להצדיק את הצדיק חלק ב'.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

להצדיק את הצדיק חלק ב'.

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

[justify]אקדמות מילין איידער איך פאנג אן צו פארציילן מיין מעשה וויל איך מקדים זיין אז איך כ'בין נישטא מספיד צו זיין הרב ריעטטי, כ'וועל דאס איבערלאזן פאר מאראנצזאפט, נאר פאר די וואס ווייסן נישט פון וועם מען רעדט, נאט אייך אפאר קורצע ווערטער איבער דעם פערזאן און זיין ביאגראפיע:

רבי יונתן ריעטטי איז אן אפּשטאמלינג פון דער ספרדישער גדול דער בן איש חי און א זון פון דער בארימטער בריטישער אקטיאר ראבערט ריעטטי, באקאנט ווי 'דער מענטש פון אַ טויזנט וואָיסעס' און 'קעניג פון די דובבערס', ער איז א בעל תשובה געלערנט אין געיטסעד און די לעצטע צוואנציג יאר פראקטיצירט ער קונסולטינג צו עלטערן פון קינדער מיט הייפעראקטיוויטי און אנדערע פראבלעמען.

די לעצטע צען יאר איז ער מער באקאנט געווארן אלס רעדנער און בעל מחנך נפלא און אלס "ראביי" ריעטטי קומען מענטשן פון נאנט און ווייט צו הערן זיינע דרשות, אזוי אויך זענען זיך אסאך שואל עצה מיט אים מיט זייערע פערסענאל פראבלעמען ווי חינוך און שלום בית.

איך וויל מיטטיילען פארן עולם אן אינטערעסאנטע עפיזאד וואס איך האב געהאט מיט אים לעצטענס.

הרב ריעטטי איז א געוואלדיגע רעדנער און א שטיקל קאמידיען אויך, מיין ווייב, זאל דערלעבן משיח, האלט אז ער איז גאר א גרויסער קאמידען עד כדי ער קען זיך פארמעסטן מיט אזעלכע לייבן ווי לוסטיג ענד קא. אבער אני כשלעצמי האלט אז ער איז מער ווי ר' אבא חייא טויבער א גוטער בעל דרשן מיט א געזונטער חוש ההומור.

ווי אויבנדערמאנט, איז ער א זון פון אן עקטער און ווי עס קוקט אויס פליסט אקטארישע בלוט און זיינע אדערן. אויפן טעלעפאן ליין אדער אויף א טעיפ איז ער נישט אזוי מורא'דיג, אבער לייוו נעמט ער די טארט! ער לויפט און מאכט תנועות מיט די הענט און די פיס ממש ווי רבי עקיבא בשעה שהיה עומד להתפלל, ער פאנגט אן זיין דרשה בזווית אחת און ביים סוף דרשה טרעפט מען אים בזווית אחרת, ער לויפט און שפרינגט שרייט און זינגט און אינטערטעינט דעם עולם כמו שצריך.

איין טאג האט אנגעפאנגען צירקולירן שמועות אין אונזער מחנה אז ער גייט האלטן א לייוו קאנפערענס בעניני חינוך ובעניני אמונה ודעות און עס קאסט 250 דמי השתתפות און דארט וועט מען הערן גילויים נוראים וואס די וועלט האט נאך נישט געהערט זייט דער קרעטשניפער האט מגלה געווען דעם סוד פון א גלעזעל הייניקן נאך א טעלער זכר באנדלעך.

מיין אשה כשרה שאינו עושה רצון בעלה האט זיך צוגעכאפט דערצו ווייל מן הסתם אז ער בעט געלט איז ער עס ווערד, און נישט יעדן טאג קומט אונטער אזא גאלדענע געלעגנהייט. כ'וועל נישט דורכגיין די גאנצע שלום בית אונזערע, בעיקר האט זי געהאט צוויי שטארקע טענות פארוואס מיר מוזן אויסהערן דעם לייוו קאנפערענץ, איינס ווייל ער גייט רעדן פון חינוך און לעצטענס האט זי געהערט ווי אונזער אינגעל פון זעקס יאר האט זיך אונטערגעמורמעלט אז ער האט נישט קיין נערווען צו זיצן 9 שעה און חדר און זי ווייסט פשוט נישט ווי אזוי צו הענדלען אזא ערנסטע קאטאסטראפע, צווייטענס גייט ער רעדן וועגן אמונה ודעות און אזוי ווי זי ווייסט אז איך האב ערנסטע פייגלעך אין קאפ אז די דיינעסאר ביינער זענען געווען פון עכטע חיות וויל זי אז איך זאל הערן די דרשות און איינזען ווי פאלש מיינע דעות זענען -עס איז ווערט אלע געלטער- האט זי זיך געאייסערט אזוי וועסטיך ארויסהאקן אזעלכע נארישקייטן פון קאפ.

מיט אלע אירע טענות אינאיינעם האב איך נאך אלץ נישט געהאט קיין חשק צו צאלן צוויי הונדערט און פופציג דאללער, אבער ווי מער איך האב איר פרובירט אפרעדן אלץ מער איז איר חשק געוואקסען, אזוי ווי דער צפרדע אין מצרים, צום סוף האבן מיר געמאכט א פשרה און מען האט געטוען ווי זי האט געוואלט, מען האט געצאלט צוויי הודערט און פופציג און זיך איינגעשריבן.

ויהי אחרי האיינשרייבן האבן מיר באקומען א טעלעפאן נומבער און א ספעציעלע קאוד נומבער וואס מיר זענען אנגעזאגט געווארן בחיינו אז מיר טארן חלילה דאס נישט אויסטוישן מיט קיינעם -דאס איז אויסדריקלעך נאר פאר די וואס האבן באצאלט דעם קורס- האבן זיי אונז געווארענט. מיר האבן גונז געווען דעם שטיקל פאפיר מיטן נומער און דעם קאוד אויף די הויכע שאפע און אונזער חדר המיוחד.

איך געדענק, נישט מער געדאכט, אז איין וואך האט די פאפיר געפעלט, און מיר האבן נישט געקענט געפינען דעם צעטל מיט די נומערן, מיין ווייב האט גלייך חושד געווען אונזער מעשה ערליתט'נו באמצע, די יעניגע וואס טוט די ארבעט וואס עס "פאסט" נישט פאר א בת מלך צו טוען ווי למשל וואשן א טוילעט, (כמיין וואס ווילסטו סוף כל סוף זענען מיר נעבעך אין גלות צווישן די גוים). לאחר חקירות און דרישות האט זיך ארויסגעשטעלט אז זי שטאמט גאר פון אידן, זי איז א אכצענטע דור פון די אנוסים פון שפאניע זי האט נעבעך זייער געוואלט מיטהאלטן די פייערדיגע דרשות פון הרב ריעטטי און קיין צוויי הונדערט פופציג דאללער האט זי נישט, האט זי בלית ברירה געלייגט א יד אויפן פאפיר מיט די באהאלטענע קאוד. מיר האבן איר געזאגט אז דאס מאל זענען מיר איר מוחל און מיר וועלן עס פארשווייגן אבער קומענדיגעס מאל גייט דאס גלייך צו זלמן ווידער אויף קול מבשר.

עניוועי צוריק צו הרב ריעטטי, די שיעורים לדעתי זענען געווען כמעשה, מיין ווייב זאגט אבער אז עס איז געווען משוגע צו ווערן, אזאנע יסודות אין חינוך און אמונה אז עס איז באמת ווערד טויזענט דאללער און דער הרב ריעטטי איז ממש א צדיק אז ער געט עס פאר א פערטל פרייז. איך האב זיך נישט געקענט דינגען מיט איר ווייל ליידער בין איך נישט אנגעקומען צו הערן מער ווי דער ערשטער שיעור צוליב כמה סיבות, און בעיקר ווייל איך האב נישט געקענט סובל זיין זיין זיכערקייט מיט וואס ער איז איבערצייגט אז דער ווארט נסיון מיינט זיבן זאכן לנוס נס נסה וכו', און אלעס ליגט אין לשון קודש.

