בלאט 1 פון 1

פארום "שבת אחים"

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 11:00 pm
דורך באריסטא
מיר עפענען א נייעם פארום וואס ווערט גערופן "שבת אחים". דער פארום איז אפן בלויז פאר מעמבערס פון "קאווע שטיבל". אלע ניקס וועלכע זענען רעגיסטרירט געווארן ביז היינט האבן צוטריט צו דעם פארום. די פריש-רעגיסטרירטע ניקס פון היינט און ווייטער וועלן דארפן שרייבן 25 הודעות צו קענען אויטאמאטיש באקומען צוטריט צו דעם פארום.

דער ציל איז צו געבן פאר אלע אונזערע מעמבערס אביסעלע פריוואטקייט, ווען זיי שפירן באקוועמער צו שרייבן עפעס צווישן דעם היימישן עולם, און נישט אז עס זאל זיין אפן פאר דער גאנצער וועלט צו לייענען.

פאר דעם נייעם פארום, דרוקט דא:
"שבת אחים"

אויף דער הויפט זייט געפונט זיך "שבת אחים" אונטער דעם "אידישע און אלגעמיינע נייעס" פארום.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 11:15 pm
דורך פישלע העררינג
שיינע איינפאל, באריסטא. מה דינו של פארום זה בנוגע לקאווע בלעטער?

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 11:18 pm
דורך באריסטא
לכאורה וועסטו דארפן פרעגן רשות פון יעדן שרייבער אויב זיי ווילן עס מפרסם זיין אין די בלעטער.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 11:26 pm
דורך דריידל
איך כאפ נאכנישט פארוואס דאס פעלט אויס, אבער איך שטעל ק"ש אויף די חזקה.
ק"ש האט מיך נאך קיינמאל דיסאפוינטעט

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 11:26 pm
דורך אפטעמיסט
ס'איז לא יאומן! קאווע שטיבל ברייטערט זיך אויס אויף די לענג און דער ברייט און גאלאפירט אויף פאראויס מיט אן אומ-אפשטעלבארע שנעלקייט! מ'דארף מעיין זיין צי מ'ברויך מאכן א ברכת הטוב והמטיב בשם ומלכות.

נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 1:00 am
דורך נולד מאוחר
סאיז כדי צישרייבן 25 תגובת צי קענען ליינען מאראנצעןזאפטס ארטיקעל דארט.

נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 3:00 pm
דורך סאשי פיש
דריידל האט געשריבן:איך כאפ נאכנישט פארוואס דאס פעלט אויס, אבער איך שטעל ק"ש אויף די חזקה.
ק"ש האט מיך נאך קיינמאל דיסאפוינטעט

ווייל קאווע שטיבעל האט איבער טויזענט געסט וואס האבען זיך נישט איינגעשריבען, און ווי מער איינגעשריבענע עס איז דא, איז דא מער הודעות/אשכולות - מען באקומט מער לייקס פאר אן ארטיקעל, און אזוי בליט די סייט, איז פאר [tag]באריסטא[/tag] בייגעפאלן א גוטע עצה פארוואס א מענטש זאל זיך וועלן איינשרייבען.

נאכדערצו אז [tag]מאראנצןזאפט[/tag] האט אהינגעלייגט די ארטיקעל פון יארע 2014 וועט יעדעם ברענען די הויט זיך איינצושרייבען.

נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 3:26 pm
דורך נולד מאוחר
ווילסט מיר זאגן שבת אחים גייט זיין מער ציענד ווי מאחורי?

נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 5:48 pm
דורך איש עברי
יעצט וועלן אלע אייוועלט האקערס דארפן זיך איינשרייבן זיי זאלן חלילה נישט פארפאסן א שטיקל כפירה

נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:03 pm
דורך ראשעקאל
אז מ'איז נישט אריינגעסיינט ווייסט מען נישט וואס מ'פארפאסט. דארף מען דא מעלדען אז דר'עולם זאל אריינסיינען צו ליינען די נייע הערליכע ארטיקעל פון [tag]בן תמליון[/tag] וועגן וואלוויש ווייסהויז און משפחת ווייסהויז.
ר' וואלוויש - קנין אחד

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 12:45 pm
דורך חכם עתיק
איש עברי האט געשריבן:יעצט וועלן אלע אייוועלט האקערס דארפן זיך איינשרייבן זיי זאלן חלילה נישט פארפאסן א שטיקל כפירה


פערצופאל אין אייוועלט גייט פאר א גאנצע סומטאכע..

אנגעהויבן האט זיך עס ווען אונזער ידיד ברסלבער האט געשריבן א שיינעם ארטיקל אין עבודת השם, איז געקומען ניקים און האבן פארפירט היתכן א ק"ש שרייבער מעג דארט שרייבן וכו'.. דערנאך האט איינער פון די מנהלים פון יענעם אייוועלט חדר, געלעגער שמו, געשריבן א לאנגס מיטן נאמן "זענען מיר טאקע אוט אויף טאטש" ווי ער איז מוחה אויפן ארונטערייסן ברסלבר, ער טענהט עס איז נישט אונזער דאגה וואס א שרייבער טוט א מינוט פארן שרייבן און דערנאך.. די עיקר נישט שרייבן קעגן די תורה און קעגן חוקי האייוועלט.

עכ"פ היינט איז שוין געקומען א מעלדונג אז די גלעגער פליעט פון זיין אמט פארן זיין צו לינקס און צו קאאל.. עס בלעטערט זיך שוין 5 דפים צו דאס איז אמת אדער אפריל 1 פאלל..

ליינטס און האטס קאפוויי..

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 1:08 pm
דורך ווישעווער

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 4:00 pm
דורך שעפטל
איך האב גראדע אפגעשריבן א שטיקעלע חקירה "איז דער נייער די עי'ס מהלך א גוטע צו נישט?" , און עס אריינגעלייגט אין שבת אחים, פשוט ווייל איך וויל טאקע הערן די מיינונגן פונעם איינגעשריבענעם ציבור און זעהן ווי זיי קוקן עס אן...

איז דאס א גוטע זאך אז כ'האב דאס געלייגט אין שבת אחים?

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 4:04 pm
דורך לית דין בר נש
I'll tell you the honest truth
די פרעגסט מיך היינט איז די ענטפער יא
די פרעגסט מיר ווען פינף חדשים צוריק איז די ענטפער ניין!!!

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 4:04 pm
דורך כוכב
הונדערט פראצענט. עס געהערט נאר אין שבת אחים.

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 2:28 pm
דורך Ben-Shishim
@Sheftel
I am 100% in agreement, it belongs in Shevas

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 3:10 pm
דורך שעפטל
גערעכט פון איין זייט... אבער כ'זעה אז ס'נאכנישט גענוג אויפגעכאפט...