קול חומת הדת -יענקעלע כהן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 1073 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1880 מאל

קול חומת הדת -יענקעלע כהן

שליחה דורך איש עברי »

נאך מאראנצןזאפט'ס זאפטיגע מאראציגע אשכול איבער קול מבשר, וויל איך ווידמען אפאהר שורות איבער נאך א פאפולערע האטליין

קול חומת הדת שעל ידי היהדות החרדית – נישט מער און נישט ווייניגער. נעמליך די יהדות החרדית האט געעפנט א אפיציעלע האטליין, אויב ווילט איר וויסן סיי וואס די אפיציעלע שטעלונג פון די יהדות החרדית אט איז די אדרעס.
דארט איז דא קנעפלעך פאר יעדע פירצע קברים, ביי האר, דידדשיטל קאמערעס און די חומר העוון פון זיך באטייליגן ביי כינוס כלל ישראל.
דארט איז די אדרעס היינט ווי מען קען הערן פרעדיגן יעדע עקסטרעמיסט וואס מען האט שוין אויסגעשפיגן פון אלע בתי מדרשים און האבן שוין נישט קיין פיזישע לאקאציע ווי צו גיסן זייער הבל ורעות רוח.

זיין קליענטעל איז גאנץ א גרויסע, דער האטליין האט געשאפן א סארט גלאבאלע קאמיוניקאציע מיטל פאר אלע מענטשן-האסער ארום די וועלט, מער ווייניגער קליינע גראבע יונגעלייט מיט גראבע בעקעלעך וואו מען דרוקט אריין די שווארצווייסע ברילן.
זיינע צוהערער זענען געוועליך די מאגן ליידענדע וואס ליידן אויף נקיות הגוף און זיצן שעות ארוכות אין די הכנות קעמערלעך, דעריבער דינט די האטליין ווי א שטארקע אונטערהאלטונג און א שטארקע הילף פאר די הייליגע הכנות פראצעדור.
די אנפירער איז א יונגערמאן יענקעלע כהן א גרוש מיט א טוץ דיסארדערס, ער האט אימעגרירט פון ירושלים ווייל ער האט דארט נישט געקענט טרעפן קיין שידוך ווייל ער האט געהאט א שלעכטן נאמען, ער האט חתונה געהאט מיט א קרית יואל'ע מיידל וואס האט אים אוועקגעקאפעט נאך אפאהר וואכן.
ער איז א צורידערטע פארשוין וואס מאכט צימערמאן אויסקוקען פאר א מעסיגער, ער האט אבער א עלעקעוואנטע שפראך וואס דאס גיט אים אביסל לעגיטימאציע ביי פארהעלטנסמעסיג נארמאלע מענטשן. ער האט גאנץ א שארף פיסקל און ער דרייט אהן דארט מערכות און ער רייסט אראפ יחידים ככל העולה על רוחו, און נארמאלע אומשטענדן וואלט מען אז איינעם ארעסטירט פאר העצן צו געוואדטאטן, אבער ליידער און אונזער וואוילע סאסייעטי לעבט ער און לאכט און שפייט זיינע גיפט ואין פוצה פה ומצפצף.
ער דרייט זיך אין מאנסי און סאטמאר בית המדרש ווי ער נעמט צוזאם נדבות ביי תמימות'דיג אידן צו אנגיין מיט זיין עבודת הקודש, אויך אויפ'ן האטליין מאכט ער אפטע אפיל'ס פאר זיך אליין און איך שטעל מיך פאהר אז דער עולם רופט זיך אהן ווארעם צו שטיצן דעם קליינעם וואגאבונד ער זאל קענען אנגיין מיט זיין דשיהאד מיסיעס מתוך הרחבת הדעת.

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר