להצדיק את הצדיק

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

להצדיק את הצדיק

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

[justify]שלום עליכם טייערע חברים, שוין לאנג נישט געהאלטן דעם פעדער און האנט בעסער געזאגט שוין לאנג נישט געדריקט די קנעפלעך אויפן שליסל-ברעט. דאס קאמפויטער מיינער ליגט פאר יותמ'ט און שאפע און דער פלאך פונעם קי-בארד זאמעלט שטויב פון ליגן אומבארירט אזוי לאנג. אבער ווי זאגט קהלת: לכל זמן ועת לכל חפץ און אין לשון המדרש אפילו קיבארד שבארון תלוי במזל.

היינט ג' אדר איז ארויס אן הכרזה למעלה אז בנימין פרענקלין יר"ה זאל נוקף זיין זיין אצבעו למטה אינעם שליסעל ברעט און אפשרייבן אן הודעה. און ווי נאר דער הכרזה איז ארויס איז אויפן ארט מיר באפאלען אן אבסעסיע און א קאמפלעקס האט באנומען מיין גאנצע וועזן אז איך מוז זאפארט זיך לאזן הערן אינעם שטיבל, אז נישט וועט מען חלילה זאגן אז הקדיח בנימין תבשילו ברבים ווי כאילו איך בין חלילה נחמץ געווארן און זיך אריבער געצויגן צו אונזער ברידער אין אייוועלט אדער אנדערע געמיינע פלעצער ווי אנדערע באנדיטן האבן שוין ליידער געטוען. האב איך זיך אנגעשטרענגט און אראפגעשלעפט דעם כלי פונעם אויבערשטן פאליצע אראפ געשארט א טפח דיק שטויב און זיך גענומען שרייבן והנני פלעגט מיין רבי טייטשן און דא בין איך.


דער אמת איז אז די סבה פארוואס איך שרייב ווייניג לעצטענס איז וויבאלד מיין ביז איצטיגער ביזנעסס ווי איך פלעג ארבעט פון ניין ביז פינעף איז געגאנגען באנקראט. און דער מסבב כל הסבות האט מיר אזוי אריינגעשיינט א מחשבה אין קאפ אז דאס מאל זאל איך פרובירן גיין אליינס, "גענוג געווען מיט די עבד לעבדים קללה" האט א בת קול אריינגעשריגן און מיין אויער אזש עס האט מיר שיעור טויב געמאכט. נו, אז א בת קול שרייעט, אפילו עס קומט נישט דירעקט פון חורב, פאלגט מען. בין איך אריינגעשפרינגן ווי נחשון בן עמינדב און ים הגדול נאר דאס מאל אנשטאט דער אייבישטער זאל זאגן פאר משה הרם את מטך און שפאלט דעם ים האט ער מיר א צו געטוען ביים אויער און אריינגעמורמעלט: בנימין טייערע, כאפ א שווים! און א שווים האב איך געכאפט. ב"ה ברוב רחמין וחסדיו עד הנה האב איך זיך דערווייל נישט דערטראנקען און מיר בעטן דעם באשעפער בכל לשון של בקשה ואל תטשנו לנצח.

קיצור הדברים אז מען ארבעט פאר זיך אליינס ווייסט מען נישט ווען צו מאכן א סטאפ! אוןממילא איז נישטא קיין צייט פאר ווייב, קינדער, און פאר חברים און פארשטייט זיך אויך נישט פאר קאווע שטיבל. אבער דא און דארט בין עדר לעדר ליין איך און איך כאפ אריין אפאר זאפטיגע אשכולות און סשרייעט זיך ארויס א שבח והודאה פארן הייליגען באשעפער ב"ה עדיין יש תקוה.

דער אמת איז איך האב געוואלט שרייבן וועגן א געוויסע נושא להצדיק את הצדיק (רמז: הרב יונתן ריעטטי מיט זיינע לעצטיגע שיעורים) נאר מיינע פינגערס טוען מיר שוין וויי וועלן מיר דאס איבערלאזן פאר קומענדיגע וואך. סטעי טאנד.[/justify]
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

oh welcome back
איזהו גיבור ?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

אוי האב איך דיר געמיסד.
בעזה''ש וועט דיין נייע ווענטשאר שנעל מצליח זיין און וועסט קענען אונדז און דיך מהנה זיין נאך מער פון אמאל.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

אוי, ס'איז שוין מוצאי שבת יעצט? מ'מוז לויפן רוקען די זייגער... שלום עליכם מלוגמא טייערע.
(- - -)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

הנותן מתנה לחבירו צריך להודיעו.
א דאנק פאר'ן זיך לאזן הערן. מיר ווארטן מיט דארשט.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

פישל'ע העררינג האט געשריבן:אוי, ס'איז שוין מוצאי שבת יעצט? מ'מוז לויפן רוקען די זייגער... שלום עליכם מלוגמא טייערע.

און וועלעכע TIME ZONE ביזטו אז די האלטסט שוין דארט?
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

מ גפני האט געשריבן:
פישל'ע העררינג האט געשריבן:אוי, ס'איז שוין מוצאי שבת יעצט? מ'מוז לויפן רוקען די זייגער... שלום עליכם מלוגמא טייערע.

און וועלעכע TIME ZONE ביזטו אז די האלטסט שוין דארט?

בענזשאמין פרענקלין שרייבט כמעט נאר מוצאי שבת. ועל כגון דא נאמר ודי למבין.
(- - -)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

!You're such a tease
קום איך אריין, איך זעה אז זינט מאראנצענ'ס ארטיקל האט דאס מקום אביסל אויפגעלעבט, ארטיקלען אויף דא און הא, אבער אז די כוואליעס האבן זיך דערשלאגן ביז קיין בעדנזשאמין? אויף דאס האב איך זיך שוין נישט געראכטן. הקיצור, להצדיק את הצדיק, גייט מען מאכן א פרישע קאווע, פרענקלין לייענט זיך בעסער מיט אביסל חמין כידוע, כ'זעץ מיך אוועק, מ'גיימער לייענען א לענגס און א ברייטס, וואס איז דאס? להצדיק וועם? ווער איז דאס דער צדיק? מיינט ער בלשון סגי נהור? אפשר וועגן די עצרת מילאן? אפשר גאר רב פאלק? פוטין? אותו מקום ראיאטן? וואס האט אינספירירט בנימין לראות ולהיראות? זלמן ווידער? נע, כ'גלייב נישט.

שוין, מיט די גאנצע נייגער הויבט מען אן צו לייענען, אבער וואס? סתם אז מ'ווישט שטויב פונעם קלאפער געצייג, און אז נאך צוויי מינוט הויבט די פינגער אן וויי צו טוהן? מ'האט שוין געהערט אז מענטשען וואס מאכן נישט קיין איבונגען פאר א לאנגע צייט ווערן שנעל פארזשאווערט, אבער אזוי שנעל? נישט דאס האט די פסוק געמיינט!

בנימין, מיר לאזן זיך נישט אזוי גרינג, געב ארויס וואס ליגט דיר אויפן צינג.
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך דער שכן »

ר׳ הונדערטער, איר זיינט געוואלדיג. איך פוץ מיר די אויערן און די אויגן פאראויס צו קענען הערן און לייענען אייערע געטראכטעכצער. איר שרייבט געשמאקעדיג און נארהאפטיג שיין, קע״ה. זיס צום גימען.
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

מר פרענקלין מיין הארץ פרייד זיך פאר דיין הצלחה און איך האב הנאה אז די גייסט האבן פילע בילדער פון דיר אין דיין האנט.

אבער וואס עפעס זענען די חבירים דא שולדיג דערין ? אזש ביזן אראפציען די מכנסיים אין פובליק, כמיין וואס קען איך זאגן נאך אזא אנגעהויבענע ארטיקל ? !
אז כבין געבליבן לעקיש ??? ווייניג געזאגט
איז לאמיר קלאר מאכן די בילד פאר מיר צוקריגן זיך אויף אייביג ,דיין ארטיקל וועט מוזן משלים זיין דעם חסרון און מעוות וואס די האסט דא אנגעגרייט, און געדענק עס איז נייע צייטן אין שטיבל, מאראנצןזאפט האט באוויזן צו שרייבן אן ארטיקל לענגער ווי הוגה, לולקע ציבעך, לעיקוואוד און יאיר'ס הערות בענאזאם, און יעדעס וואראט (כלשון מיילעך בידערמאן ..) האט געשטימט און געצויגן צו די קומענדיגע ווי א צבת בצבת עשוי' איז זיי מוחל שטרענג דיר איבער און זיי מנחם דעם פאראבל'טען ....
נו גילוי !
הצלחה רבה
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
פארשפארט