מיין דרשה ביים גרויסן עצרת נגד גזירת הגיוס
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 3:09 pm
ברשות הרבנים הגאונים הצדיקים, די זיבעציג רבנים, ובתוכם האדמורים מוויזניץ, סקולען, סקווירא, רחמסטריווקא, און די זקני וגדולי ראשי ישיבות, און אויך ברשות הרב דוד שלמה עקשטיין פון די וועד משמרת קול זעקת חומותנו שע"י קהל יטב לב סאטמאר וואס האט אויך געשריבן א באזונדערע קול קורא, וברשות כל הקהל הקודש.
מיר שטייען דא ביים גרויסן היסטארישן עצרת זונטאג פרשת צו אין מאנהעטן ווי עס זענען זיך צוזאמענגעקומען צענדליגער טויזנטער אידן צו אויסשרייען אונזער וויי געשריי און זאגן תהלים און פארפירן, שטיין דא אויף וואל סטריט און זיך פאטאגראפירן פאר די מידיא וואס פארשטייט גענוי וואס מיר ווילן.
מיר זענען דא יעצט ווייל מיר האבן נישט קיין אנדערע סיבות צו צוזאמענקומען.
מיר זענען דא ווייל מיר פארמאגן נישט קיין מענטשליכע הנאה, מיר פארמאגן נישט קיין קולטור, קולטור איז די קרוין ביי די רביס חתונה. מיר פארמאגן נישט קיין מוזיק, מוזיק איז די מוזיק ביי די רביס חתונה, און מיר פארמאגן נישט קיין ספארט, ספארט איז ווען עס געשעהט געשלעג צווישן די צוויי פראקציעס און עס פליען שטריימלעך. אלזא, די איינציגע עקשאן איז פראטעסטן און היסטארישע אסיפות יעדע שני וחמישי.
מיר זענען דא ווייל מיר זענען די אייביגע נרדפים. אונז כלל ישראל, מיר זענען דאך כלל ישראל, כ'מיין רעכן אראפ די פאר מיליאן ציונים, די פאר מיליאן רעפארמער, די מזרחיסטן און פארשטייט זיך די אנדערע שענדישוב און די נישט ריכטיגע באבוב, מיר זענען כלל ישראל. און מיר כלל ישראל מוזן זיין נרדפים, אזוי פירט זיך כלל ישראל, און דעריבער זענען מיר דא אויסשרייען די וויי געשריי. מיר זענען נרדפים! פוי!
פארוואס זענען מיר דא?
ווייל מדינת ישראל האט געמאכט א געזעץ אז א חלק פון די בחורים זאלן דינען אין מיליטערישע און ציווילע אגענטורן במשך פון עטליכע יאר, אין פרומע מסגרת'ן. דאס איז עק וועלט!
מיר מוזן פארפירן.
וואס דען זאלן מיר טון? זאלן מיר באמת קאנסידערן אז מיר זאלן אויפקומען מיט סעלושאנס?
זאל מען באמת טראכטן אז אפשר, אפשר, אפשר איז טאקע א אישו אז א פערטל מדינה מאכט זיך נישט וויסנדיג פון טראגן די לאסט?
אז אפשר איז גערעכט די אלטע אידענע וואס האט פארלוירן א קינד און אן אייניקל אין די זיכערהייט דינסט, און זי פרעגט מיט א געוואלד: פארוואס זאלן טויזנטער בחורים זיך דרייען ליידיג און נישט נושא זיין בעול.
הע, מיר גייען נישט באמת טראכטן פון לעזונגען, ווייל אויב לעזונגען, אויב, סעלושאנס, עפענט מען א צו גרויסן קאסטן, מיר האבן צופיל פראבלעמען.
באלד וועסטו זאגן אז מען זאל העלפן אידן מיט פרנסות?
באלד וועסטו גאר זאגן אז מען זאל אדרעסירן די האוזינג קריזיס?
כ'מיין, טראכסטו אז מען גייט רעדן פון סעלושאנס? אויב יא, קומען דאך הונדערטער געווארפענע בחורים און טויזנטער אומצופרידענע יונגעלייט צולויפן.
ניין, נאו סעלושאנס!
לאזונגען!
לאזונגען איז גרינגער און ביליגער!
און טאקע לאזונגען מיט מיליאנען עקסקלעמעישאן מארקס!!!!!!!!
לאזונגען מיט פאטאס!
מיט אוישוויצער באב-ווייערס, מיט לאזונגען פון המן און אנטיוכס!!!!!
לאזונגען וועט אונז פירן ביז משיח'ס טאג!
לאזונגען מיט גראפיקס!
אזוי האט מען אונז מחנך געווען. וויינעדיגע מסירות נפש מעשיות ארבעט בעסער ווי טיפע אפענע השקפה שמועסן,
וויצן ארבעט בעסער ווי וויכוחים, און לאזונגען איז עולה על כולנה.
כ'מיין אין קיין איין וויכוח האט דער גלח נישט באזיגט דעם רבי'ן רבי העשיל אדער רבי יונתן, אין ערגסטן פאל האט ער געהאט אין טאש א מייזל און מיר פארסמאקעווען זיך לדורי דורות!
די זעלבע וועט אייכלער אייביג באזיגן ליפמאן, חזקי קאלמאנאוויטש אייביג אהרלע יאקטער'ן, און אלימלך שטערן פאפנהיימען!
מיט לאזונגען!
א קליינע מדינה, ארומגענומען מיט שונאים, ווי א האלב פאלק דינט נישט און ארבעט נישט און ליגט צולאסט? אה, מיר האבן א דרשה דאס צו פארוואסערן און אויסמיידן" מען זאגט נאך א מעשה פון פאניוועזער רב... מיט דעם קען מען פארענטפערן א מדרש..... און לאמיר דא זאגן צו די שונאי תורה מיר וועלן גיין אין פייער אזוי ווי רבי יוסף דילא ריינא און אויב עס געפעלט דיר נישט פלאץ!"
מיר וועלן זיי ליבערשט אלע באהאלטן אונטערן נרדפות קארפעט און באהאנדלען אלע פראבלעמען מיט א ווערטל, א סלאגאן אדער פסוק.
און יעצט? אדר, איז בכלל נישט קיין שום שאלה וועגן גיוס, די מגילה געט אונז א מיליאן פסוקים "להקהל ולעמוד על נפשם" הדר קבלוה, ותוסף אסתר ותתחנן, כי נמכרנו אני ועמי, און ותמליכה תחת ושתי. נישטא קיין שום קריזיסן, עס איז דא פסוקים! לרחצה! והעיר שושן נבוכה!
מען באהאנדלט קריזיסן מיט סלאגאנען און סטראטעגיע ווערט איבערגענומען מיט פאלקלאר.
און מיט דעם וועלן נאך און נאך מדרשים פארענטפערט ווערן.
אידן הונגערן? אה, אבער כך הוא דרכה של תורה, יאה עניותא לישראל, און די מדרש זאגט.... איי דאס צאלט נישט קיין בילס? מען קען אייביג שנארן ביי רעכניץ.
חרדישע אידן זענען אומפראדאקטיוו (אויסער אויב מען רעכנט צימערמאן'ס איינדרוקספולע אקטיוויזם אלס פראדוקטיוו) און ווערן די רוב אין די מדינה, אבער מיר האבן א מעשה'לע ביים חפץ חיים.
עס איז דא מעלעסטעישאן?, אבער די מדרש זאגט שלא יגלו מטמוניות שלכם.
די מדינה איז ארומגענומען מיט שונאים און מען קען נישט לאזן אז אזא ריזן פראצענט זאל פשוט נישט טראגן די לאסט, אבער אונזער אוצר פון פאלקלאר, מעשה'לעך, משלים, האט א שלל פון דובנער משלים, די מעשה פון חזון איש'ס באגעגעניש מיט בריסקער רב, אויך קען מען נישט אין מיליטער וועגן די נח נח'ס גייען מאכן פאן, און ווייל סאטמאר רב האט אלעס פארגעזעהן.
איר האט פראבלעמען? מיר האבן נאך לעזונגען. איר האט נאך טשיקנס? ווייל איך האב נאך סגולות.
מיר זענען דא ווייל איר אלע זענט פערדן און איר קומט צולויפן ווען מען רופט ענק!
ווען איז לעצטנס געווען א פראטעסט פון אזויפיל מענטשן צו פראטעסטירן הונגער אין אפריקע אדער די רוסישע אגרעסיע אין אוקריינא?
מענטשן לאזן זיך נישט,מען איז נישט קיין סטאדע וואס קומט אויפן רוף פון א פייפערל. מענטשן צעגערן, קלערן, פוילעצן און קלערן, אבער אונז לייגן אוועק די מח פאר א שווערן תוספות און מען קומט!
וויפיל פון ענק האבן געליינט וואס די נייע געזעץ פון וועדת שקד איז?
וויפיל פון ענק ווייסן אביסל איבער די היסטאריע פון גיוס בני הישיבות און די פראצעדורן צו באקומען א פטור?
וויפיל פון ענק ווייסן וויפיל בחורים מען וויל אריינברענגען אין ציווילן דינסט?
וויפל פון ענק ווייסן אז די פרומע חברי הכנסת זענען געווען אקטיוו אין די שקד קאמיטע?
וויפיל פון ענק ווייסן אז דער שר פון שס אריאל אטיאס האט העפטיג געלאביט אין כנסת אז די נייע חק זאל בלייבן א שטארקע חק און נישט ווערן אנידערגעשטימט?
וויפיל פון ענק ווייסן די קשר צווישן ארימקייט אין ארץ ישראל אוון די שטאטוסקווא איבער חרדים אין מיליטער?
וויפיל פון ענק ווייסן די רוחניותדיגע און עמאציאנאלע צושטאנד פון חרדישע בחורים אין מיליטער , ווערסוס ארויסגעפאלענע חרדישע בחורים אין די גאס אדער אין די שוואכע ישיבות?
וויפיל פון ענק ווייסן אז ר' חיים קנייבסקי און אסאך רביס און רבנים אין ארץ ישראל האבן געדינט אין מיליטער אין זייער יוגנט?
וויפיל פון ענק האבן געטשעקט אויף וויקיפעדיע (די כלי ווי דער פרא אסיפה סאטמאר רבי האט געשיקט טשעקן וועגן די זאלציגע מצות) וואס עס האט געמיינט קאנטאניסטן, אז מען זאל וויסן וואס מען זאגט ווען מען שטעלט צו גיוס חרדים צו קאנטאניסטן?
וויפיל פון ענק האבן געפאדערט צו וויסן וויאזוי א עצרת ארבעט? ווער דרייט עס אן? וואס זענען די הוצאות און החלטות?
מיר זענען דא, אנשטאט זיך פארמעסטן מיטן פראבלעם, מיט די פראבלעם פון א האלבע מדינה ליגט צולאסט אויף די אנדערע האלב, ווייל מיר קענען זיך נישט באמת פארמעסטן מיט טענות.
מיר זענען דא ווייל דער איינציגסטער חרדישער מנהיג וואס נוצט שכל הישר, הרב שטיינמאן, וואס האט געוואלט און געארבעט פאר א לעזונג כאפט רדיפות פון אלע זייטן און דערוואגט זיך שוין נישט מער, ער טאנצט שוין מיטן וואגן.
מיר זענען דא ווייל אנשטאט זיך פארמעסטן מיטן פראבלעם ווילן מיר ליבערשט ענטפערן מיט דעמאגאגיע און פארפירן מיט סלאגאנען ווי "קאנטאניסטן"
מיר קענען למשל זאגן אז די גאנצע מדינה פעלט אונז נישט אויס און די אלע אידן זענען נאך דארטן מימות יהושע בן נון, און די אייניקלעך פון די אידן וואס זענען געקומען ענטוזיאסטיש מיט מעפילים שיפלעך און געקעמפט אין עצמאות, דארפן באמת נישט די גאנצע מדינה וואס איז לצנינים בעיניהם, און דאס איז אנדערש ווי אלע ציווילע חובות כלפי די מדינה אין אלע לענדער ווי יעדער האט זייער ליב דאס לאנד און האט פשוט מקבל געווען עול מלכותה
אבער מיר שרייען דאך איני מכיר!
מה שאין כאן די פיר מיליאן מענטשן אין די אמעריקאנער טורמעס האבן פשוט נישט ממציא געווען דעם איני מכיר ממילא דארפן זיי זיצן ווי טאטעלעך.
אבער אז מיר זענען שוין דא לאמיר שוין אויסנוצן די צייט און מוחה זיין אויפן עבר הווה און עתיד
לאמיר מוחה זיין אויף די גראבן פון קברים – אה, איר טראכט אז אפשר דארף מען אויף דעם אויך א לעזונג, אז עס איז דא א דירות קריזיס און איבעראל איז פארהאן קברים און מען קען פשוט נישט נוצן בריסקער חומרות איבער די גאנצע לאנד און מאכן מלחמות עולם און ספענדן מיליאנען אויף יעדע ספק קבר. פוי, הער אויף מיט שכל הישר, פוי, קברי אבותנו אינם הפקר, געוואלד!
לאמיר שוין מוחה זיין אויף אייפאנס – איי דאס הייסט געקעמפט קעגן מענטשהייט און קעגן ציוויליזאציע און די געסטו נישט קיין שום לעזונג און אלטערנאטיוו. פוי, שווייג!
לאמיר מוחה זיין קעגן די פרויען וואס דאווענען ביים כותל. איי לכאורה עס זענען פארהאן מיליאנען רעפארמער וואס האלטן אז זייערע פרויען מעגן אויך דאווענען און די כותל באלאנגט צו יעדן. פוי, שווייג!
לאמיר מוחה זיין אויף אלע אנדערע פרצות
אויף די חמוקי ירכיך
אויף די ווערים אין די וואסער
אויף די מאוסטשער קיורד
אויף די עירוב
אה, א רגע און מיט דעם קען מען פארענטפערן די סמיכות פון רבי תנחום, ומחה ה' חיוך מעל כל פנים , ונאמר אמן[justify][/justify]