בלאט 1 פון 1

עס חלומ׳ט מיר - ליד

נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 4:31 pm
דורך הוגה
עס חלומ׳ט מיר, ווי איך זינג א ליד
איך וויל פארשטיין, אלעס דינג
אויב דו זעהסט די וואונדער, אין א מעשה׳לע
קענסט לייזען וואס ס׳קומט דיר, טראץ דיינע דורכפעלער
איך גלייב אין די מלאכים
עפעס גוטס אין איטלעכער פערזאן מ׳דערגייט
איך גלייב אין די מלאכים
ווען איך ווייס די צייט אויף דעם איז גרייט
ביים טייך איך שפאציר - עס חלומ׳ט מיר

עס חלומ׳ט מיר, איך פאנטאזיר
עס העלפט מיר צו, אויף א יעדע ריר
און מיין ציל מאכט אז, ס׳זאל לוינען ביז גאר
עס טוט מיר שטופן פאראויס, נאך א יאר און נאך א יאר
איך גלייב אין די מלאכים
עפעס גוטס אין איטלעכער פערזאן מ׳דערגייט
איך גלייב אין די מלאכים
ווען איך ווייס די צייט אויף דעם איז גרייט
ביים טייך איך שפאציר - עס חלומ׳ט מיר
ביים טייך איך שפאציר - עס חלומ׳ט מיר



.

עס חלומ׳ט מיר - פורים ווערסיע

נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 4:32 pm
דורך הוגה
עס חלומ׳ט מיר, א גאנצע צייט
עס פילט אזוי גוט, ס׳ברענגט מיר פרייד
ווייל איך גלייב די וואונדער, א יעדע מעשה׳לע
פועל׳ט שידוכים און קינדער, אן קיינע דורכפעלער
איך גלייב אין אלע רביס
זיי פראווען מפתים טאג און נאכט אן אויפהער
איך גלייב אין אלע רביס
זיי ברענגען השפעות אויף די וועלט מער און מער
לאמיר טרונקען ביר - עס חלומ׳ט מיר

עס חלומ׳ט מיר, איך פאנטאזיר
עס העלפט מיר צו, אויף א יעדע ריר
איך דארף שוין נישט קיין שכל, אויף אלעם ענטפערט ער
כ׳האב נישט קיין לחם לאכול, דאס איז דאך גאט׳ס באגער
איך גלייב אין אלע רביס
זיי פראווען מפתים טאג און נאכט אן אויפהער
איך גלייב אין אלע רביס
זיי ברענגען השפעות אויף די וועלט מער און מער
לאמיר טרונקען ביר - עס חלומ׳ט מיר
לאמיר טרונקען ביר - עס חלומ׳ט מיר


.

נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 9:50 pm
דורך לעיקוואד
איך האב געטראפען פונקט א ניגון וואס שטימט ממש אויף די ווערטער
viewtopic.php?p=170803#p170803

נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 10:07 pm
דורך הוגה
לעיקוואד האט געשריבן:איך האב געטראפען פונקט א ניגון וואס שטימט ממש אויף די ווערטער
viewtopic.php?p=170803#p170803


אה! איך האב געווארט צו זעהן ווער וועט זיין די ערשטע צו כאפן אז דאס איז א טראנסליטערעישאן פון I Have A Dream דורך Abba.

די ערשטע ווערסיע האב איך פרובירט צו האלטן טריי צום מעסעדזש און פארם פון די ארגינעלע ליד. דאס איבערטייטש איז געגאנגן אביסל שווערליך ממילא האב איך געמוזט אוועק נייגן פון די ליטעראל אפטייטש. ומכאן הקריאה יוצאת, אויב האט איר א בעסערע ליניע אדער ווארט וואס ברענגט בעסער ארויס דעם מעסעדזש, ביטע לאזט אייך הערן.

די צווייטע ווערסיע איז שוין יא מיין אייגענע חידוש, באזירט נאר אויף די פארם פון די ארגינעלע ליד.

דא האט איר די ארגינעלע ליד:

I have a dream, a song to sing
To help me cope with anything
If you see the wonder of a fairy tale
You can take the future even if you fail
I believe in angels
Something good in everything I see
I believe in angels
When I know the time is right for me
I'll cross the stream - I have a dream

I have a dream, a fantasy
To help me through reality
And my destination makes it worth the while
Pushing through the darkness still another mile
I believe in angels
Something good in everything I see
I believe in angels When I know the time is right for me
I'll cross the stream - I have a dream
I'll cross the stream - I have a dream


.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 10:58 am
דורך Ben-Shishim
לעיקוואד האט געשריבן:איך האב געטראפען פונקט א ניגון וואס שטימט ממש אויף די ווערטער
viewtopic.php?p=170803#p170803



נא!!!!! קול באשה :roll: