיח לפי תומו אז קול מבשר איז א מורא'דיגער אויפטו, אז אזוי הערט ער מער נישט קיין ראדיא...

"פיק יור בעטעלס" איז דא א לאזונג, און מ'דארף אלעמאל האבן פאר די אויגן די קאנסעקווענצן און נאכפאלגן בעפאר'ן אונטערשרייבן א קול קורא. דער חזון איש האט געזאגט, אז א רב וואס שרייט אלעמאל, ווען עס קומט צו א וויכטיגע מערכה זאגט מען: דער שרייער שרייט שוין ווייטער. און אזעלכע זינלאזע מערכות ווי קעגן דער שטערן, ראוז קעסטל, און די ווידיא סקרינען אין די געשעפטן וואס ווייזן אדווערטייזמענטס, ברענגט נאר שאדן.

בכלל האט נישט קיין זין צו פירן פארלוירענע קאמפן וואס דער ציבור פלאנט נישט צו הארכן! רבי יחזקאל'ע מערץ האט אמאל געבעטן דעם חזון איש, אז מ'זאל ארויסקומען מיט א קול קורא קעגן דעם וואס עס איז דעמאלט געווען איינגעריסן אז דער ציבור זאל ניצן אידישע צייטונגען פאר אשר יצר פאפיר, ויש בזה משום בזיון קדושת האותיות. האט דער חזון איש געענטפערט: נא, וועט זיין נאך איין זאך וואס די רבנים פארלאנגען און דער ציבור פאלגט נישט... ודפח"ח.

והאי לך דברים קילורין לעיניים מידידינו עוז הבלתי נשכח ר' קארל געשריבן אויף אייוועלט:
קארל האט געשריבן:איך האב דורכגעליינט דעם גליון קעגן דעם "קול מבשר" און איך בין דערשטוינט ווי לאגישע טראכטנדע מענטשן קענען איבערגענומען ווערן פון ווערטער וועלכע שרייען פון היפאקריטסווע, און דערשטיקן דעם מינדערסטן געפיל פון שכל.
עס איז א פאקט אז זינט "קול מבשר" דינט דעם ציבור הערט דער עולם פיל ווייניגער ראדיא, און אין א דור פון אינטערנעט טוט "קול מבשר" נאך מער צוריקהאלטן פון ארומוואנדערן זוכן נייעס און נישט-ערליכע מקומות. אין אן אנדערן אשכול איז אנגעוויזן געווארן אז ווען דער ענגלישער פרינץ טשארלס האט חתונה געהאט מיט פרינצעסן דיאנא אין 1981 האט דער היימישער ציבור גאר שטארק מיטגעהאלטן נאך פון חדשים פריער, און זאגאר א גאר גרויסער ציבור האט מיטגעהאלטן די חתונה אויף טעלעוויזיע. מען קען גרינג אננעמען אז די סיבה פארוואס היינט איז דער עולם כמעט נישט באקאנט מיט דעם פאקט אז עס גייט בקרוב פארקומען א קעניגליכע חתונה אין ענגלאנד איז צוליב דעם וואס דער עיקר נייעס-קוואל איז היינט "קול מבשר" וואס האט דערווייל נאך נישט געמאלדן איבער דער גרויסער חתונה.
אין דער צייט וואס פון די צייטן פון דעם סאטמארער רבי'ן זצ"ל ביז'ן היינטיגן טאג האט מען זיך ניטאמאל דערוואגט צו אסר'ן די ראדיא, שטעלט מען זיך אויף "קול מבשר" דייקא אין א תקופה וואס עס פעלט אויס פיל מער פון סיי ווען. דער דור פון נאכ'ן קריג האט געלייענט דעם "פארווערטס" און דעם "ניו יארק טיימס". "דער איד" איז נישט געווען דער נייעס-קוואל פאר'ן ציבור, נאר האט געדינט בעיקר אלס א שופר פאר די סאטמארער שיטות, דאס קען מען זיך איבערצייגן פון איבערקוקן אלטע קאפיעס. נייעס האט מען גענומען פון אלגעמיינע צייטונגען און די ראדיא. פאר א תקופה פון בערך צוואנציג יאר (תשמ"ה-ס"ה), האבן די חרדישע צייטונגען געדינט אלס נייעס-קוועלער, אבער אויך אין צוגאב צו דער ראדיא. היינט ווען מען האט צוטריט צו נייעס דורך דעם אינטערנעט, און מען קען יעדע רגע פון טאג געוואויר ווערן וואס עס טוט זיך איבער דער וועלט, איז זיכער אז "קול מבשר" איז א געוואלדיגער אויפטו. אויב האט אמאל אויסגעפעלט א היימישע אינפארמאציע-ליניע איז היינט די תקופה וואס עס פעלט אויס דאס מערסטע.
דער בעל הפאשקעוויל ציטירט הצדיק ר' יו"ט ערליך ז"ל, אבער מאכט זיך נישט וויסנדיג פון דעם פאקט אז דער בעל הדברים אליין האט נישט געהאט קיין פראבלעם צו נאשן פון דער אלגעמיינער רוסישער קולטור, און האט גאנצע רוסישע לידער אדאפטירט אויף זיינע טעיפס. אפנים, ער איז נישט געווען בדעה אחת מיט די פאשקעווילן-שרייבער.
עס ווערט דארטן ציטירט א דרשה פון א געוויסן רב וועלכער דרוקט זיך שארף אויס קעגן "קול מבשר". בעיני ראיתי ווי דער רב זיצט ביי זיך אינדערהיים און לייענט געמוטליך דעם "..." – און דייקא אין די הייסטע וואכן פון רשעות און שפיכת דמים! פאר ער וועט זאגן דעות איבער יענעמ'ס פרנסה, לאמיר זען צי ער קען ארויסווארפן די שמוציגע אידישע צייטונגען פון זיין אייגענעם שטוב! לאמיר זען צי ער איז נאר דא מעורר צו זיין יענעם און צוגרינד צו לייגן יענעמ'ס פרנסה, אדער ווען עס קומט צו זיין אייגענעם נייגער קען ער אויך רעדן אזוי ברייט.
איך האב בכלל נישט בארירט דעם פאקט וויפיל "קול מבשר" האט שוין געהאלפן פאר פארשידענע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס; וויפיל "קול מבשר" איז גרייט צו פארדרייען די נייעס בלויז צופרידנצושטעלן די עקסטרעמיסטן במחנינו, און ווי ווייט "קול מבשר" שטייט פון דעם מינדערסטן שייכות צו פאליטיק.

*

איז עס עפעס א מולטי טאלאנטפולער גאונות-געמיש, פון חרדיזם ביינאזאם מיט פראפעסיאנאליזם, אויטענטישע-זשורנאליזם מיט צענזוריזם, פרעסטיזש מיט היימישקייט, און נאך פיל טאלאנט, וואס האבן ערווארבן פאר 'קול מבשר' אזא פראמינענטן אויבן-אן ארט אינעם חרדי'שן לעבנשטייגער. דער גרעסטער קריטיקירער וועט מודה זיין אז זלמן איז א גאון עולם אין זיין פעלד, ממש א חד בדרא, און קען זיין שטעטל ערשטקלאסיג.

ער האט א שבת-קודש מעסער שפיזיג שארף, און פארמאגט א ספעציעלן חוש ווען צו רעדן און ווען צו שווייגן, ווען צו וויינען און ווען צו לאכן. זיין נאז שמעקט מיילן ווייט און כאפט תיקף וואס איז ווערד אטענשאן און וואס מ'דארף איגנארירן. ער איז אלעמאל אן דע באטן, און א מינוט פאראויס פון אלעמען (עס איז א נחת מיטצוהאלטן ווי זיינע בולעטין אפדעיטס זענען אלעמאל עטליכע מינוט בעפאר די פאפולערע כל העולם טוויטס). גיט א קוק למשל דעם פארלאפענעם שווארצן פרייטאג, ווען דער עולם איז נאך געווען פארנומען קערן די שניי און ארויסקריכן פון בעט, האט ער שוין אראנזשירט אז ר' ישעי' סאקס זאל פארזאגן תהלים פאר די קינדער וואס זענען פונקט דעמאלט געווען אינדערהיים להצלת ר' מנחם שטארק. א האלבע שעה נאך וואס לייבי קלעצקי ע"ה איז פארשוואונדן געווארן ווען דער עולם איז נאך בכלל נישט געווען געהעריג אריענטירט איבער דעם שווערן מצב, האט ער שוין געהאט באזייטיגט אלע אדווערטייזמענטס פונעם מעין מעניו.

זלמן דעקט זיין נייעס מיט א הימלישער אויטענטישקייט וואס קען גיין אין ערנסטן קאמפעטישן מיט די אלגעמיינע מידיא. ווען דער 'ניו יארק טיימס' האט געשריבן אויף דער ערשטער זייט יענעם פרייטאג, אז לוי אראן ווערט אנגעקלאגט אין צווייטן גראד מארד, האט זלמן געוואוסט צו פארציילן אז ער ווערט אנגעקלאגט אין ערשטן דעגרי, און ווער מיינט עטס איז געווען גערעכט?!

זיינע נייעס זענען מיט א פונקטליכקייט, מיט א קלארן היקף גענוי וואס גייט פאר, צווישן וועלכע צוויי פארשטיפטע דערפלעך אין ארץ ישראל די ראקעט איז געפאלן, וכו' וכו'. זלמן געניסט טאקע פון א געוויסן צוטרוי און טראסט ביים ציבור. ווען ער זאגט עפעס ווייסט מען אז עס האט דעקונג און נישט אבי געשטויגן.

און זיין שפראך איז הויעך און עלעקוואנט, מיט א דעליקאטן דיאלעקט, און פילפארביגן רייכן אידיש (א געפארפולע גליטש פאראורזאכט א סכנה'דיגן צושטאנד אין דער טריי סטעיט אומגעגנט; קאמפיוטער מאדעלס צייגן וכו'...).

אונטערשטע שורה, קול מבשר איז א העכסט פראפעסיאנאלע קוואל פאר נייעס און אינפארמאציע צו יעדער צייט. ומצודתו פרוסה, קול מבשר ווערט געהערט אלוועלטליך, אין לאנדאן גארנישט ווייניגער ווי אין וויליאמסבורג.

*

זלמן האט גרויסע כוחות הנפש! איך פערזענליך פארשטיי נישט וויאזוי ער קען אנגיין.

ברענגטס מיר נאך אן אנקאר-מאן אין דער גאנצער וועלט וואס האט א שיפט פון 24 שעה אין טאג. עס איז נישט משיג צו זיין און לייגט זיך כמעט נישט אויפ'ן שכל ווי א מענטש זאל קענען אזאנס באווייזן. ער איז אלעמאל עוועילעבל, אייביג אויסגערועט, זיינע שטימע איז אלעמאל קריספ, לויטער און קלאר, און קיינמאל פארקילט. זיין ווייב האט נישט קיין קינדער און זיין טאטע מאכט קיינמאל נישט חתונה.

(א פארשטענדליכער יונגערמאן זאגט מיר לעצטנס מיט א תמימות, אז ער איז איבערצייגט אז זלמן האט א קאמפיוטער פראגראם און ער דארף נאר אריינקלאפן די נייעס און די קאמפיוטער גיט עס ארויס אין זיין שטימע... אנדערש פארשטייט ער נישט ס'זאל זיין בכלל אזא מציאות ווי קול מבשר).

ער איז כמעט א וואן מען בענד, (ווען דו רופסט דעם 1800 נומער צו אדווערטייזן הייבט ער אליין אויף...) ער וואלט שוין גערן גענומען נאך איינעם זאל אים אביסל איבערנעמען מיט די באריכטן, דער פאקט איז אבער אז ער האט נישט... ס'נישטא קיינער וואס וויל אדער קען זיך אריינלייגן אין זיינע שיך.

ער פארפאסט קיינמאל נישט קיין נייעס אפילו אינמיטן דער נאכט. ער קען אנגיין נעכט אן שלאף. נישטא ביי אים קיין וואקעישאנס, (כ'געדענק איין זומערדיגן פרייטאג האט די נייעס געקראצט ווייל ער האט גערעדט פון א סעלפאן, אבער דאס געשעט זייער זעלטן) ער איז אן דע גאו מוצאי פורים ווי מוצאי יום כיפור. ער איז אלעמאל אין דינסט, טווענטי פאר סעווען ועד בכלל. ער איז א געפערליכער פערפעקשאניסט, ער גייט אליין דורך אלע אינטערוויווס צו האבן א קאנטראל אויף דער אינהאלט, און אויב מעלדט ער נייעס פארטאגס פונדערהיים, וועט ער דאס שפעטער איבערזאגן פון זיין מיני סטודיא אין אפיס, ס'זאל אריינקומען קלארער און שארפער.

זלמן איז קריעטיוו, ווען דו האסט נאך נישט געפיצט די מנורה האט ער שוין צען אינטערוויוס מיט די גרעסטע מלחינים פונעם גאנצן כדור העולם, פאר יעדער נאכט פון חנוכה.

*

זיין כבוד האדם וכבוד הציבור וכבוד האנושיות האט נישט קיין גלייכן אין חרד'ישער זשורנאליזם. דער גרעסטער רעספעקט פאר רבי (קרעדיט: באריסטא) בעריש ספינקער'ס צענטער קינד. קיינמאל בא'עוול'ט קיין מענטש, יעדער איז גלייכבארעכטיגט.

ער איז נאכנישט נכשל געווארן אין קיין שמץ פאליטיק און האט וואונדערליך אויסגעשניטן די גאנצע סאטמארער גארבעזש. אנדערש ווי 'די צייטונג' זאגט ער קלאר: לא מעוקצך ולא מדבשך! איך קען עקזיסטירן אן סאטמאר.

(זלמן האט אפילו פרובירט צו טעסטן די וואסערן; ער האט געדינגען א יונגערמאן מיט'ן נאמען גראס (דער פארפאסער פון "אונטערן פענסטער", און נאך ביכער) ער זאל עפענען א האטליין מיט'ן נאמען "קול הקהל". קודם האט ער פארדינט דעם אלטן טאקטיק פון זיי דו דיין אייגענע קאמפעטישאן, ווי אויך האט יענער געמאלדן סאטמארער און באבובער נייעס, זעט אויס אז ס'האט נישט געקלאפט, און זלמן האט באשלאסן אויסצושניידן די 4 גרויסע קאמפאניס און א גוטן טאג).

בכלל האט ער א געוויסע 'קלאס' מער פון אלע חרד'ישע אויסגאבעס ביינאזאם, ווען זיינע באריכטן ווערן באגלייט מיט א געוויסער פארמאלקייט און נאטירליכקייט און די חסידישע נייעס באריכטן זענען טרוקן ווי א ברעט מיט בלויזע פאקטן, אן די אפגעריסענע עקספלאסיווע לענגוויטש פון עלעקטעריזירטע מאסן און אויפגעהייטערטע געמיטער וכו', מיט וואס די היימישע צייטונגען באריכטן יעדע נארישע רבי'שע חתונה, כאילו דער אטאם האט נארוואס געפלאצט; און אן די הימלשרייענדע גוזמאות, אינטערעסן און אגענדעס ארויס פון יעדע פראפארציע, פון וואס אלע אנדערע ארגאנען ליידן.

ווי אויך איז קול מבשר א פראדאקטיווער ארט וואו צו אדווערטייזן, און ברענגט רעזולטאטן בדוק ומנוסה. הרב דוב זיידע זאגט ער האט זיך זייער געמוטשעט מיט אדווערטייזמענט, ביז קול מבשר איז אנגעקומען, און פאר פיל ביליגער האט ער געמאכט דעם 'בית הבתים דוב זיידע 718' סלאגאן באקאנט פאר אלעמען. עס איז נישטא איין גרויסע אידישע פירמע פון גאלדן פלאו (מלך מלך מלך...) אייכלערס, ביז זשי. ענד בי., וואס האט אים נאכנישט גענוצט פאר אדווערטייזמענט.

אזוי שמירנישטדירנישט, אן געהערן צו א מאכטפולער פאליטישער פראקציע, האט ער היבש אונטערגעהאקט די פיסלעך פון די אידישע צייטונגען. וואס האט מען צו ליינען נייעס וואס מ'האט שוין געהערט א וואך צוריק אויף קול מבשר?! און וואס האט מען צו אדווערטייזן אין די צייטונגען ווען קול מבשר איז ביליגער, צייטליכער און מער אפעקטיוו.

