בלאט 1 פון 1

תפלות, הייסע טרערן, און באקטעריע

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:43 pm
דורך גוגל-הדור
לויט ווי ס'ווערט באריכטעט אין די ישראלי'שער מידיא, איז ציווישן די סידורים'לעך און תהלים'לעך ביים כותל פארהאן באקטעריע אין אומגעהויערע ציפערן. די סכנה דערפין איז זעלבסט-פארשטענדליך, און ס'איז זיכער אז לולי די ערענסטע תפלות וואס די נשים צדקניות לייגן אריין אין די תהלים'לעך וואלט די נישט מיטיגירטע סכנה געהאט ערענסטע קאנסעקווענצען.

די כותל רב מטעם, רב שמואל ראבינאוויץ, איז בדעה אז די באקטעריע איז א תוצאה פון די זעלבע נשים צדקניות. באמערקנדיק אז די נשים פירן זיך צו שטעלן דעם תהלים'ל הארט נעבן דעם פנים ווען זיי דאווינען און וויינען, איז ער געקומען צו די מסקנא אז אט די טרערן זענען די אורזאך פון די הויכע ציפערן פון באקטעריע וואס טרעפט זיך אין די תהלים'לעך.

אזוי צו אזוי, דארף מען געווארענט זיין זיך גוט אנזייפן און וואשן די הענט נאכ'ן פארטיגן צו דאווינען ביים כותל פאר'ן אנרירן סיי וואס. אדער מיטברענגן אייגענע תהלים'לעך.

שומר פתאים ה'

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:44 pm
דורך [NAMELESS]
דאס איז סתם ראבינאוויטשעס מיינונג אדער ער האט געמאכט א סיינטיפישע שטודיא אויף דעם??

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:47 pm
דורך שמואל הלוי
אהא... יעצט ווייס איך שוין פארוואס מ'טאר נישט גיין צום כותל. :lol:

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 2:42 pm
דורך דבילה
ראשעקאל האט געשריבן:דאס איז סתם ראבינאוויטשעס מיינונג אדער ער האט געמאכט א סיינטיפישע שטודיא אויף דעם??


ס'איז מיין אפיניען אז ס'איז נאר ראבינאוויטש'ס אפיניען אז דאס קומט פון די פרויען'ס טרערן. ס'אחלק פון די גרעסערע חרדי'שע פענאמינאן פון אינסטיקטיוולי אנשמירן די פרויען מיט נאך אביסעלע שולד. הגם אז ס'קען גאר שאטן מיט ברענגן מער טרערן און מער באקטעריע... גיי פארשטיי

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
דורך געפילטע פיש
כ'פארשטיי נישט, ס'שטייט דארט אז די באקטעריע איז E.Coli און Fecal bacteria, ווי קומט דאס צו טרערן?