דאס אלעס איז אן הקדמה צו וואס איך וויל צוקומען. למעשה האב איך געהאט א שטיקל הארץ אויף דעם רבי ריעטטי, הלמאי ער בעט געלט פאר זיינע שיעורים, ווי נישט ווי צוויי הונדערט פופציג דאללער פאר אפאר שיעורים אויף חינוך און אמונה איז עפעס נישט אין פלאץ. איך קען זיך נישט מצייר זיין ווי הרב פנקס אדער הרב וועלבא און אפילו נישט הרב עובדיה זאל בעטן געלט פאר זייערע שיעורים בעניני יהדות. מילא ביי אונז חסידים נעבעך זעמער געשלאגן מיט נאכלויפן דעם דאללער מחמת ריבוי הילידים און מיעוט הפרנסות און ממילא פארשווארצט מען זיך די פנים פאר א אפאר גרינע גרייצערס אפילו עס האט נישט קיין שום פשט.

נעמטס למשל הרב וואזנער פון מאנסי דער דיין ביי די אהרונים, ער געט שוין יארן שיעורים אין הלכות טהרה (אדער און הלכות סופרות) פאר געלט, עס איז טראגי-קאמיש צו זען פון נעבעך אויסגעזעקלטע אינגעלייט קומען אים געבן זייער לעצטע פאר גראשן ער זאל זיי געבן סמיכה און אויסלערנען די חילוק פון ברוין און רויט. איך בין נייגעריג וואס זיין זיידע רבי שמואל וואזנער, זאל מאריך ימים ושנים זיין, וואס ער דער אייניקעל רעדט כסדר פון זיינע פסקים און וואס אלעס ער האט אליין געהערט פון אים, וואס ער וואלט געזאגט צו דעם צו נעמען געלט אויף אזא זאך.

אדער נעמטס למשל ר' בערל טויבער, א זון פון רבי עזריאל, ער געט אויך מורא'דיגע שיעורים און עניני חינוך און עס קאסט נישט מער און נישט ווייניגער פון טויזענט דאללער צו הערן זיינע פערל ווערטער פאר צען שעה. שוין מילא אויף זיי האב איך נישט קיין טענות, זיי דארפן חתונה מאכן א קינד יעדעס יאר און אן אמעריקאנער פרנסה קלעקט קוים אויף צוויי קינדער. נו אז מען זעט זיך מיט זעכצן קינדער אן קיין געהעריגע פרנסה האט מען נישט קיין ברירה און מען איז מהדר דעם פשוט נבלה בשוק למהדרין מן המהדרין.

מענין לענין שלא מן הענין ממש האב איך לעצטענס געהערט אז אפאר ירושלים'ער אידן נעבעך האבן געעפענט א גאנצע מכון און ביזנעס אויף אפשאצען היינטיגע געלטער לויט דעס שקל הקודש עשרים גרה פון זמן משכן והבית, ווייל ס'איז משוגע נוגע ממש יעדע מינוט אין טאג, למשל ביי פדיון הבן אדער פאר מחצית השקל תענית אסתר, גלייבטס מיר כ'האב געלאכט און געוויינט באותו רגע ממש, דאס ווייזט נעבעך וואספארא משונה'דיגע מאדנע זאכן א מענטש וואס האט קיינמאל קיין פאך נישט געלערנט דארף טוען צו ענדיגן דעם חודש.

צוריק צו הרב ריעטטי, בין איך געווען עומד ומשתאה ווי קומט עס צו אזא נארמאלער מענטש ווי אים צו טוען אזא זאך. - רבי איד, אז איר האט נישט קיין געלט טוט אייך אויס אייער רבנישע קליידער, אייער מאנטל פון יעוץ והדרכה און קויפט אייך אן המודיע טוט דערביי אן אייער פארגערעסערונג גלעזער און זוכט א נייע דזשאב אין די קליינע אותיות ביי די קלאסיפיידס.

אלץ א חלק פונעם שיעור באקומט מען אזא קאסעטע מיט א ספר פונעם תוכן פון די שיעורים און דארט ווערט מען נאכאמאל אנגעזאגט בשבע שמות אז עס איז אויסדריקליך נישט ערלויבט צו לאזן הערן א פרעמדן דעם סי.די. אדער דעם ספר, עס איז אויסדריקליך געאייגענט נאר פאר די וואס האבן אנטייל גענומען אינעם קורס, ווער עס איז עובר אויף דעם איז עובר אויך גזל גמור.
איר הערט! נישט קיין אבק גזל נאר גזל גמור!

אה, גזל! דאס רעדט שוין צו אונז, ביי אונז אין שטוב פרעדיגן מיר כסדר אז די ערשטע פריאריטעי ביי א מענטש ברויך זיין כשר געלט! מען ברויך שטיין ווייט סיי פון גזל גמור און סיי פון אבק גזל נישט פון קיין אידן און נישט פון קיין גוים.

הקיצור מיין ווייב מיט איר פרומקייט האט אנגעהויבן צו האבן שלאפלאזע נעכט. זי האט גע'טענה'ט צו מיר הלמאי איך צינד אן דעם טעיפ אינעם אויטא ווען עס איז דארט דא פרעמדע מענטשן, ווי האב איך נישט מורא עובר צו זיין בשאט נפש אויף גזל גמור? האט זי געליארמעט. און איך? איך האב געגעבן א גוטן לאך און געגאנגען ווייטער.

אבער הערט א מעשה. איין טאג האט זי באהלטען דעם ביכעל צוזאמען מיטן סידי ערגץ בחדרי חדרים צווישן דעם סידור השל"ה און די בדיקות פעקל. דא האב איך געזאגט גענוג איז גענוג! הגם לכבוש את המלכה עמי בנאכט-קעסטל?!

פרעג איך איר תמעוואטע, וואס טוט עס דא? זאגט זי מיר אז דעם לעצטן שבת האב איך געלאזט דעם ספר אויפן שבת טיש און נישט מער און נישט ווייניגער א שוואגער מיינער האט אריינגעבליקט אין דעם ספר, אין אנדערע ווערטער "אשר יגורנו בא", דאס ארגסטע האט פאסירט, עס האט זיך אפגעטוען א מעשה גזלה אויף אונזער שבת טיש בעצם יום השבת, ס'טייטש ס'עק וועלט.

איך האב פרובירט צו מאכן לצנות פונעם גאנצן עסק, און ווי מער כ'האב פרובירט ארויסצוקריכן פונעם פלאנטער אלס טיפער בין איך אריינגעקראכן (ווער עס האלט שוין נאך די שנה ראשונה עפאכע ווייסט גענוי וואס איך מיין ווען מען פרובירט ארויסקריכן און ביז דערווייל טוט מען דאס פארקערטע).

איך האב געזעהן אז עס נעמט נישט קיין עק און קיין סוף, זאג איך פאר מיין ווייב, גוט, הער מיר אויס רחל, דעם מוצאי שבת קאללען מיר דעם הרב ריעטטי, איך האב נישט מורא פאר אים, איך האב שוין גערעדט צו אסאך גרעסערע ווי אים, איך וועל אים בעטן פאר אן אויסנאם צעטל, און איינוועגס וועל איך אים שוין צימבלן אויף די גאנצע געלט געפרעסעריי, איך וועל אים זאגן בלשון שאינו משתמע לשתי פנים: רבינו ריעטטי -יוא לעיט מי דאון, איך האב געמיינט אז איר זענט נארמאלערע מענטשן פון די צורידערעטע חסידים און ירושלימע שנורערעס. איר מאכט יא א פאר דאללער און ברויכט זיך נישט מבזה זיין פאר די פאר דאללער און ביז דערווייל זעה איך אז איר זענט גארנישט בעסער.

מיין ווייב האט מסכים געווען, זי ווייסט אז איך רעד גרויס און טוען טו איך גארנישט, זאגט זי נו, נו, און איך זאג צוריק נו, נו, און זי זאגט נו, נו, זי זאגט און איך זאג, זי זאגט און איך זאג, עד ששקע החמה והאיר הלבנה והבדלנו על הכוס.

נאך א גלעזלע חמין (אנשטאט שרייבן עפעס פאר קאווע שטיבל) הייבן איך אויף דעם טרייבל און איך דייל הרב ריעטטי'ס נומער, מיין ווייב האלט אן אנדערע טעלעפאן אויך דעם פלאג אין פאל עס ווערט צו היציג זאל זי גלייך קענען אויסשטעקן דעם פלאג:

איך: האלא קען מען רעדן צו רבי יונתן?

רבצין: איין מינוט

הרב ר. א גוטע וואך (מיט אזא ווארימע ליטווישע ניגון, איך פארליר האלב פון מיין דרייסטקייט אויפן פלאץ).

איך: שאלה גדולה יש לי לשאול

הרב: שאל בני שאל, זאגט ער מיטן עניוות וואס פאקט איין הלל הזקן אז איך פיל ווי איך פארליר מיין לשון.

איז פאר איך פארליר מיין צונג נעם איך מיר אויספאקן אלעס וואס ליגט מיר אויפן הארץ, אנגעפאנגען פון באצאלן צוויי הונדערט און פופציג דאללער פאר הערן דבר ה' בעניני חינוך ואמונה ביזן גזל גמור סומאטאכע. איך פארצייל אים ווי גענוי איך האב געטראפן דאס ביכל דעם שבת נאכמיטאג, מיין ווייב ווערט רויט און ווייס זי וויל ארויסשלעפן דעם פלאג פונעם וואנט איך האלט עס אן מיט אלע כוחות.

דער הרב ריעטטי פאנגט אן לאכן, מיר איז עס בכלל נישט פאנני איך געב אים מנה אחת אפים, איך זאג איר לאכט און איך וויין, זי איז נישט מער ווי אן ערליכע אידיש פרוי וואס וויל נישט פארשמירן איר הענט מיט גזילה אבער אויף אייך איז די קשיא ווי קומט צו אייך אזעלכע משוגעת'ן.

זאגט ער מיר עפעס וואס האט מיך זייער ערשטוינט:
הלואי- זאגט ער- וואלטן מער מענטשן געווען אזוי דרייסט ווי אייך און אויפגעהויבן דעם טרייבל מיר צו פרעגן די אלע קשיות! און מיר געגעבן א שאנס צו ענטפערן.

דהיינו? פרעג איך

זאגט ער מיר בזה"ל (בערך)
פון מיר אויס ווייזט דעם ספר וועם איר ווילט און מאכט וויפיל קאפיס פון דעם סי.די. אייער הארץ באגערט! איך וועל אייך דערציילן דברים כהווייתן: פאר א צייט צוריק האט מיר א איד וואס איך בין שולדיג אסאך טובות געבעטן איך זאל רעדן אויף א חינוך טעלע-קאנפרענס ווייל איינער א נאנטער משפחה מיטגליד דארף פרנסה און יענער וועט בעטן א פאר דאללער פאר דמי השתתפות און אזוי וועט ער מאכן א פאר דאללער און איר וועט קענען געבן שיעורים און פארשפרייטן דבר ה' ברמה וזה נהנה וזה לא חסר, זאגט מיר הרב ריעטטי -נעווער אין מיי וויילד דרימס האב איך מיר פארגעשטעלט וואספארא מטעמים יענער וועט מאכן דערפון, ער האט ארומגעקאלט אין די גאנצע וועלט עדווערטייזן דעם טעלע-קאנפרענס אזש ביז קאלעפארניע האבן זיי אנגעקאלט גוים-מיט אידישע קלינגעדיגע נעמען- אינמיטען די נאכט און זיך נישט גענומען די מיה צו טשעקן די טיים-זאון זען וויפיל שעה עס איז גערוקט קאלעפארניע פון נוי יארק. און ווער האט באקומען די העסליכע אימעלס און אויפגערעגטע פאון קאללס? נישט זיי נאר ער הרב ריעטטי. א קיצור זיי האבן עס אזוי פארגעשטעלט (צו בכוונה צו שלא בכוונה) כאילו הרב ריעטטי אליינס ארגאניזירט דעם קאנפרענס און ער איז דער וואס פארלאנגט דאס געלט און כאילו פאר אים גייט דאס גאנצע געלט.

זאגט ער מיר, גלייבטס מיר, קיין איין רויטע פעני האב איך נישט געזעהן פון דעם גאנצע קאנפערענץ, נאר אן הייזעריגע שטימע און בזיונות אין גאנצע שטאט (ער רעדט פון זיין שטאט נישט פון אונזערע ווייל ביי אונז איז דאס נישט קיין בזיון) זאגט ער, קיינמאל האט ער נישט פארקויפט די תוכן פון זיינע דרשות פאר דעם יעניגער און וויפיל עס איז תלוי אין אים קען מען מאכן קאפיס און עס טיילן פאר די גאנצע שטאט.

איין גוטע זאך -זאגט ער מיר- איז ארויסגעקומען פון דעם גאנצע געשעפט, אז ער האט מער צייט פאר זיך און זיין משפחה, לא הרי עפאכע של לפני הטעלע-קאנפרענס כלאחר הטעלע קאנפרענס, זאגט ער, ער פלעגט האבן דרייסיג קאללס א טאג פון טאטעס מאמעס קאפלס, אלעס האט זיך (כמעט) גענדיגט נאך דעם סעריע שיעורים, ער פארציילט מיר אז זיין ווייב הערט כסדר באמערקונגען איבער דעם נושא איינער זאגט איר איך האב נישט געוויסט אז ענקער מצב הפרנסה איז אזוי טראגיש.


פארוואס פארצייל איך ענק דאס?
איינס ווייל עס איז אינטערעסאנט, און צוויי ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן![/justify]
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

אה!! ווי ראביי דזשאנאטאן וואלט אראפגעלייגט אזא מעשה!.... אגב, וועלקאם בעק! צו א בעסערן חמין האט מען זיך נישט געקענט רעכטן. יישר כח!
(- - -)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הא הא הא
עפעס א ספעציעלע חמין לכבוד פורים הממשמש ובא!
וירח ה' את ריח הניחוח
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

ממש מסוגל א מעשה מוצאי שבת פון א צדיק און פון געלט.
ס'וואלט געקענט זיין אמת, אדער סאיז ?
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:נאך א גלעזלע חמין (אנשטאט שרייבן עפעס פאר קאווע שטיבל) הייבן איך אויף דעם טרייבל

וירא שמים יוצא ידי שנים..
למעשה זענען מיר ארויס די געווינער, מיר האבן באקומען נאך א זאפטיגע ארטיקל פון בענזשאמין. יישר כח!

ביים עפענען דעם ערשטן טייל פון להצדיק, האט מיר גלייך געוואונדערט וואס איז געשעהן אז דו האסטיך אויסגעלערנט שרייבן אן קיין חמין. אבער למעשה האט מען טאקע געדארפט ציווארטן ביז מוצ"ש צו באקומען די ריכטיגע סחורה.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אוי ווי שטארק איך פריי מיך צו זען [נאכאמאל און נאכאמאל] וואספארא פיינע מענטש דער ראביי ריאטי איז.

האמת אגיד, איך בין געווען היבש פארמישט אין איבערזעצן געוויסע ספרים/מאמרים זיינע פון ענגליש צו אידיש [ולא אאריך בזה]. כ'האב אפילו זוכה געווען צו מתקן זיין טעותים וואס ער אליינס האט געמאכט אין זיינע ענגלישע ספרים...

אבער כ'בין פשוט משוגע געווארן פון דעם מענטש, וואס-א-מאל מער איך האב גערעדט מיט אים. א נייע וועלט פון מענטשליכקייט, איידלקייט, טיפע יראת שמים, און מחודש'דיגע געדאנקען, האבן זיך מיר אנטפלעקט דייקא ביי דעם 'מגולח'... הלואי אויף אונזערע ריפסענע געזאגט. זיין גאנצע באנעמונג איז כולו אומר כבוד, נישט אין פערזענליכקייט זיך אוועקצושטעלן ווי א 'יש', נאר פארקערט, מיט זיין פשטות און אויפריכטיגקייט.

דערפאר איז מיר אויך געווען א וואונדער זעענדיג בענדזשי'ס ערשטע ווערטער אז ער האט ליב צו עסן געלט. איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן ווי דער מענטש טראכט ניטאמאל פון געלט, און אדרבה ער איז גרייט זיך צו לאזן קאסטן אסאך געלט כדי מפיץ צו זיין דברי הגותו. עכשיו שבא סופו, העיד על תחילתו שהוא צדיק מעיקרא! א טובה געטון פאר נאך א איד, און נאך געכאפט די פעטש פאר אים.

כ'טו מיך אויס דעם הוט'ל פאר אים!
פארשפארט