אלבערט פרידמאן למשל גלייכט נישט קול מבשר מיט פארשידענע אויסריידן פארוואס. רעדט מיט אים דריי מינוט און ער וועט בונטעווען קעגן קול מבשר. איך מאך נישט אוועק די אייגנארטיגע מעלות פון זיין צייטונג, אבער ווי פארשטענדליך איז עס דער טייסטער וואס דרוקט אים... (און אלבערט טייערער, קענסטוך געבן א שאקל, דו קלעבסט צו אלטע ישן נושן'דיגע קאלומס, איך זאג, יענער זאגט, אנדערע זאגן, איין טאג איז עס גדלי' בעלז און מארגן שלמה קנאפפלער, (חנה פרידמאן איז גראדע יא א גוטער שרייבער, איך גלייך זיינע גאסיפישע אויפפאסונגען) די גראמאטיק דארט איז צומאל צום לאכן און צו וויינען, געווענליך איז א חסידישער ארטיקל פיצעלע ווי א טיטביט, און ווען באצאלט לאנג ווי דער גלות, ואכמ"ל).

*

זלמן האלט זיך צו שטרענגע סטאנדארטן! מיט זיין געבענטשן פארשטאנד ווייסט ער ווי איין און ווי אויס. אנשטאט ס'זאל בארירן זיין פראפעסיאנאליזם וועט עס געווענליך ברענגען נאר רעספעקט און ווירדע איבער זיין סענסיטיוויטעט. עס איז זייער זעלטן מ'זאל הערן קול מבשר און באקומען דעם טעם אז מ'הערט א בת היענה'דיגן באריכט, און טאמער יא, קען מען אים זייער גוט פארשטיין.

מאנכע זענען געווען ברוגז פארוואס ער האט נישט באריכטעט די טראגישע פטירה פון דאס אומגעבוירן גלויבער-קינד. אבער מ'דארף דעם זלמן'ען פארשטיין, ער איז דא פאר ביזנעס און ער דארף זיין פארזיכטיג פון נעגעטיווע ליכט אפגעזען צי די יעניגע זענען גערעכט אדער נישט.

ער כלשעצמו וואלט נישט געהאט קיין פראבלעמען צו מעלדן פונקטליך אלע 18 מיט וועמען טייגער וואודס האט אפגעקאכט א קאשע. זיין שארפער צענזור און זעלטענע זהירות איז בלויז ביזנעס אריענטעד, ער זאל קענען אנגיין אין א קאמפליצירטער האקעלער מינע-פעלד-געמיינדע, וואו אלעס ווערט באלד פארשריגן און פארדאמט.

סוף כל סוף איז ער א יחיד, על דעת עצמו, ער האט נישט קיין בעקינג פון קיין שום פארטיי, זיין גאנצער יקום איז א שטיקל נס, און ער לעבט כסדר אונטער א זארג פאר זיין עתיד. ממילא, אין צייטן פון ספיקות, וועט ער אלעמאל גיין לחומרא. נחום ראזנבערג טוט שוין די ארבעט פון זיין גערעכט, ער וויל זיין קלוג, זאל אויף א צווייטנס מציבה שטיין פה נטמן איש צודק.

ער דעקט נישט קיין רציחה! ביי די מאסן שיסעריי אין קאנעטיקוט, ווען א יונג האט אויסגע'שחט'ן א קלאס פון עטליכע און צוואנציג יונגע קינדער, האט ער כמעט ווי איגנארירט די נייעס. מאנכע דא האבן אים קריטיקירט, אבער איך געב אים הונדערט און איין פראצענט גערעכט, די שוידערליכע דעטאלן האט געזאלט עקלען אפילו אן ערוואקסענעם פערזאן, כש"כ יונגערע קינדער, און איז בכלל נישט געמאכט פאר א אידיש אויער. (טייל קריטיק איז געלאפן ווייל ער האט געדעקט איין ספעציפישן קרבן וועלכן איז געווען א אידיש קינד, אבער די קריטיק איז גרייזיג, ווייל זלמן האט עס נישט גענוצט אלס 'ספין' וויאזוי צו קענען קעיטערן די נייעס, נאר ווייל ער האט געפילט פאר וויכטיג נישט אויסצולאזן די טראגישע אומקום פון א אידיש קינד ודוק).

און אודאי דעקט ער נישט קיין שמוץ. ווען גאווערנער שפיצער האט געזינדיגט, האט ער געווארט צוויי טעג מיט די נייעס צו זען וויאזוי אלבערט פריעדמאן וועט עס באריכטן, און הערשט דאן האט ער געבראכן די נייעס.

זלמן טענה'ט אז קול מבשר איז נישט פאר קיין קינדער און בחורים, און אנדערש ווי דער אומאפהענגיקער ארגאן, האט ער נישט קיין קינדער אפטיילונג, און האט טאקע נאך קיינמאל נישט אדרעסירט קיין קינדער אדער בחורים! איך האב געוואלט אדווערטייזן עפעס פאר יונגערע, מיט א פארגעשריבענעם נוסח פאר אן עד: קינדער לויפט און קויפטס בלא בלא בלא. און זלמן האט עס צוריקגעוויזן, זאגנדיג: איך האב א פרינציפ אז איך אדרעסיר נישט קיין קינדער, טויש דעם נוסח פאר א משתמע לתרי אנפי, אדער אז די עלטערן זאלן קויפן פאר די קינדער.

*

די איראניע מיט זלמן ווידער איז, אז ער איז א שטילער צוריקגעצויגענער פארמאכטער מענטש, ווי מאדנע ס'הערט זיך.

גראדע אויפ'ן נייעם געשמאקן קנעפל נומער 1-1-6 מיט ביזנעס נייעס (איך גלייך עס זייער) ערלויבט ער זיך צו קראכן וויצן איינס נאך דער אנדערער בשם די ציניקער, אבער דאס איז צו פארדאנקען דעם וואס שרייבט אים פאר די נייעס... איטס נאט הים ווי מ'זאגט.

כאטש וואס ער איז דער גרעסטער ראש ישיבה היינט, איז ער ווייט פון א געזעלשאפטליכער סאציאלער טיפ. פארקערט, ער אנטלויפט אפילו פון דער מענטשהייט. ער האט נישט מיט קיינעם גארנישט. זלמן זאגט אליין, אז דאס מערהייט פון זיינע מיטארבעטער האט ער נאך קיינמאל נישט געטראפן, און אפילו ער רעדט מיט זיי צענדליגער מאל א טאג אויפ'ן טעלעפאן, ווייסט ער אבער נישט וויאזוי זיי זעען אויס!

מ'זעט נישט זיין נאמען אין ערגעץ, ער איז ווי א מענטש וואס עקזיסטירט נישט, זיין הויז איז טיר ביי טיר פון גאלאנטא, און זיין אפיס איז פונקט אקעגן איבער. און צווישן די זעלבע פינף הונדערט פוס פארברענגט ער דאס רוב פון זיין לעבן. עס הערט זיך קאמיש, אבער דער זעלבער וואס לייגט זיך שלאפן מיט אזויפיל און איז שטענדיג אין אזויפיל אויערן, דער זעלבער וואס גיט א ספאט לייט פאר אזויפיל, און איז די ספאט לייט אליין, האט ממש פאראנאיע פון א ספאט לייט.

(ווען עס איז געקומען זיך אים צו באדאנקען ביי די בארא פארקער מעמד אדיר (אדיר איז נישט קיין ווערטל, טויזנטער מענטשן זענען פשוט געזעצן אויף דער גאס, און מ'האט זיך געשלאגן צו געבן געלט) פאר רובאשקין, פאר די ראלע פון קול מבשר אין דער מערכה, האט שלמה אליעזר מייזעלס אויסגערופן מיט פאטאס: מיר ווילן זיך באדאנקען פאר... זלמן גראס! ער האט אפילו נישט געוואוסט אז ער הייסט ווידער נישט גראס...)

ער גלייכט נישט קיין פרסום, און ניטאמאל קיין קרעדיט. ער אינטערוויואירט זיך נישט אין ערגעץ (הערשל פרידמאן האט אמאל געבעטן איידיעס פאר אינטערוויוס, האט ער צוגעלייגט, ביטע נישט אריינרופן צו אינטערוויואירן דעם בעל קול מבשר דאס ווייס איך אליינס... אויף אייוועלט הערט מען זיך נישט אויף צו בעטן אז זלמן זאל זיך לאזן אינטערוויואירן...), און איז נאכנישט באשריבן געווארן אין ערגעץ! קאדוס פאר קאווע שטיבל (יא, אויב האט איר געקריגן דעם ארטיקל אויף וואטסעפפ געשניטן געפיצט און גע'ק\פ'ט, זייט וויסן דאס קומט אריגינעל פון קאווע שטיבל), און זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אז זלמן פרייעט זיך שטארק צו דעם ארטיקל... מילד גערעדט...

אביסל דערקענט זיך עס אויף קול מבשר; נישטא קיין מיך, איך, זיך, מ'הערט נישט זיין נאמען קיינמאל, אלעס איז א פראגראמאטישער קול מבשר. וואונדער איבער וואונדער אז ער איז ווי נישט עקזיסטירנד אויף זיין אייגענע האטליין. ער רעדט נישט פון זיך אדער איבער זיך. ער מאכט נישט נערוועז די מענטשהייט ווי די צעדרייטע ראדיא וואס האלב צייט איז מען דארט פארנומען מיט רחיים של יד: איך בין רעכל קארשןזאפט פון טען טען, יעצט גיי איך ארויס פאר א קאפי און באלד העל איך זיין צוריק ווייל סאיז א דעוועלאפמענט סטארי בלא בלא בלא, צוועלף מאל די זייגער פופצן מאל די וועטער. זלמן זאגט זיך אפ זיין חלק, שארף און צום פינטל, און פיצט זיך אפ פון דאנעט.

מערכת קול מבשר וואונטשט אהער און מערכת קול מבשר וואונטשט אהין, אבער מיט אים פערזענליך האט עס נישט קיין שייכות, כאילו ער עקזיסטירט נישט און א גאוסט-מגיד טרעט אויף אנשטאט אים. ער בלייבט ווייטער א בין תנור לכיריים'דיגער אידל וואס רופט נישט ארויס קיין וועזן, און ווערט רויט ווען קריגט אן עלי'.

*

אין מיינע אויערן הערט זיך זלמנ'ס שטימע העכסט פראפעסיאנאל, איך האלט אז ער איז דער חרדישער "גאלדן וואויס"... אבער נישט אלע זענען איבריג אנטציקט דערפון. נישט יעדער איז ענטוזיאסטיש דערצו. אבער ס'איז זיכער אז ער קומט אריין קלאר און דייטליך, שארף און געשליפן, און נאך אלע גרייזן הערט זיך זיין צינגל קליפ און קלאר, מענטשליך און ציציענד.

(ווער געדענקט נאך ווען איין טאג האט ער פרובירט צו אפלאזן דעם טראפ און געטוישט זיין ניגונ'דל? ער איז אבער באלד צוריקגעגאנגען צו זיין געווענליכן נוסח).

און פרובירן זאל ער נעמען א צווייטן, און פרוביר אמאל צו הערן די לעיקוואדער האטליין אדער קול סאטמאר, און זאג מיר ווער ס'שטייט בעסער. ער לייגט אריין גרויסע כוחות דערין, און עס ווערט טאקע בעסער כסדר. ער גייט אויף וואויס לעסאנס, און האלט זיך צו א שטרענגער דיעטע, עסט נישט קיין ברויט, אלעס צו געבן פאר זיינע צוהערער דאס בעסטע וואס ער קען.

(פארציילט מיר איינער ער איז געווען אין א דריי-גוד געשעפט ערב יו"ט און ס'איז געווען א לאנגע ליניע, און אינמיטן הערט מען א שטימע פרעגן: וויפיל קאסט די העמדל? עס איז נישט געווען קיין איינער אין געשעפט וואס האט זיך נישט אויסגעדרייט קוקן אויף דער שטארק קענטליכער קול מבשר שטימע...)

מאנכע זאגן אז אין די בולעטין אפטיילונג איז ער פארנומען מיט שטותים און ס'איז לאנגווייליג. אלס פייערדיגער פען פון זלמן ענטפער איך אין אזא פאל, אז גוגל נייעס איז אויך פונקט אזוי בארינג! דאס איז בעצם א יסודות'דיגער פראבלעם פון נייעס, אז וויבאלד א בעל חוב איז נידון בזיבוריות, און ס'מוז זיין נייעס טויט אדער רויט, איז עס געווענליך לאנגווייליג. זלמן מוז געבן יעדע עטליכע שעה אקטיוויטי אויף דעם בולעטין קנעפל, ווייל אזוי רופט מען מער, און דעריבער איז ער פארנומען מיט שטותים: ווי האקן קרייצן, אוועקגעפלויגענע קוטשמעס, וכו'

*

זלמן גייט אין פייער פאר קול מבשר. ער וואלט ווייט נישט געמוזט צושטעלן אזא ברייטע אויסוואל פון אפטיילונגען. ער האט א גאנצע רייע מיט מגידים אונטער זיך.

און די נייעס קומען אויך נישט צו פליען פון ארבל. זלמן האלט אויף א סטעף פון שרייבער וואס שטעלן אים צו די נייעס. אבער, די חסיד'ישע נייעס, דאס מוז ער אליין שרייבן. ס'איז זייער א האקעלע אויפגאבע, ברצותו מרחיב וברצותו מקצר, ער טראסט נישט דאס ארויסצוגעבן, איין קליינער טעות און דער זאבלטובער איז ביי זיין טיר... פאר דראמאטישע חסידישע מעלדונגען וועט אונזער ר' יואל אשר ישעי' אים פארשרייבן די נייעס.

זיין סטעף קאסט אים א פערטל מיליאן דאלער א יאר! אבער ביי זלמן שפילט געלט נישט קיין ראלע. האט איר א קורצן איבערזיכט איבער זיינע מיטארבעטער:

הערשל פריעדמאן
א סאטמארער (מהר"א) יונגערמאן פון קרית יואל, אריגינעל פון ירושלים עיה"ק, דער מחבר פון 'מאפילה לאור גדול', א בוך איבער דער הצלה פונעם סאטמארער רבין זי"ע, און נאך. ווי אויך דינט ער אלס שריפטשטעלער אין פארשידענע היימישע אויסגאבעס. אין דער איד שרייבט ער מיט'ן פען-נאמען פ. הירש.

ער מאכט צומאל אינטערוויוס, אבער בעיקר גיבט ער פאליטישע אנאליזן. געווענליך זאגט ער דארט אלעס וואס דו ווייסט שוין, נאר מיט גרייזן, און זיין עיקר כוח איז אין די וויצן. א ביישפיל: אויב הערט איר דעם אנאליז אין ביה"כ, דאן פארגעסט נישט דעם אשר יצר, און אויב אונטער דער קאלדערע, דאן געדענקט דעם המפיל.

יוסי געשטעטנער
אן עסקן פון מאנסי, א זון פון הרב אייזיק געשטעטנער, א ברסלב'ער איד פון וויליאמסבורג, וואס האט אליין א האטליין מיט'ן נאמען 'זכור ימות עולם' וואו ער זאגט הערליכע שיעורים אין היסטאריע ממש צום שטוינען, אבער צומאל צעבייזערט ער זיך... איך האב אמאל געהערט דארט א ווארט אויף דעם המברך את עמו ישראל 'באהבה' בשם ר' יחזקאל אברמסקי ז"ל, א הפלא'דיג ווארט וואס איז מיר ארויסגעפלויגן פון זכרון.

יוסי איז א בארימטער פיגור. ער איז שוין געווען איינגעשטעלט אין דער רעפובליקאנער ניו יארקער פארטיי, פאר א וואך... און ער איז שוין געלאפן פאר א קאנגרעס זיץ, פאר א וואך... ער האט אן אייגענעם וועבזייטל מיט'ן נאמען זשעי.פי. אפדעיטס. אויף קול מבשר האט ער צוויי קנעפלעך איינס פאר פאליטישע נייעס און איינס איבער עקאנאמיע.
איראניש איז, אז ניינציג פראצענט פון זיינע פאליטישע נייעס זענען געווידמעט צו איבערצייגן זיינע צוהערער איבער די 'בייעס' פון די דעמאקראטן, ווען אין דער גאנצער וועלט איז נישטא צום געפינען אזא בייעסט נייעס קאנאל ווי זיין קאך לעפל, וואו יעדע ברעקל נייעס ווערט געספינט קעגן די דעמאקראטן.

יצחק שלמה דרעזנער
ער מאכט די קלענערע אינטערוויוס ביים אידישן ווינקל אויף קול מבשר.
(אינפארמאציע צוגעשטעלט דורך הרוצה בעילום שמו).

ער איז א שרייבער פאר דער המודיע און פאר די צייטונג. אויך שיינט ער צו זיין א בדחן ווייל זיין נאמען פיגורירט אין די קלאסיפיידס. אויך האט ער אן ארגאניזאציע וואס רופט זיך 'וידעו' צו אינטערוויואירן אלטע אידן מלחמה איבערלעבער. 'דער אידישער פלאם' איז געווען זיין אויסגאבע.

כאטש ער איז א גאר גוטער שרייבער, איז ער ביים רעדן העכסט טרוקן (אזויווי שמעון ראלינצקי וואס איז א וועלטס שריפט-שטעלער, און ביים רעדן איז ער טרוקן ווי א פעניצל). ער פאר זיך גיט קיין סאך נישט צו צו די אינטערוויוס, אלעס איז אלעמאל די זעלבע. אין צוגאב איז ער לכאורה א גאנצן טאג פארנומען נאכלויפן מענטשן און שאפן נומערן, בלייבט אים נישט קיין צייט זיך צוצוגרייטן. ווי אויך האט ער זיך נישט פארוואס צוצוגרייטן, ווייל ער ווייסט נישט אויב יענער וועט זיך וועלן אינטערוויואירן, און ס'איז א מזל זאך ווען ער כאפט א פישל וואס לאזט זיך. דעריבער ווענד זיך זיינע אינטערוויואס עקסקלוסיוולי אין וועמען ער אינטערוויואירט, אמאל געלונגט עס און אמאל נישט.

ער האט שוין אינטערוויואירט יעדן חב"ד רב פון איבער דער גאנצער וועלט, און אברהם מרדכי שארפהארט האט ער אויף ספיד-דייל...

נפתלי שטיין
אן עצה געבער פון וויליאמסבורג, אן אנלייסענסד פארנומענער טעראפיסט וואס נעמט 350 דאלער א שעה. זיין זון האט ארויסגעגעבן א חיבור מיט תירוצים אויף האלב ש"ס, צו פארענטפערן איבעראל וואו תוס' בלייבט ביי די קשי'.

ער געט חיזוק פאר שווערע צייטן. געווענליך א פרישן שיעור יעדן מוצאי שבת. א שטיק צייט האט ער טעגליך געזאגט א צען מינוטיגער שיעור אין חובת הלבבות.

יוסף יונה הכהן ראפאפארט
א זיסער איד מיט א שמייכל אלעמאל, א וויזשניצער חסיד.

רופט זיך יונה כהן, און גיט עקאנאמישע אנאליזן. שטעלט זיך אהער ווי אן איש תם, ווען אין פאקט איז ער א געבראטנס און אן אונטערגעציפטער. שטארק א געלערנטער און אינטעלעקטואלער מענטש וואס האט געעפענט א קוואל פון חכמה אויף קול מבשר, און האט גאר אסאך צוהערער וואס שלינגען זיינע סעסיעס מיט דורשט.

צומאל שפילט ער אויף מעסעזשעס וואס מ'שיקט אים אריין. איינמאל האט ער זיך אויסגע'טענה'ט מיט אן אומערצויגענער חי' וועלכער האט אים אריינגעלאזט אן איגנאראנט מעסעזש אויב די אמעריקאנער קאנסטיטוציע גיט רעכט צו פראקטיצירן סיי וועלכע רעליגיע, אדער נאר צו גלויבן אין סיי וועלכער רעליגיע. ס'געווען זייער זיס.

געווען א שרייבער פאר דער המודיע. ער איז א שטארקער יודע ספר. ער האט א ניק אויף קאווע שטיבל און אויף אייוועלט אבער איז נישט צו טעטיג. ער איז אויך א שטיקל טוען רבני. מ'האט אים שוין דיסקוסירט דא ערגעץ.

כהיום האלט ער אן אן עמטליכע באצאלטע פאזיציע אין אגודת ישראל דאמעריקע.

חיים יואל לעבאוויטש
למשפחת לעבאוויטש המפורסם, מגזע ניקלשבורג קאמארנא, נייעק ופעסט.

ער האט אנגעהויבן זיין פובליק קאריערע אלס א קאונסלער אין צעהלימער קעמפ, וואו ער האט זיך אגב נישט אזוי גוט פארשטאנען מיט ר' אלעזר און ר' משה.

דארט האט ער געמאכט א שיינע פלעי פאר אהל ספר תורה, און זעענדיג אז ער יכול'ט, האט ער דעם נאכפאלגנדן חוה"מ געמאכט א גרויסארטיגע פלעי מיט'ן נאמען: די שטאט פון שרעק. אהערגעשטעלט דורך ח"י פרודאקשענס.

צוליב וואס צוויי פון משה גבאי'ס קינדער האבן געשפילט דערויף, איז עס געווען די איינציגסטע פלעי אין דער היסטאריע וואס האט געקריגן די השגחה פון התאחדות הרבנים, ווי אויך באסעס פון סאטמאר.

דערנאך האט ער פאר א שטיק צייט געדינט אלס עקזעקוטיוו אין וועבערס גראסערי, וואו ער האט אנגעפירט מיט די רעזשיסטער דעפארטמענט. א קורצע תקופה האט ער געגעבן פינאנץ און בודזשעט עצות אויף קול מבשר, און כהיום גיט ער פרימארגן חיזוק.

הרב אהרן קאהן
א כהן, פון מאנטרעאל. ער זאגט היסטאריע. איך האב אים איינמאל געהערט זאגן א שיעור חול המועד אין ביהמ"ד מיט עטליכע יאר צוריק. ער איז נאך דאן געווען גאר שוואך און ס'האט אויסגעזען ווי ער ליינט ארויס פון מנחם מענדל'ס דאן קארלוס ביכלעך. זיי זאגן ער האט זיך שוין שטארק צוגעלערנט זינט דעמאלט.

הרב שמואל פוקס
מכלומרשט פון אויסטארליע וואו ער האט נאך מן הסתם קיינמאל נישט באזוכט אין זיין לעבן. ער איז אריגינעל א לאנדאנער און וואוינט היינט אין מאנסי. ער האט א מכון "הקולמוס" פאר שרייבעריי.

ווי אויך שרייבט ער אמאל אין דער איד, והא ראי' ער האט לעצטנס געהאט א קאלום וואס איז געלאפן עטליכע וואכן מיט ווערטלעך לכבוד חודש אדר.

ער זאגט אויך היסטאריע און ידיעות.

יצחק קלאר
ער וואוינט אין ארץ ישראל. ער הייסט ש., און אויף אייוועלט האט ער א ניק יודל מענדלזאהן. ער זאגט פאליטישע לענגערע אנאליזן. שטרענג קאנסערוואטיוו, טי פארטי גענויגט, און ס'איז שוין דא איבער אים אן אשכול.

וועלוול שמעלצער
ער איז געווען דער ערשטער אינטערוויואירער אנגעהויבן מיט: א גוטן ר' מאטעס פון די בוטשער, און קומט צומאל צוריק געבן אינטערוויוס, א שטייגער ווי די 'קבעו שיר ורננים' אינטערוויוס די פארלאפענע חנוכה, וועלכע איז געווען א קנאק פון א זאך און איז קובע ברכה לעצמו. א ברודער פאר ליפא.

זיין גליון 'דער אוצר' וואס ערשיינט פון צייט צו צייט, איז מתוק מדבש ונופת צופים, ומי שלא ראה גליון זו לא ראה טשיקאווקייט ובלעכן פנים'קייט מימיו, ווי ער דעקט אלע היימישע גאסיפ אויף א מייסטערהאפטיגן פארנעם, כאילו מ'רעדט פון ר' אלימלך און ר' זושא.

יואלי לעבאוויטש
ווי קען מען פארגעסן פון אים. ער שטעלט צו די פורים אפטיילונג, אויף וואס אידישע הערצער קוקן ארויס א גאנץ יאר צו דערפרייען אביסל מיט דעם וטוב לב משתה תמיד. לעמאן זשוס האט דא געהאט געווידמעט אן אשכול איבער וואס ער האט פאבריצירט צוויי כאראקטערן ספעציעל פאר קול מבשר: דער אלעמען באליבטער יאסעלע וואס טענה'ט זיך אויס מיט'ן שווער, און שכי פון סאנגס פאר שכי...

ער איז דער פארפאסער פון פורים בעילאוט; באנדאש; און פעסטערייז. ער איז א זון פון הרב מניקלשבורג שליט"א מאנסי, און אן איידעם ביי הרב שלמה קנאפלער, א איד מיט א לאנגע שווארצע בארד, דער פארפאסער פון 'ציורים מיוחד לחינוך' קינדער קאלערינג העפטן, וועלכע ער פארקויפט אין די בתי מדרשים. און ווער עס האט נאכנישט געהערט זיין טייטש אויף אתה הראת לדעת, דעם האט נאך וועלוול קיינמאל נישט געפרעגט אויב איר וואוינט אפשר אין בארא פארק.

זיין שווער איז גראדע שוין עטליכע מאל אינטערוויואירט געווארן אויף קול מבשר דורך דרעזנער, וואו צווישן א מבול פון אומנויטיגע פרטי פרטים, האט ער פארציילט פארשידענע אינטערעסאנטע זאכן איבער דאס לעבן אין קאראקוס, ווענעזועלע, וואו זיין פאטער האט געוואוינט און געדינט אלס א רב (ווי ער שילדערט, איז דארט אויך געווען נאך א רב, א זון פון רבי מאיר קארעליץ, א ברודער פאר'ן חזון איש).

הערשל מייזליש
ער האט געמאכט ממש א מהפיכה אין דער אידישער גאס, און אריינגעברענגט אן אויפמערקזאמקייט צו אכט געבן אויף דעם געזונט, וואס איז געווען א פרעמדער מושג פאר א היימישן איד ביז לעצטנס, און היינט איז שוין יעדער איבערצייגט אז האקן סעסעמי טשיקן נאכט נאך נאכט ביי טי פארטיס איז נישט קיין סגולה פאר אריכות ימים.

ער האט געטוישט די אידישע מארק און די אלע זערא טראנס פעט סטיקערס איז אים צו פארדאנקען. עס איז נישט קיין ספק אז זיין פאפולעריטעט איז צו פארדאנקען אויסדרוקלעך פאר קול מבשר.

סאשי פיש האט שוין געווידמעט איבער אים א לענגערן הערליכן אשכול, ומשם תדרשנו לטובה

מיכל פישער
ער טענה'ט אז ער וואוינט אין אשדוד. געווענליך וואקסט ער ארויס ווען ס'פליען קאטיושען ראקעטן. פון אלע קארעגירער דא, האט קיינער נישט געהאט מער אינפארמאציע מיטצוטיילן.

*

זלמן, א דאנק זיין האטליין, איז ער א היבשע מאנאפולירער אויפ'ן דעת פון זיין קהל. זיין מאכט איז שטוינענד און אומלייקנבאר.

ווען ער הייסט וויינען וויינט מען ופרשת מומביי יוכיח, ווען ער הייסט געבן גיבט מען ופרשת רובאשקין יוכיח, ווען ער הייסט שרייען שרייט מען ופרשת גראסמאן יוכיח, און ווען ער הייסט טאנצן אויפ'ן קאפ טאנצט מען אן קיין פיפס, ופרשת כינוס כלל ישראל יוכיח (ס'איז נאר א ווערטל, איך שעץ זייער די אלע כינוסים לש"ש ואכ"מ). זלמן איז תורה-טריי און דינט ערליך די הנהגה'שע אינטערעסן. ער וויינט מיט קראקאדייל טרערן איבער דעם נסיון האינטערנעט, און שטעלט זיך הערליך צו ווען מ'דארף אים נאר. א ביישפיל יעצט ממש ווען ער האט ערליך געשיקט דעם עולם צו די צניעות אסיפה אין בארא פארק. נאך א קול מבשר סוקסעס געשיכטע!

עס איז נישט קיין שום ספק אז ער האט געשפילט א ראלע אין שאפן מאמענטום פאר אלע גרויסע מערכות די לעצטע פאר יאר. ווען ער איז אין די גיסטע איז ער פלאם-פייער און שפריצט אריין די אדרענאלין. דער גאנצער מושג פון קענען לעצטנס צוזאמנעמען דעם ציבור אויף אויסערארנטליכע פארמען, איז א פרעצעדענטלאזע לעצטיגע ערשיינונג, און קען אין טייל צוגעשריבן ווער צו זיין קרעדיט.

און ער האט דעם קעפל אלעמאל פעסט צוגעבינדן צו דער פלייצע, צו פארדינען פון יעדער סומאטוכע, זאווארוכע און סענזאציע, דאס מערסטע ער קען בענעפיטירן דערפון. כינוס כלל ישראל איז 'זיין' זאך, גראסמאן איז 'זיין' מצוה און רובאשקין איז 'זיין' מערכה.

זלמנ'ס דורכברוך און שפיץ מאמענט, די פיפטין מינוטס אויף פעים אויפ'ן שטערקסטן פארנעם, איז געווען טאקע ביי פרשת מומביי, אין יאר תשס"ט. די אלגעמיינע מידיא האט קיין סאך נישט געטויגט און ער האט צוגעשטעלט קראנטע אפדעיטס רינגס ארום דעם זייגער, און ווען ער איז אוועקגעפאלן פון מידעקייט האט יוסי געשטעטנער איבערגענומען. קיין ליינס איז כמעט נישט געווען צו באקומען אפילו דריי אזייגער פארטאגס. דער טרייבל איז געווען צוגעשמידט צו אלעמענס אויערן גאנץ דאנערשטאג נאכט, און מ'האט געהאפט פאר א בשורה טובה.

אויב האט איינער געמיינט אז מקען נישט גיין צווישן די טראפן ווען ס'רעגנט, זלמן קען יא! ער האט זיך שוין געדארפט ספראווען מיט גרויסע פראבלעמען: סיום הש"ס, (האט ער געמאלן וואסער פינף מינוט איבער די זיכערהייט מאסנאמען, אפגעשפארטע בריקן, שמעק הינט און העליקאפטער, אבי נישט צו רעדן פונעם עצם סיום); רב אלישיב, רב עובדי' יוסף, צוויי סאטמארער אינטערנעט כינוסים אין איין נאכט, און ער האט זיך נאך אלעמאל וואונדערליך ארויסגעדרייט צו דער צופרידנהייט פון 'רוב' צוהערער (טענות איז אלעמאל דא און צופרידנשטעלן יעדן איז אוממעגליך) עס איז אן א שיעור מאל וואס מ'קען אנטאפן ביי די חסידישע נייעס, ווי זיינע ווערטער זענען געציילט און געמאסטן, נישט צו בא'עוול'ען קיינעם, צו היטן אויף פריוואטקייט, און נישט רעדן וואס מ'דארף נישט.

זלמן איז יעדן טאג מתפלל מעומק הלב אז הרב שטיינמאן זאל מאריך ימים זיין. איין גאט ב"ה ווייסט וויאזוי ער גייט זיך ספראווען לאמו"ש, דערנאך וואס הרב שטיינמאן איז ביטער פארהאסט ביי די שלא כרעו לבעל'ניקעס, און זייער פארהייליגט אין די ליטווישע און אלוועלטליכע קרייזן.

*

סוף דבר איז עס האי גברא יקירא ר' זלמן ווידער וואס וועט אריינגיין אין דער חרדישער היסטאריע אלס דער געניאל וואס האט צוגעשטעלט דעם פרעצעדענטלאזן און קריטיש-נויטיגן סערוויס פאר'ן כלל: א פולשטענדיגער 'מידיא נעץ' צו ערזעצן – פארהעלטניסמעסיג -- די אלגעמיינע מידיא, און איז איר רעדאקטאר און כמעט אויסשליסליכער אנקאר-מאן ביז צום היינטיגן טאג.

ער איז דער וואס האט ממלא געווען א לאנגיעריגן חלל וואס האט געהאלטן א גרויסן פראצענט פון סאוט וויליאמסבורגער איינוואוינער דעמאטארליזירט פון אינסטיקטיוון צוטריט צו נייעס און אינפארמאציע צוליב דאס נישט נוצן ראדיא, טעלעוויזיע און לאחרונה דער אינטערנעט, און ווי אשר לעווין שרייבט: עס האט געקענט אויסברעכן א מלחמה און דער היימישער עולם איז געוואויר געווארן א וואך שפעטער ווען דער איד איז ערשינען... קול מבשר איז דער שטערקסטער ארגאן אינערהאלב חרד'ישער מידיא, און שפילט א באדייטנדע ראלע אין דער ציוויליזאציע פון די היימישע געזעלשאפטן וועלכן ס'וואלט געפעלט די קאמיוניקאציע וואס ער שטעלט צו, און דאס צוזאמהאלטן בשפה אחד ודברים אחדים וואס ער פארזיכערט.

און צום שלוס א ווארט פאר חתן דינן אליין: פארפאלן זלמן, ביזט א הירא, לך בכוחך זה; און זייט וויסן, דו פארדינסט ערליך ארויפגעשטעלט צו ווערן אלס קאנדידאט פאר דעם טיטל 'דער מאן פונעם חרד'ישן יאר הונדערט' (צוזאמען מיט נחמי' גאטליב...); דיין אויסטרעף איז דער געניאלסטער פון א וויליאמסבורגן ספעקטרום און האט געטוישט די חרדישער געזעלשאפט אויף אייביג! ס'שטייגט אפילו איבער די כשר'ן סעט פון נר מצוה.

און אז כהאב שוין דעם שופר און מ'רעדט שוין, צווישן מיר און דיר, קיינער הערט דאך נישט, זעסטוך כאניש וואס צו טון... איך בין פארנומען מיט אזעלכע שטותים ווי קאל מעוואסער... געמיר די בין השמשות קנעפל, כ'על פארזינגען הארציגע לולעבייס, אלד מקדאנעלד העד עי פארם אי א אי א או, כ'קאן נישט וואס דרעזנער קען, אבער איך זאג דיר איך טויג!

_____
געשריבן דורך מאראנצןזאפט, פאר שבת אחים, קאווע שטיבל.
רעדאגירט אין צוזאמענארבעט פון: ישמעאל הכהן; מאטי; משה געציל; קאווע טרינקער; און יאנקל.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

יישר! ישמעאל זעה איך פארנעמט זיך מיט טעלעפאן בראדקעסט אויך...

מאראנצן, יו אויט-דיד יורסעלף! דאס איז מעעעעעעגא!
(- - -)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

Wow
עפעס אומנאטורליך!
איין תגובה פון דיר פאקט איין 500 אנדערע!
באריכות הדברים יעדע דעטאל, קלאר באשריבן. א נחת צו ליינען!
עס האט זיך געלוינט צו ווארטן אויף דיר!

איין זאך יא, איך וואלט נישט געוואלט זיין אין זלמנ'ס שיך יעצט....
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

נישטא קיין ווערטער! ס'גיסט זיך אויליגע פעטענס פון אלע זייטן, א ריכטיג דזשונאליסטישע אינוועסטיגעטיווע דזשוסי מייסטער ארטיקל!!!

מאראנצןזאפט!!!!!! ס'האט זיך געלוינט צו ווארטן! אה שמעקעדיג זאגט עס שוין אויך.

שמעקעדיג, זלמן האט זיך אנגעטון קראקס
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

Wow! Wow! Wow!
איר זענט מאראנצענדיגער פון מאראנצן! (וואטעווער דעט מינס... יא געט מיי פוינט...)
פארוואס עפעס אין שבת אחים? אזא געלונגענער ארטיקל דארף פארנעמען די סאמע העדליינס פונעם שטיבל!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

זאג מאראנצן, דו הייסט אפשר ווידער אויף דער לעצטע נאמען?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך בין ווערטערלאז!!!
אזא ארטיקעל איז פרעצענעדעטעלאז!!!! (אויב איך האב גוט געשריבען די ווארט)
אהן קיין שום גוזמאות איך מיין אז אזא ארטיקעל איז נאך קיינמאהל נישט געשריבן געווארן אין די היימישע מידיע. נישט אין קיין שום מעגעזין, צייטונג, וועבסייט, וכו' וכו'.
ממש א מייסטערהאפטיגע ארבעט.
מאראנצן זאג נאך עפעס דא אין די אשכול- אפילו נאר איין ווארט, אז איך זאל דיר קענען געבן נאך א לייק
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

הערליך,
הערליך?
נישטא קיין ווערטער צו באדאנקן.
דאס איז דאך ממש א דאקטארוט!

גלייב מיר ווען מאראנצןזאפט וואלט געהאט א קנעפיל אויף קול מבשר וואלט איך גערופען טעגליך.

איך מיין אז דער אשכול געהערט צווישען דיינע "משפיעים און זייערע השפעות", זלמן ווידער האט דעם ציבור אין זיין צונג און איז ביכולת אונז צו מאכן פארן קיין איראן אויף פורים צו זיין ביים קבר פון מרדכי הצדיק.
Under influence
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

געלייקט, אבער ביטע בלייב דא אפילו נאכ'ן לייק. נישט אנטלויף. ביזט דאך דאס בעסטע וואס מיר פארמאגן!
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

אנבעליוועבל!
איך האב אינזינען געהאט אזויפיל הערות בשעת'ן ליינען, אבער איך האב עס נישט פארשריבן , קלערענדיג אז אט אט ענדיגט זיך עס און דאן וועל איך שרייבןפון זכרון. אבער ווי וואס ווען. איך ליין און ליין און ליין און ווער נישט פערטיג. נישט קענענדיג זיך אוועקרייסן פאר א רגע צו נעמען א פען און פעיפער בין איך אזוי געבליבן ביז'ן פארענדיגן די ארטיקל, און ביי דעט טיים האב איך שוין פארגעסן אלץ וואס כ'האב געוואלט שרייבן.
עניוועי, שכוח מאראנצן און דיינע מיטארבעטער פאר די מייסטערווערק, ועוד חזון למועד איבערצוליינען און אריינווארפן מיי טו סענס
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

ראשעקאל האט געשריבן:אזא ארטיקעל איז פרעצענעדעטעלאז!!!! (אויב איך האב גוט געשריבען די ווארט)

האסט נישט, אבער ס'גארנישט. ס'איז א שווערע ווארט.

אזוי שרייבט/זאגט מען עס: פרעצעדענטלאז.

זאג עס איבער מיט מיר שטאטעלעך: פ-ר-ע-, ניין. נישט 'פרעה' דער רשע, האלט א רגע. נאכאמאל שטאטעלעך, פ-ר-ע-צ, ניין, דער וויל זאגן פרעצל! הערסט אויף? נאכאמאל: פ-ר-ע-צ-ע-ד-ע-נ-ט-ל-א-ז, גוט! יעצט שנעל: פרעצעדענטלאז פרעצעדענטלאז פרעצעדענטלאז. זייער גוט.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אי איתמר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך אי איתמר »

א הערליך זאפטיגע ארבעט!
דא ליגט א אב-נערמאלע פירסט הענד קראנטע אינפארמעישען,
אזוי בכבודי'ג אמתדי'ג אהן קיין ליצנות...וד''ל
פלצות אחזתני דעי היסטארישע באגעגניש ר' יחזאל'ע מערץ אשר יצר פאפיר מיט'ן חזון איש..,
אגב איז די חזו''א אלץ געווען קעגן די צד האוסרים טאקע פאר דעי סיבה..,
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

קיינע ווערטער קיינע ווערטער ... מאראנצן ווען דו האסט אנגעהויבן מיט פינקי האבן אלע געשריגן : דאס איז עס! געבראכן היסטארי.... די בעסטע ארטיקל ביז דאן!.... אזוי האבן מיר געמיינט. אבער בא הרב אייזענבערג וטפחו על פניה.. אלע האבן געזאגט יא פינקי איז פיין געווען אבער דאס... דאס איז דאך ..... היסטאריע. ... ווי דום זענען מיר געווען דיר אונטערצושאצן .
מאראנצן דו האסט געבראכן א רעקארד פון ברעכן רעקארדס...דאס איז די מערסט קלאסישער ארטיקל ביז דיין נעקסטע ארטיקל. איך האב נאך קיינמאל נישט געליינט אזא לאנגער ארטיקל דא אין ק"ש (אפילו מיינע אייגענע) אין איין צו ביזן סוף, ממש מיטן זעלבן אינטערעסע ווי ביים אנהייב.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

מאראנצען זאפט האט געשריבען
, און אברהם מרדכי שארפהארט האט ער אויף ספיד-דייל...

קען מיך איינער אפשר קלאפען אויפ'ן רוקען?!?!
מאראנצען דו ביסט איינס אין דער וועלט
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

[tag]מאראנצןזאפט[/tag], איך האלט בעצם נישט פון געבן קאפלימענטס סתם אין די וועלט אריין. פאר דעם האמיר די לייקס.
וואס זאל איך טון אז אפילו נאכן לייענען דיין אנדערע ביישרייבונגען בין איך נאך אלס פארגאפט איבער די רייכע אינהאלט פון דער ביישרייבונג!
.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ואשנה ואשלש עוד, כשמך כן תהלתך, דו ביסט א שרייבער בחסד עליון. וואס ווידער איז מיטן קאפ און מויל, ביסטו מיטן פעדער, פלאס פלאס פלאס!

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:אזא ארטיקעל איז פרעצענעדעטעלאז!!!! (אויב איך האב גוט געשריבען די ווארט)

האסט נישט, אבער ס'גארנישט. ס'איז א שווערע ווארט.

אזוי שרייבט/זאגט מען עס: פרעצעדענטלאז.

זאג עס איבער מיט מיר שטאטעלעך: פ-ר-ע-, ניין. נישט 'פרעה' דער רשע, האלט א רגע. נאכאמאל שטאטעלעך, פ-ר-ע-צ, ניין, דער וויל זאגן פרעצל! הערסט אויף? נאכאמאל: פ-ר-ע-צ-ע-ד-ע-נ-ט-ל-א-ז, גוט! יעצט שנעל: פרעצעדענטלאז פרעצעדענטלאז פרעצעדענטלאז. זייער גוט.

גוט געזאגט, דיינע סובסיטאטערס. טאקע אן אייזערנעם קאפ.
וירח ה' את ריח הניחוח
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

בעסטע ארטיקל וואס איך געדענק זינט קאווע שטיבל עקזיסטירט, כה לחי מיסטער אראנדש זשוס/זלמן ווידער
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

[tag]מאראנצןזאפט[/tag] ביסט בלי שום ספק די טאטע פון די שטיבעל,
כ'פיהל ממש גוט צו קענען זיין מיט דיר אויף איין סייט אין פאברענגען צוזאם,
להבדיל אזוי ווי דער ערל פילט ווען אבאמא אליין ענטפערט עיהם אויף טוויטער אויף זיין נארישע שאלה,

נ.ב. שוין איבער געליינט אפאר מאל, כ'קען נישט זייט ווערן.
שיק דאס אריין אלץ רעזעמי צו ווערן א שרייבער ביי די נוא יארק טיימס, אין א טאג דערויף ביזטו ביי זיי אויף א פעטע וועיד'ז בדוק ומנוסה, ;)
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

איים סארי מיסטער מאראנצןזאפט (וואלסט אגב געמעגט האבן מער א פראפעסיאנאלע ניק, נאך אלעם ביסטו דאך פון די עליטע) אבער נאכן ארויסגיין פון דעם אשכול האב איך געטראפן א פארריקט הערליכע ארטיקל פון אינזער נייעם חבר 'זיניגער' www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=6023 בין איך אביסל אנדיסיידעד פארוועם צו געבן דעם טיטל 'בעסטע ארטיקל' (פון מיין פוינט אף וויו פארשטטיצעך) איך וואלט עס צוטיילט פאר ביידע,
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

מאראנצן דו ביסט אייזן און ווי אויך דיינע מלוצות צווישן די שירות!!!!!!
wow!!!!!

זאג נאר וואוינס אפשר אין בארא פארק לאל....
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

מאראנצןזאפט נאך די אלע שבחים גילט שוין די כלל כל המוסיף גורע איינער האט דיך שוין אפילו דא צוגעטיילט די טיטל פאטער פון קאווע שטיבל דארף איך דעריבער רעדן מיט דרך ארץ און זאגן אפאר הערות

קול מבשר איז לדעתי שוין געווארן צו קאמפלאצירט, פון א ריבוי אנאליסן משפיעים פסיכאלאגן, היסטאריקער, ביזנעס קאנסאלטענסט, און אזוי ווייטער, ער וואלט לדעתי קלוג געטוהן ווען ער פאקוס'ט אויף נייעס און אקטועלע געדאנקן, מהיכי תיתי פאר א יום טוב אפאר שיינע אינטערוויו'ס, למעשה דאס וואס ער מאכט אינטערווי'ס יעדע שני וחמישי נעמט אוועק די חשיבות פון א גוטע אינטערוויו, ווייל מען הערט שוין בכלל נישט אויס קיין אינטערוויו'ס נאכדעם וואס די רוב איז סתם פלוידעריי און זעלבסט-בארימעריי פון וויכטיג מאכער'ס.
ער וואלט געדאפט האבן א קביעות'דיגע צוויי גוטע אנאליסטן איינער זאל זאגן א אנאליז יעדן טאג, און איינער איין מאהל א וואך און אזוי ווייטער, למעשה זעהט אויס אז ווער עס האט נאר א מויל און בויך ווייטאג איז געלאדענט עס אויסצוגיסן אויף קול מבשר, עס ברענגט אראפ די ניווא פון די גאנצע זאך, זלמן מיינט מן הסתם אז ער דארף כאפן יעדע בעל כשרון ווייל טאמער נישט וועלן זיי טרעפן [אדער עפענען] א אייגענע אכסניה אבער לדעתי איז דאס א טעות.
ביי דשורנאליזם איז נישטא אזא זאך אז מדארף צושטעלן א אויסוואהל פאר'ן עולם אז מזאל קענען אויסקלויבן וואס מ'האט ליב מדארף אויסלערנען דעם עולם וואס ליב צו האבן.

אפאר הערות אויף די אנאליזן אפטיילונג:

1) הערשל פרידמאן גייט אויף די נערווען ביטע חתמנ'ען א פעציטיע ער זאל אויפהערן זיך אויסגרעבצן אויף קול מבשר פוסטע דמיונות און ליגנטס, איך מוז אים נישט הערן אבער עס טוט מיר וויי ווי ער שאצט אונטער די אינטעליגענץ פון זיינע צוהערער און פיטערט זיי מיט שטותים

2) יצחק קלאר איז א זאך אבער ער דארף נעמען מער הייסע טעמע'ס און נישט אלעמאהל בלייבן פארהאנקערט מיט אבאמא און נאכציטירן לאנגע שטיקער פון קאנסארוואטיווע פרעדיגער, עס איז נישט און פלאץ ווען עס קומען פאהר הייסע גלאבאלע קריזיסן זאל ער זיך נעמען אויסגיסן זיינע שלום בית פראבלעמען מיט פרעזידענט אבאמא

3) אין מיינע אויגן איז די בעסטע אנאליסט אין קול מבשר יונה כהן איך ווייס נישט פארוואס מען האט אים געגעבן די אויפגאבע פון פינאנציעלע אנאליזן [ראזינקעס מיט מאנדלען] ער וואלט געדארפט אריינקומען מער מיט פאליטישע אנאליזען.

4) שמען ראלניצקי איז א מייסטערהאפטיגע אנאליסט טראץ זיין טרוקענע שפראך זענען זיינע אנאליזן צו די זאך און באלאנסירט און ווען אימער מ'הערט אויף 0 אז ער האט א פרישע לויף איך הערן.

דאן די אינטערוויו'ס:

1) יצחק שלמה דרעזנער איז א שטארקע חברה'מאן אין טרעפן געדאנקען וועם צו אינטערוויוען און טרעפט גאנץ גוטע פראגן און וועגן וויאזוי אריינצוקריכן אין דעם קרבן'ס קישקעס [וויאזוי שפירט עס נאך אזא אבידה?]
אבער דא ענדיגט זיך עס, איך מיין אז ער וואלט געדארפט אפירזוכן די מענטש וועם צו אינטערוויען און אנגרייטן אפאר שאלות און די מלאכה לאזן פאר א צווייטן, ער האט אפאהר שטארקע חסרונות, ער הערט נישט אויס דעם מענטש וואס ער אינטערוויואירט, ער פרעגט איבער די זעלבע פראגע אפאר מאהל, ער איז טיילמאהל נישט סענסעטיוו צו יענע, און איבער אלעם איז קאמיש ווי ער קומט אלעמאל מיט די נישט ריכטיגע מליצה און בכלל האט ער גאנץ א ארימע שפראך, [ער איז א בלי ספק א טאלאנטפולע אינגערמאן אבער פארט א שוואכע אינטערוויער]

2) הערשל פורים איז געווען א חורבן פון א אינטערוויוער אבער לעצטנס טוט ער עס מער נישט

3) די סאמע בעסטע אינטערוויער איז הענדל ברייער [מאראנצן היתכן האסט אים אויסגעלאזט?] ער האט א געשליפן צינגל מיט א זיסע קינדערישע מאנסי-סקווירא אקצענט, א שואל כענין און פארמאגט א עלעקוואנטע שפראך ער וואלט געדארפט איבערנעמען די דשאב און ווי געזאגט האלט איך אז איין אינטעריוו א וואך איז איבער גענוג

זלמן דו הערסט??????
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

לעצטענס האב איך געזעהן א פאל (POLE), אז ניינציג פראצענט חסידישע יודען ווען זיי טרייען צו זייער פאן האט סערוויס ריפען זיי קול מבשר
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

ווען מאראנצען זאפט ווערט פארשווינדען פאר א וואך, ווייסט מען אז ס'קימט א גיטס
פארשפארט